בית פורומים כל העולם כולו

מלחמה הירש און המספיק

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-16/3/2006 01:51 לינק ישיר 

מצורף קובץ

4



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-16/3/2006 01:56 לינק ישיר 

מצורף קובץ


דא איז די ערשטער "גזילה" קאנטראקט


תוקן על ידי - ארענדאר - 16/03/2006 1:55:55



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-16/3/2006 04:50 לינק ישיר 

משוגעים נוראים

פורים און שושן פורים האט מען נישט קיין אנדערע דאגות נאר די סטופיד מחלוקה וואס גייט סיי ווי קיינעם נישט אן אויסער די שרייבערס אינעם אשכול און שאול פערלשטיין

עס איז טאקע נישט דא קיין שום אנדערע נייעס פון די פורים טישן, מגילה, שלח מנות און אנדערע קרישקעלעך, נאר פון די צוויי מאירים?
תוקן על ידי - Mench - 16/03/2006 4:49:47



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-16/3/2006 06:26 לינק ישיר 

נעבעך, א גרויס רחמנות אויף דיר  מענטש, איינער שטייט איבער דיר מיט א בייטש און ער שמייסט דיר אריינצוקומען אין דעם אשכול, און דו מוזט נעבעך ליינען וואס דו ווילסט נישט.

אז דו ליינסט שוין יא אזוי גרונטליך דעם אשכול פארוואס גיסטו נישט א קוק אויף די צפיות צו זען וויפיל הונדערטער מענטש עס אינטערסירט אינגאנצן נישט די פייט.

גלייב מיר אז די מחלוקה וואלט נישט געווען אויף היידפארק ווען נישט המספיק וויל אזוי שטארק עס זאל זיין אויף היידפארק.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-16/3/2006 16:47 לינק ישיר 

