בית פורומים כל העולם כולו

מלחמה הירש און המספיק

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-17/3/2006 02:24 לינק ישיר 

  תוקן על ידי - kj_village - 17/03/2006 2:33:15



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-17/3/2006 02:34 לינק ישיר 

סקולדיסריק

די ווייסט נישט ווי געלונגען די ביסט
קיינער כאפט נישט אז די ביסט פייפ-ליין ווייל די האסט א נייעם ניק




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-17/3/2006 02:57 לינק ישיר 

מיר באגריסען דא מיט א ברוכים הבאים אונזערע נייע קאלעגע סקולד...., וואס וועט באשיינען דעם פארק, "ספעציעל און אפיציעל" זיך צו שטעלן צום דינסט פון  דעם פייפליין\ווערטהיימער אשכול, וואס איז געעפנט געווארן, דורך דעם שוין היינט באוואוסטער "בעל ה'אימעיל'ס " דער "גוזל את הרבים ומועל בהקדש" מאיר ווערטהיימער .

אלס אונזער נייע קאלעגע, געב איך דיך אביסל פונעם מנהג המאקעם דא אויפן פארק.

עס איז א (אומ)-אנגענומענדע פראטאקאל, אז מען אטאקירט נישט קיין קאלעגע, אויפן פארק מיט זידל ווערטער, "בלויז" ווייל מען האט נישט וואס צו ענטפערן, און ווען מען וויל עפעס שרייבן, רעדט מען  צו דער זאך און צום פוינט. 
(און מיט הומאר אויב מעגליך...,  אבער ח"ו נישט נעמען עפעס פערזענליך.... ) .

מנאי:  דיין געטרייען ארענדאר



כאפטס אריין א וואדקע תוקן על ידי - ארענדאר - 17/03/2006 3:23:04



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-17/3/2006 03:31 לינק ישיר 

ארענדאר, נישט גערעכט.

עס איז אויסדריקליך יא די אנגענומענע שטעלונג אז מען אטאקירט נישט קיין גולש פערזענליך, און אודאי נישט מיט קיין לשונות של גנאי אין די וועלט אריין.

גילוי שמות איז שוין פארבאטן דורך די הנהלה פון היידפארק, אבער אין דעם פארום איז פארבאטן אויך צו אטאקירן דעם ניק זעלבסט, ווי שוין אויבנדערמאנט.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-17/3/2006 04:05 לינק ישיר 

נאכן ליינען דער הויכן שפראך פון גאזעט דא אויפן פארק, וויל אבער פרובירן צו מאכן א סך הכל 1- איז המספיק געווען נכסי ציבור 2- האט מען טאקע נישט געקענט נעמען 100,000 פאר די מוסדות, אן צו באקריוודען די חשובע קינדערלעך מיין תירוץ איז 1- המספיק איז געגרינדעט געווארן אלץ נכסי ציבור, דורך די אמאליגע באהערדע, עס איז געווארן אפגעקויפט [אז איר ווילט קענט איר זאגן בא'גנב'ט, עס איז נישט משנה לגבי דעם נקודה ] דורך די איצטיגע באהערדע, און מאיר ווערטהיימער דער רויטער פערד [וואס ווילסטו גאזעט איך זאל שרייבן שווארצער פערד, ווען ער איז א רויטער פערד?], אלץ זיין פריוואטע אייגנטום 2- עס איז געווען גענוג געלט, ווערטהיימער האט געקענט נעמען א מאה אלף געהאלט, און די מוסדות האבן געלעקט א ביינדל, נאר וואס דען ווערטהיימער האט זיך פארגלוסט צו נעמען וואס ער נעמט היינט צו טאג, ווי יעדער ליינט דא די לעצטע טעג, יעצט, ווענד איך זיך צו פייפליין און סקולדיסטריקט, קענט איר ענטפערן דירעקט אויף די צוויי פראגעס, יא אדער ניין, אדער די הומאר איז די איינציגע זאך וואס די קענסט [פרובירסט זיך אויסצולערנען]



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-17/3/2006 04:36 לינק ישיר 

  בא ללמד !

 דו ביסט גערעכט  100% !

וטעות לעולם חוזר!