שקל שלם עס איז דא, צוויי יסודות'דיגע פראגעס די פאקט איז, אז המספיק איז 'געווען' נכסי ציבור, און איז געווען א ביזנעס וואס האט געברענגט שיינע פראפיטן פאר די מוסדות, א שטייגער ווי די בוטשער, פארמעסי, עזרת חולים, בית השחיטה [וועט אי"ה ברענגן], שאפינג סענטער, און נאך איז געגאנגן מאיר ווערטהיימער און באשלאסן אז ער וויל דאס נעמען פאר זיך, און דער ערשטער ארגינעלער תירוץ, וואס ער האט פארקויפט פאר די גאס איז געווען, אז המספיק ברויך יעדע איבעריגע פעני פאר די קראנקע קינדערלעך, און אויב מען וועט לאזן די באורד ר' ליפא גראס, בערל פאלאטשעק און די איבעריגע, וועלן זיי די באורד נאכגעבן ר' מאיר הירש'ס פארלאנגן אז מען זאל געבן 100,000 פאר די מוסדות, און אויב דאס וועט געשעהן, וועלן די קראנקע קינדער מוזן פארלירן א טייל פון זייערע סערוויסעס ווער עס וואוינט אין קרית יואל וועט באשטעטיגן אז דאס איז געווען דער ניגון פון די ווערטהיימערס איז געגאגנן ווערטהיימער און גענומען א 'ראבערנע' באורד, וואלף ווירצבירגער, וואלף שניצער, אלי' רייזמאן, אלץ קאוועראפ, און צווישן זיי זיין געטריער שותף עמרם כהן, וואס זאל אנפירן די העצערייען, און אריגינעל האט ער אפילו פארקויפט אז עס בלייבט ווייטער נכסי קהל, נאר אונטער זיינע כעלעמע חברה למעשה, האט זיך ארויסגעשטעלט ביידע זאכן פאר פאלנע שקרים, המספיק איז א גאלד גרוב, מען האט אייביג געקענט נעמען א איבעריגע 100,000 דאלער פאר די מוסדות, און אויב איז עס געקומען אויף איינעמס חשבון, איז עס געווען אויפן חשבון פון מאיר ווערטהיימער'ס געהאלט, נישט די חשובע קינדערלעך און דאס האט זיך אויך ארויסגעשטעלט, אז ער פלאנט נישט מער צו עס לאזן נכסי ציבור, ער גזל'ט עס פאר זיך פריוואט און פרעגסטו שקל שלם וואס עס באדערט, עס באדערט אז מען האט אויפגעבויט א גוטער ביזנעס, וואס קען ברענגן שיינע פראפיט, איז געגאנגן דער מענדזשער/מנהל/אדער וועלעכע טיטול די ווילסט און באשלאסן אז דער ביזנעס איז זיינס נישט אונזערס דאס איז די אישו, די אלע איבעריגע זאכן זענען זייטיגע זאכן און די זייטיגע זאכן, איז אויך אישו'ס ווי למשל אז אונזערע גרעסטע שונאים ווי מאיר דייטש, פנחס יאקאבאוייטש, זיגי בראך, מענדל שווימער, משה טובי' בראווער, משה גבאי, מאיר שניצלער, זענען אלע אין די רייע געקומען פאלש עדות זאגן לטובת ווערטהיימער און קעגן די מוסדות און די צווייטע רויטע קיען כהן און ווערטהיימער, ווילן אז מיר דארפן וויסן און האלטן ,אז זיי זענען די חסידים פון רב שליט"א און ר' מאיר הירש איז דער פארעטער איז פארוואס זענען די ליסטע פון דייטש, שווימער, שניצלער, יאקאבאוויטש, בראך, בראווער, פריעדמאן, פארוואס פארשטייען אלע, ווער איז דער רב'ס צד, און ווער איז קעגן דער רב אבער ווי געשמועסט איז דאס זייטיגע אישו'ס, די אישו איז אז ווערטהיימער האט גענומען נכסי ציבור, א גוט גייענדער ביזנעס און עס בארויבט און ווער האט אנגעהויבן דער אשכול, פייפליין, המכונה גאזעט, המכונה ווערטהיימער, המכונה.... און ווייל ער האט זיך איינגערעדט אז מיטן טומל וועט ער פארדינען, ער וועט דורכדעם באקומען א פערמיט ווילן מיר נאכמאל קלאר שטעלן פאר ווערטהיימער ביזדערווייל איז נישטא קיין פערמיט פאר המספיק, בית השחיטה בויעט ווייטער און עס איז נישטא מער קיין עיקול, און ביזדערווייל האסטו נישט געוויענן די דין תורה און ביזדערווייל וועלן מיר אראפציען דיין שלייער, און זאל יעדער קענען זעהן דיין פרצוף פנים



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-16/3/2006 18:24 לינק ישיר 

זעענדיג די אימעילס פון מאיר ווערטהיימער אז עס איז דא א סכנה פאר די קינדער, האב איך געפרעגט א  המספיק ארבעטארער וואס איז די סכנה? האט ער מיר פארציילט מיט ביטערניש, אז די קינדער האבן נישט קיין עלעוועיטער, און די ארבייטער מוטשענען זיך זייער שטארק ארויפצושלעפן די קינדער צום דעי העב, און זיי אראפצוטראגן, און מען בעהט זיך שוין 8 יאר ביי מאיר ווערטהיימער, ער זאל בויען א עלעוועיטער ביים הויפט אריינגאנג צום אפיס, אויף די רעכטע זייט פון שאפינג סענטער, אבער מאיר ווערטהיימער וויל נישט בשום אופן, ווייל ער מוז דאס קענען נוצן אלס די סיבהף, פארוואס ער דארף בויען א בילדינג פאר מיליאנען דאלער אויף בעקערטאון.

און ער זאגט מיר מיט ווייטאג, "צען יאר פלאגן  זיך די קראנקע קינדער מיט יסורים , און אלע ארבייטער מוזן ארבעטן עבודת הפרך, בלויז ווייל צו ערפולן די לאנג טערמיניגע געלט אינטערעסן פון מאיר ווערטהיימער".

(אוי:     מאיר ווערטהיימער וועט מאכן א א קרימינאלע אויספארשונג וועלכער ארבייטארער האט מיר דאס געזאגט  )
 




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-16/3/2006 19:53 לינק ישיר 


(פון אישי (ייש"כ סקולדיסריק "רשות כתיבה פענדינג ביי מנהלים"))

כעל ענק זאגן נאך אזא געהויבענעם פורים און שושן פורים דא אין (?) האב איך אויך א פרייליכן שיתסר זעהנדיג ווי די ווילעדזש חיות האבן אוועקגעלייגט דעם גאנצן הייליגן יום טוב און זיך אנגעטרונקען דא אויף היידפארק עד דלא ידע מיט אלע הידורים, נעבעך, אז זיי ווילן אזוי אוועקווארפן דעם יום טוב, כה לחי. צוויי זיסע זאכן פון פורים זכרונות, "משיח'ס" וויץ מיט די טענט-געביידע ביים רב'ס טיש אז ווילעדזש געט נישט קיין פערמיט, און דאס ברענגען די הייליגע המספיק בחורים צום טיש צוזאמען מיט די טויזנטער אנשי שלומינו, די טייערע בחורים האבן זיך מחי' געווען ביים טיש (און שקויעך פאר די טייערע סטעף וואס האבן אוועקגעגעבן זייער אייגענע צייט און הנאה זיך אפצוגעבן מיט די בחורים ביים טיש), און טאקע זייער בילדינג וויל דער ווילעדזש אזוי ברוטאל אפהאלטן.

היינט פארמיטאג האב איך ב"ה אויסגענוצט צום זאך און געוואלט אינגאנצן פארגעסן פון זייערע היידפארק שטותים, ווייל עס ראבעוועט אוועק אזויפיל צייט פון יעדן נארמאל מענטש.

אבער אנקומענדיג אהער אין אשכול זעה איך מהאלט שוין ביי 164 תגובות און קרוב צו 12 טויזנט "בליקן", און מיט דעם אלעם האלט זיך די ווילעדזש-הירש חברה ביים אלטן, אוי א רחמנות. אלע זייערע שטותים ווערן דאך צעפאלן ווי זייפן בלאזלעך, אלע זייערע שעות אויף שעות צו נישטערן "באהאלטענע" דאקומענטן זענען געווען אומזינסט, אלע זייערע מוראדיגע גרעפיקס צו מאכן רויטע און גרינע מאלערייען אויף די דאקומענטן און נעמען פון פערזענליכע מענטשן איז געווען אומזיסט, שוין אפגערעדט פון דעם אז אין די צייט וואס זיי זוכן די דאקומענטן און באפארענען זיך דערמיט פאר זייערע באשמוצעריי צוועקן, באקומען זיי געשוואלענע וועידזשעס צו ארבייטן פאר די בערך 3 טויזנט תושבי קרית יואל הע"י. אפשר דארפן זיי פרעגן ביים ציבור רשות צו שפענדן זייער צייט און געלט - אידיש געלט פון אידישע דאון פעימענטס און וואסער בילס  - אויף היידפארק פראפאגאנדע קעגן די קראנקע קינדער אנשטאט זיין ביזי פאר ווילעדזש ביזנעס.

איך מיין זייער גאנצע ארבייט איז סיי ווי ארויסגעווארפן ווייל פערמיט שמערמיט, המספיק בויט ווייטער ב"ה אין פולן שוואונג די נייע "דעי העב" בילדינג אויף בעיקערטאון ראוד קארנער המספיק ווהעי, צו דער ווילעדזש רעדט פון א מענטש'ס האר קאלער אדער נישט.

(לאמיר שוין נישט רעדן אז ביים ווילעדזש זעלבסט זיצן נישט נאר שווארצע אדער בלאנדע, אבער דאס איז נישט קיינעמס ביזנעס, לאז די טיפשום רעדן פון יענעמ'ס קאליר באורד אדער פיאות, עס ווייזט נאר נאכאמאל מיט וועמען מען האט צו טאן, די זעלבע טיפשות וואס טרייבט זיי צו רעדן פון אזעלכע קינדערישע גארביזש די זעלבע טיפשות טרייבט זיי צו לאכן פון די טייערע ספעשל קינדער און נישט לאזן המספיק בויען די בילדינג).