כאפטס אריין א וואדקע תוקן על ידי - ארענדאר - 17/03/2006 4:35:55



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-17/3/2006 09:17 לינק ישיר 

דער עולם ווארט נאך אלץ אויף אן ענטפער פון פייפליין/סקולדיסריק/המספיק גאזעט:

האט כ"ק דער רב שליט"א אמאל געגעבן רשות פאר מאיר ווערטהיימער ארויסצואווארפן מיט שווינדלעריי די שלוחא דרבנן, די לעגאלע באורד מעמבערד וואס ער בכבודו ובעצמו האט באשטימט אנצופירן מיט די קהל'ישע מוסד "המספיק"?

האט כ"ק דער רב שליט"א אמאל מסכים געווען דערצו אז המספיק זאל ווערן דער פריוואטער פארמעגן פון מאיר ווערטהיימער אדער נישט?

איז דער קעיטערער קויפמאן בארעכטיגט צו באשליסן אז דער שאפינג סענטער האל באלאנגט פאר אים אדער נישט? (פאקטיש האט ער דאך עס אויפגעארבעט.)

אנשטאט שעלטן און שימפן און אנפילן גאנצעטע בלעטער מסביר צו זיין וואספארא לוזערס די ווילידזש חברה וואס שרייבן דא אויף היידפארק זענען (אגב, איך האב קיינמאל נישט געוואוסט אז די ווילידזש האט באצאלטע שרייבערס. גיט אפשר די ווילידזש ארויס א ווילידזש גאזעט אז זיי זאלן האבן פון וואו צו נעמען באצאלטע שרייבערס?) אפשר ענטפערסטו שוין איינמאל פאר אלעמאל אויף די פאר קשיות וואס מען האלט דיר אין איין איבערפרעגן.




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-17/3/2006 09:29 לינק ישיר 

נאכ'ן געוואר ווערן פון די פרישע אויפדעקונג אז מאיר ווערטהיימער האלט שוין יארן צוריק געלט צו בויען אן עלעוועיטאר פאר די "הייליגע קינדערלעך" אין שאפינג סענטער צוליב זיין פריוואטע אגענדע, קום איך דא מיט א פארשלאג אז מאיר ווערטהיימער זאל פארשפארן די "המספיק גאזעט" און נוצן די געלט צו בויען אן עלעוועיטאר פאר די קינדערלעך.

אדרבא זאל דער עולם זאגן וואס איז וויכטיגער?

א המספיק גאזעט וואס קאסט שווערע טויזנטערס צו דרוקן יעדן חודש און האט איין ציל צו מאכן פראפאגאנדע פאר מאיר ווערטהיימער אדער אן עלעוועיטאר פאר די נישט געזונטע קינדערלעך?




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-17/3/2006 16:55 לינק ישיר 


רואיג, אידן, רואיג.

נאך 14 טויזנט בליקן און איבער 180 תגובות האבן שוין די סטאדע שרייבערס פון ווילעדזש אוו קרית יואל אויסגעשאסן אלע קוילן (אקעי, כמעט אלע) און זיי האלטן נאך ביי אלף. פארוואס? ווייל דער אמת לאזט זיך נישט רירן פון פלאץ און שטייט כחלמיש צור אפילו סאיז נישט אזוי באקוועם. די גאנצע סטאדע מיט אלע צוקערדיגע ניקס דא אויפן פארק האבן צעטיילט די מוראדיגע סטראטעגיסטישע טענות צווישן זיך און מאיז מעלה גירה נאכאמאל און נאכאמאל שוין אנפילנדיג 13 גאנצע בלעטער, אבער וואס קען מען טוען ווען מאיז אויף די אנדערע זייט פון די אמתדיגע פאקטן און די הייליגע קינדערלעך (וועמען די ווילעדזש שרייבערס ווילן בלשונם הטהור אוועקטרייבן פון "אונזערהיים").