די "באדעם ליין" איז נאך אלץ אז וויפיל געלט מאיר ווערטהיימער פארדינט פון "המספיק" און פון "מסע עמביולעט", איז יעדע דאלאר כשר ליגעל, און אויך כשר פארדינט בדרך כבוד, עס איז נישטא וואס זיך צו שעמען דערמיט, זאל די ווילעדזש שפענדן נאך דרייסיג יאר אויפזוכן וויפיל דאקומענטן זיי קענען פון יעדע המספיק זאך און פראגראם, וועט עס נישט טוישן דעם פאקט אז יעדע איינציגע דאלאר איז זויבער ווי גאלד. דאס קענען זיי נישט אויסהאלטן, ווייל זיי מוטשען זיך אויף יעדע דאלאר וויאזוי צו באהאלטן די טריפהנע קרומקייטן וואס השתיקה יפה, און דא ווייזט מאיר ווערטהיימער וויאזוי מקען יא העלפן אידן געטריי און גוטהארציג און דערביי פארדינען שיין פרנסה בדרך כבוד. ווען די ווילעדזש וויל, קענען זיי באווייזן די זעלבע זאך, אפשר, נישט זיכער, אבער זיי וואלטן געקענט זיין כאטש אביסל זויבערער און דעמאלס וואלטן זייערע אויגן נישט אזוי ארויסגעקראכן פון די האלטערס זעהנדיג די שיינע הצלחה פון המספיק און זייער אנפירער און אלע מיטהעלפער בדרך הישר והטוב.

דער פאקט בלייבט פאקט ביי הונדערט אלפים א יאר, ביי א האלבן מיליאן, און אפילו ביי פופציג מיליאן (וואס קען געשען אויב המספיק דערגרייכן א ביליאן דאלארדיגע בודזשעט, אבער משיח וועט אי"ה פריער קומען). עס געפעלט דיר נישט, שרייב אויף היידפארק מיט גרויסע רויטע אותיות אום סאמע יום טוב פורים אפשר וועט עס העלפן.

און דא קומט דער גרויסער סוד: אלע דאקומענטן וואס די ווילעדזש שווענצלעך לייגן ארויף דא האבן זיי שוין מן הסתם געוויזן ביי דין תורה און עס האט זיי געהאלפן אויף טויטע באנקעס, קומען זיי דא אויף היידפארק ווי שטאטס נאראנים, כאילו היידפארק ליינערס זענען דיינים וואס קענען טוישן א פסק דין. אזעלכע גולמים האט נאך די וועלט נישט געזען. זייער אייגענע בורר שליט"א האט אונטערגעשריבן דעם פסק דין (חלקי) וואס זאגט קלאר אז על פי תורתינו הקדושה איז המספיק טאטאל בארעכטיגט צו בויען די נייע בילדינג אין קרית יואל צי די ווילעדזש וויל יא אדער נישט. דאס האט זייער אייגענע בורר געשריבן, אבער עס געפעלט זיי בכלל נישט, קומען זיי באשמוצן יעדן וועם זיי קענען אויף היידפארק, אינקלאדינג דעם "שליש" דיין וואס זייער אייגענעם בורר האט מסכים געווען צו נעמען. און מיט וואס באשמוצן זיי דעם דיין מפורסם שליט"א? יא, איר האט געטראפן, מיט זיין חיצונית'דיגע אויסזען, דאס איז זייער קראנקהאפטע מיטל, רעדן פון יענעמ'ס באורד אדער ציינער אדער בויך אדער ווייסעכוואס, אבי אויסשיסן דעם כעס פאר נישט קענען אפהאלטן בפועל די נייע בילדינג פון המספיקס קינדער.

יעדער ווייסט אז די מיני פראגראמען וואס המספיק ברענגט פאר די הייליגע קינדערלעך זענען פון די טייערסטע און פונקטליכסטע ביי די גאווערנמענט און ווערן נאכגעקוקט בשבע עינים אן אויפהער. המספיק גייט דורך אודיטס און אינספעקשאנס כמעט יעדע וואך אין א צווייטע פראגראם אדער גרופ-האום, ווי יעדער ווייסט. אין וואשינגטאן און אין אלבאני גייט מען אדורך יעדע דאלאר פון המספיקס בודזשעט, משטודירט נאך רעסיטס ביז צום מקור הראשון. די ווילעדזש ווייסט עס זייער גיט, אבער וויבאלד נישט יעדער איז באקאנט מיט דעם, שיסן זיי ארויס מוראדיגע צעטליך מיט היימישע גרעפיקס דורך ווילעדזש סטעף אז מרעדט דא פון די גרעסטע גניבות. עליאט שפיצער און אלע אנדערע רעגירונג מענטשן און אויך אלע דיינים שליט"א ביי דין תורה האבן שוין דורכגעקוקט די אלע צעטלעך מיט די גרעסטע מיקראסקאפן און געפינען אלעס קריסטאל ריין, יצא עיניכם.

לכשעצמי וואלט איך געראטן דעם ווילעדזש צו לאזן פארמאכן דעם אשכול ווי פריער, ווייל זיי טוען זיך אויס בפני כל עם ועדה אויפן נארישסטן פארנעם וואס איז מעגליך. אבער ווילאנג זיי גייען אן איז עס גוט פאר יעדן איינעם אינדרויסן פון די ווילעדזש פעיראל, ווייל איינער אדער א צווייטער פון די באצאלטע ווילעדזש שווענץ דא באשטעטיגט אז:

1) המספיק וועט ביז דערווייל נישט באקומען קיין פערמיט,

2) בית השחיטה בויט ווייטער ווייל מרן הגאב"ד שליט"א האט געהאלפן אראפנעמען דעם עיקול פון התאחדות הרבנים און יעצט קען זיך די ווילעדזש אויסלאכן ווייטער,

3) המספיק זאל נעמען די 12 קראנקע קינדער פון "אונזערהיים" און זיי אפטראגן פון דארט,

4) זיי וועלן ארויספויקן וויפיל יחידים זיי קענען נאר אן קיין שום געפיל פאר אומשולדיגע מענטשן,

5) זייער אייגענער בורר און דער "שליש" זענען נישט קיין גוטע דיינים שליט"א ווייל זיי האבן געפסקט אז המספיק מעג בויען דעם בילדינג להכעיס פונעם ווילעדזש, על פי דין תורתינו הקדושה,

6) והעולה על כולנה: די באצאלטע ווילעדזש שרייבערס זאגן דא קלאר פאר די גאנצע וועלט אז אפילו דער בית דין זבל"א וזבל"א פסקט על פי דין תורתינו הקדושה חיים וקיימים לעד ולעולמי עולמים אז מאיר ווערטהיימער איז דער יושרדיגער מנהל און אייגענטומער פון המספיק, הונדערט פראצענט, על פי דיני שולחן ערוך חושן משפט, איז דער פסק נאך אלץ "שקר" און נישט גערעכט. נאכאמאל, דער ווילעדזש אוו קרית יואל זאגט אז אפילו דער פסק בית דין גייט קעגן מאיר הירש און לטובת מאיר ווערטהיימער, איז דער פסק נישט גוט.

כלשונם הזהב:

"וואס וועט זיין, אויב מאיר ווערטהיימער וועט דערקלערן אז המספיק איז
זיינס און די דין תורה וועט פסק'ן אז ער איז גערעכט... איך וועל האבן
א פראבלעם... אמת, דין תורה דארף מען פאלגן, אבער ווער עס געווינט ביי
דין תורה מיינט נאך נישט אז ער איז גערעכט... און נאכמער, ווען דא רעדט זיך
פון א דיין, א גראבער מארמארעשער פויער, חסיד פון דעם
מארמארישער ..., וואס איז זיין גרויסער מעלאנע
קאפ, אפגעמאכט, אז ער איז דער יחיד מומחה' און דארף זיך נישט רעכענען
מיט די אנדערע צוויי בוררים אזוי ווי ער טוט ביי אלע דין תורה'ס,
פארלאז איך מיך דוקא נישט אויף די דין תורה... זאל איך האלטן אז דער
פעשליכער אפטורפוס... פון מאנסי איז גערעכט נישט זיך צו רעכענען מיט
די אנדערע צוויי בוררים, פארדעם זאל איך האלטן, אז המספיק איז אייביג
געווען... ניין איך האלט אז ר' מאיר הירש איז גערעכט אפילו אויב
ער וועט נישט געווינען, איך האלט און איך ווייס, אז דער
רויטער ווערטהיימער זאגט ליגנט אויף שקר אויף כזב, וויפיל ער קען,
איך ווייס אז דער יעניגער שליש האט קיין הלכה'דיגער רעכט צו פסק'ן...""