מען האט שוין פרובירט רויטע קיען, מסע עמביולעט, הויכע וועידזשעס, עלעוועיטאר, 990 דאקומענטן, טעקס רעטוירנס, המספיק גאזעט, באשמוצן אייגענע בוררים און בארימטע דיינים שליט"א, ארויסלייגן די נעמען פון אסאך אומשולדיגע מענטשן פון מאנסי, מאנראו און סקווער,  שרייען מחוצף בוגד פאררעטער גרויסע מעלאנע קאפ, יעדע מין "סטראטעגיע" האבן זיי שוין פארנוצט, ארויסגעגעבן אלע מוראדיגע סודות פון חדר, פרובירט צו באשמוצן עטליכע געטרייע מענעדזשערס פון המספיק (וואס זיי האבן באלד צוריקגעצויגן ס'זאל נישט בעקפייערן ח"ו קעגן די ווילעדזש).

בקיצור, יעדע "טריק אין די בוק" האבן זיי גענוצט אומפארשעמטערהייט פאר גארנישט, נישט פאר מרן הגאב"ד שליט"א, נישט פאר צובראכענע עלטערן, נישט פאר די הייליגע קינדער, נישט פאר אייגענע חסידים און בעלי בתים, נישט פאר אייגענע ווילעדזש טראסטיס און פלענינג באורד, פאר גארנישט נישט. און דאס אלעס מיט בערג פוטער אויף זייערע אייגענע קעפ שהשתיקה יפה.

אלע פאפירן און "סודות" וואס זיי האבן געברענגט צום בית דין און זענען ארויסגעקומען בשן ועין האבן זיי דא מעלה גירה געווען אויף היידפארק מיט קעלבערנע התפעלות, רויטע און גרינע ליינס און באקסעס מיט קידוש לבנה אותיות.

אבער, נעבעך נעבעך, זיי קענען נאך אלץ נישט רירן דעם "עלעפאנט אין צימער" אז קרית יואל ווילעדזש קען זיך נישט פארגינען צו לאזן המספיק בויען די נייע בילדינג פאר די טייערע קינדער פון דעי העביליטעישאן פראגראם, אפילו נאכדעם וואס די זבל"א בית דין האט איינשטימיג געפסקט אז דער ווילעדזש קען נישט אפהאלטן המספיק פון בויען די בילדינג מפואר.

זיי שעלטן און שרייען וויפיל עס גייט און דאס ברענגט זיי נעבעך צו פאררעדן די ציין ווי מהאט געזען נעכטן ווען איינער פון די סטאדע האט קלאר געזאגט אז 1) המספיק וועט נישט באקומען קיין פערמיט און אז 2) אויב דער בית דין פסקט אפיציעל אז מאיר ווערטהיימער איז דער תורהדיגער מנהל און אייגענטומער פון המספיק איז דער פסק נישט אויסגעהאלטן.

המספיק גייט ווייטער, מיט געטרייע סערוויס, מיט היימישע סערוויס, מיט הארציגע סערוויס, און מיט בויען א נייע בילדינג פאר די הייליגע קינדערלעך לרפו"ש במהרה. פערמיט שמערמיט, דער טראקטאר שטייט גרייט און אידן זענען מתפלל אז בורא עולם בקנין השלם זה הבנין.





דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-17/3/2006 17:47 לינק ישיר 

פאקטיש

ביסט הונדערט פראצענט גערעכט מיט דיין תגובה מאיר וו. האט אנגעהויבען קרית סענטער אונטער די אויפזוכט פון ווילעדזש ער האט באקןמען א אפיס נעבן משה אליעזר ניימאן אויך האט מען עם באצאלט א סעקרעטערי ביז ר' ליפא גראס האט גע'שתדלט פאר א גרעסערן אפיס,אבער ווען ער האט געוואלט אהיים גיין פריה האט ער געבעטען רשות פון ר' מאיר ה.
 

אבער איין זאך וויל איך פארשטיין ווי איז מ.י. הארטמאן פארוואס טוט ער נישט דאס זעלביגע מיט'ן סקול דיסטריקט [הייליגע קינדערלעך]ווי וו.דהיינו מאך א זאלי באארד אין פייף אן דעם רב שליט''א נעם אריין קינדער פון אלע נידעריגע עלעמענטען אין הייב דיינע פראפיטען פיל פאכיג פאק אין דיין אייגענעם קעשענע, צו האט נאר מאיר וו. דעם קאפירייט אויף די הייליגע קינדערררררר??? תוקן על ידי - מנחה - 17/03/2006 18:16:10