יא, ווילעדזש שווענץ, יעדער זעהט פארוואס אלע דריי דיינים שליט"א בזבל"א וזבל"א ושליש האבן געפסקט אז דערווייל מעג מאיר ווערטהיימער בויען די בילדינג לשם ולתפארת, און יעדער זעהט פארוואס איר שפריצט אזוי כעסיג דא אויף היידפארק, ווייל ענק האבן אזויפיל טשענסעס ביי דין תורה פארטיגע פסק ווי אין קאורט (ווי איר חלומט טאקע נישט צו גיין וועגן דעם), און ענק דערציילן פאר די גאנצע וועלט מיט געוואלדיגע חכמה וויפיל ענק האלטן בכלל פון דין תורה וואס גייט נישט אזוי ווי ענק וואלטן געוואלט שוין נאכ'ן ארויסשיסן האלב ארכיווען פון די סטעיט'ס סטעיט דעפארטמענט און די איי אר עס.

און המספיק גייט ווייטער, מיט סערוויס, מיט סערוויס, מיט סערוויס, און מיט בויען א נייע בילדינג פאר די הייליגע קינדערלעך לרפו"ש במהרה.


תוקן על ידי - פייפ_ליין - 16/03/2006 20:01:06



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-16/3/2006 21:05 לינק ישיר 

טאגליכט

 איך האב נישט געוואלט רעדן אין די פרשה אבער פון מאיר הירש איז דא וואס צו רעדן קיין חילוק צו ער איז גערעכט דא ביי המספיק צו נישט (אויף דעם איז דא א דין תורה און עס איז נישט מותר פאר קיין שום (אהרוני פארשטייט זיך...) צו מחלוקת'ן איבער דעם)

עס הייבט זיך נישט אן מאיר הירש באקומט נישט קיין פעני נישט פון וועד הקריה נישט פון בית השחיטה וואס ער ארבעט פון 6 אזייגער פארטאגס ביז שפעט כמעט יעדן טאג
אריינגעלייגט פון זיין געלט האט ער יא און די מערסטע אין סאטמאר היסטאריע

ווען מאיר הירש האט איבערגענומען וועד הקריה איז עס געווען באנקראטירט מיט מיליאנען בלי שום גוזמה פלאס האבן די פריערדיגע צוגעזאגט מילינען אין באצאלען אינפראסטראקטשער וואס וועד הקריה מוז היינט באצאלן לדעתי איז דאס געווען א ריכטיגע מסירות נפש פון מאיר הירש עס איבער צו נעמען
און אנטשולדיגט >>>>>>>>>ווייז מיר אויף איין פעני וואס ער האט באקומען<<<<<<<<<
יא !!!!!! פון הימל האט ער באקומען אסאך!!!!!!!!!!
נישט לאנג צוריק האט ער פארדינט אין איין נאכט איבער 50 מיליאן דאללער אין ריעל עסטעיט!!!!!..........

נאכאמאל און דעם המספיק ענין האלט איך אז ווי לאנג עס איז און דון תורה איז אסור פאר אונז זיך אריינצומישן!!
תוקן על ידי - פאטאקי08 - 16/03/2006 21:06:32



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-17/3/2006 00:38 לינק ישיר 

ביזדערווייל איז נאך מאיר וו. מגלה טפח ומכסה טפחיים וואס ער מיינט מיטן טרומפייטערן ''מוסרים'' עס וואלט כדאי געווען אז זיין עמפלאיאי זאל מפרש זיין דבריו הסתומים.


צוריק מישענדיג היסטאריע בערך תשנב-נג ווען מאיר וו. האט זייער געוואלט ווערן ווילעדזש קלערק, איז זיין ברודער חיים שלמה געגאנגען שתדל''ן ביים רבי'ן שליט''א האט אים דער רבי געענטפערט ''זאג עם נישט יעדער סאלדאט קען זיין א גענעראל''.