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-17/3/2006 18:08 לינק ישיר 

היינו דתנן במתניתן

הקנאה
והתאווה
והכבוד
מוציאין את האדם מן העולם




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-17/3/2006 18:14 לינק ישיר 

ער שעלט און שימפט אבער ער וויל בשום אופן נישט ענטפערן אונזערע הארבע פראגעס:

האט כ"ק דער רב שליט"א אמאל געגעבן רשות פאר מאיר ווערטהיימער ארויסצואווארפן מיט שווינדלעריי די שלוחא דרבנן, די לעגאלע באורד מעמבערד וואס ער בכבודו ובעצמו האט באשטימט אנצופירן מיט די קהל'ישע מוסד "המספיק"?

האט כ"ק דער רב שליט"א אמאל מסכים געווען דערצו אז המספיק זאל ווערן דער פריוואטער פארמעגן פון מאיר ווערטהיימער אדער נישט?

איז אהרן הערש בערקאוויטש בארעכטיגט צו באשליסן אז דער עס זאל פון די תלמוד תורה באלאנגט פאר אים אדער נישט? (פאקטיש האט ער דאך עס אויפגעארבעט.)

איז דא א טשענס אז מיר וועלן אמאל באקומען אן ענטפער אויף די פראגעס?

אדער וועט סקולדיסריק זיך ווייטער ארויסדרייען פון ענטפערן דורך שיסן סמעטענע און ראזינקעס?
תוקן על ידי - גוטזאגער - 17/03/2006 18:26:31



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-17/3/2006 18:15 לינק ישיר 

מצורף קובץ

די אומשולדיגע קינדערליך און די געטרייע המספיק ארבייטער וויינען און פאדערן שוין לאנגע יארן פון

דעם גוזל מן הציבור ומועל בהקדש  מאיר ווערטהיימער

מען  מוז לטובתינו אינסטאלירן   א עלעיוועטאר פארן דעי העב און שאפינג סענטער.

מיר האבן געוויינט יאמערליך

האב אויף אונז רחמנות

חוס ורחם עלינו 

--------------------------------------------------

ועדיין לא נושענו !!!

די געוויינען און געיאמער, פאלן אויף טויבע אויערן.

דער גזלן און גנב מאיר ווערטהיימער וויל נישט בויען דעם  עלעוועטער בשום אופן, ווייל ער וויל האבן א בארעכטיגונג צו בויען א בילדינג וואס וועט קאסטן 3,000,000.00, כדי די אומשולדיגע קינדער זאלן האבן א עלעוועיטער וואס באטרעפט 20,000.00 .


די טייערע שעפעלעך שרייען פאר דעם גוזל מן הציבור ומועל בהקדש

מיר זענען נישט דיין אייגענטום כחומר ביד היוצר

מיר זענען נישט דיינע קאנאנען פלייש, פאר דיינע געמיינע גזל וחמס אגענדע

אונזער בלוט און טרערן איז נישט הפקר

געב אונז דעם עלעוועיטער זאפארט



  דו פארדינסט צוליב אונזער פיין און צער, 10.000 א וואך (מונימים).

אבער  א צו בויען פאר אונז א  עלעוועיטער  קאסט בלויז 20.000 דאלער !!!!!!





דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-17/3/2006 18:23 לינק ישיר 

אבער איין זאך וויל איך פארשטיין ווי איז מ.י. הארטמאן פארוואס טוט ער נישט דאס זעלביגע מיט'ן סקול דיסטריקט [הייליגע קינדערלעך]ווי וו.דהיינו מאך א זאלי באארד אין פייף אן דעם רב שליט''א נעם אריין קינדער פון אלע נידעריגע עלעמענטען אין הייב דיינע פראפיטען פיל פאכיג פאק אין דיין אייגענעם קעשענע, צו האט נאר מאיר וו. דעם קאפירייט אויף די הייליגע קינדערררררר???



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-17/3/2006 18:48 לינק ישיר 


מיין מוח זאגט ענטפער נישט, ווייל די ווילעדזש שווענץ שרייבערלעך ווילן נאר אוועקנעמען די ליינערס אטענשאן פון די פריערדיגע תגובה וואס ווישט אפ אלע 13 בלעטער פון ווילעדזש קרעפלעך.