זאל מאיר וו.  די קראנקע קינדערלעך געבן זיי צו עסן אין די איבעריגע וועלן זיינע בעלי בתים טהון. תוקן על ידי - מנחה - 17/03/2006 0:51:21



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-17/3/2006 00:47 לינק ישיר 


מנחה'לע, מיט אזעלכע ווילעדזש לאיערס ווי דו ווער דארף שונאים... גאו אהעד, טוטס ענק אויס פאר די גאנצע וועלט, מיט יעדע תגובה אייערע זעהט מען בעסער וויפיל געפיל די ווילעדזש חברה האבן פאר די הייליגע קינדערלעך לרפו"ש...

מנחה'לע, דער עולם שמועסט המספיק באצאלט דיר צו שרייבן אזוי פרעך אלס שליח פון ווילעדזש, ריכטיג? אויב נישט, נאר דו מיינסט עס נעבעך ערנסט, איז דער ווילעדזש אין סאך א טיפערע קאטאסטראפע ווי מהאט זיך פארגעשטעלט ביז היינט.




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-17/3/2006 00:59 לינק ישיר 

סקולדיסריק

יא איך באקום מיין טשעק פון מסע אבער וויאזוי סיינט מאיר מיין  טשעק אויב עמרם איז בעה"ב

הא???



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-17/3/2006 01:00 לינק ישיר 


מנחה'לע האסט געמעגט אראפנעמען דיינע מיאוסע ווערטער קעגן די הויכע נשמות, אבער דא אויף דעם עולם איז עס געבליבן אין PDF, און דארט אויבן -- בעסער פרעג נישט.

דו אן די אנדערע שווענצלעך קענען נישט אליינס שטעלן א בעסערע קעיס פאר המספיק, טיפשות און רשעות צאמגעפלאכטן אין א קייט קעגן די טייערע קינדער זיי זאלן נישט קענען האבן די וויכטיגע סערוויסעס פאר זייערע געברויכן, וויבאלד מקען נוצן די ווילעדזש פערמיט אויטאריטי צו (וועלן!) בלאקן המספיק פון בויען די נייע בילדינג.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-17/3/2006 01:12 לינק ישיר 

סקולדיסריק


אלס א מסע באצאלטער בעט איך דיר למען כבוד המפעל פארשווענד נישט די צייט מיט דיני אדם אין דיני שמים מען דארף אריין לייגען דעם גאנצען כח אין ביכעל מאיר וו. האט מיר געזאגט שפעטסענס זונטאג נאכט וויל ער גיין צום דריק.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-17/3/2006 01:18 לינק ישיר 


מנחה'לע זיי מיר מוחל, איך האב געמיינט דו טרייבסט שפאס, יעצט זע איך און יעדער אז דו ביסט א דאפלטער אגענט, פון ווילעדזש באקומסטו באצאלט צו שרייבן דא און דערווייל ארבייטסטו בפועל אזוי געלונגען פאר המספיק, ממש אין לשער.

ווילסט דערשרעקן די ווילעדזש מיט א ביכל דעם זונטאג, זייער פיין, אפשר וועט דאס העלפן זיי זאלן געבן א פערמיט פאר די הייליגע קינדער.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-17/3/2006 01:25 לינק ישיר 

סקולדיסריק


די זאגסט דאך שוין פונקט ווי מאיר זאגט אונז אלץ ''זייט'ן גאזעט רועהן זיי איין''

דברי הרב כדברי התלמוד.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > מלחמה הירש און המספיק
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
לדף הקודם 1 2 3 ... 10 11 12 ... 21 22 23 לדף הבא סך הכל 23 דפים.

bholext
2009 © כל הזכויות שמורות לבחדרי חרדים. קטגוריית אקטואליה וחדשות: עשרות פורומים הכוללים חדשות נעייס, מה קורה בחצרות חסידים, חדשות מחסידויות שונות בארץ ובעולם, דיונים בנושאי אקטואליה, פוליטיקה, בטחון ועוד.