אבער מיין הארץ קען זיך נישט צוריקהאלטן פון קאנגראטולירן מנחה'לע זיסער פאר נאך א הערליכע מתנה לכבוד שבת קודש צו המספיק אין די האנט אריין, דאס הייסט זיין גרויליגע שפראך אויף די הייליגע קינדער און זייערע חשובע עלטערן וואס שוידערט אויף יעדע אידיש הארץ און ווייזט אזוי קלאר און דייטליך וואס ער און זיינע אויבערהארן ווילן פון המספיק און די הייליגע קינדערלעך, און פארוואס זיי ווילן נישט לאזן המספיק בויען די נייע בילדינג.

זעהט אויס די מיטינג איז נישט אזוי גוט געלונגען, און נאכאמאל האט זיך מנחה פאררעדט די ציין, וואס ער קען יעצט טוישן אביסל צו שפעט נאך די PDF ארכיווען. פארפאלן, וואס ביים ווילעדזש אין געדאנק איז ביי מנחה אויף היידפארק.

17:47 נשלח ב 17/3/2006 מנחה
<* dir=rtl style="MARGIN-LEFT: 0px">

פאקטיש

ביסט הונדערט פראצענט גערעכט מיט דיין תגובה... אבער איין זאך וויל איך פארשטיין וואו איז [אריינגעלייגט נאך א נאמען פון אומשולדיגן איד, ווייל האו קעירס] פארוואס טוט ער נישט דאס זעלביגע מיט'ן סקול דיסטריקט [הייליגע קינדערלעך] ווי וו.(ווערטהיימער) דהיינו מאך א זאלי באארד (...) אין פייף אן דעם רב שליט''א (...) [און דא קומט עס:] "נעם אריין קינדער פון אלע נידעריגע עלעמענטען..." צו האט נאר מאיר וו. דעם קאפירייט אויף די הייליגע קינדערררררר???

תוקן על ידי - מנחה - 17/03/2006 18:16:10


מנחה, זיי מהנה דעם עולם מיט נאך אזעלכע גערעדעכץ, מיט אזעלכע ווילעדזש לאיערס ווער דארף בעסערס?

"נעם אריין קינדער פון אלע נידעריגע עלעמענטען..." האסט עס נישט געקענט זאגן בעסער אויף די הייליגע נשמות און זייערע אידישע טאטעס און מאמעס בכל מקומות מושבותיהם.

אבער פארגעס נישט אז ביסט נישט דער איינציגסטער צו רעדן אזוי אפנהארציג און דערציילן די וועלט וואסערע ברואים ענק זענען. דיינע קאלעגעס פון סטאדע האבן שוין פריער געזאגט דער ווילעדזש זאל אוועקפירן די 12 קראנקע קינדער פון אונזערהיים ווייל וועד הקרי' קען טאן עפעס בעסער מיט די פראפערטי, א צווייטער האט געזאגט די פסק דין איז לכתחילה אפגעפרעגט אויב בי"ד פסקט על פי תורה אז נישט דער ווילעדזש איז בעל הבית, א דריטער האט געריסן שטיקער פון ענקער אייגענעם בורר(!) ווייל ער גייט נישט אין שפאן, און א פערטער האט געזאגט מאיר ווערטהיימער קען זיך האלטן מיט [-א איד קען דאס נישט איבערזאגן-] און פיטערן די קינדער.

מנחה'לע, המספיק עלטערן בעטן דו זאלסט נישט סטאפן צו שרייבן, ווייל פון דיין בלינדע רשעות און טיפשות קומט נאך אזוי וואונדערליך ארויס די גרעסטע טובה, דו וועסט אזוי לאנג שרייבן ביז דיינע ווילעדזש בעלי בתים וועלן קומען וויינען מיר געבן דעם פערמיט אבער סטאפ נאר צו שרייבן.

א פרייליכן שבת.










דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > מלחמה הירש און המספיק
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
לדף הקודם 1 2 3 ... 11 12 13 ... 21 22 23 לדף הבא סך הכל 23 דפים.

bholext
2009 © כל הזכויות שמורות לבחדרי חרדים. קטגוריית אקטואליה וחדשות: עשרות פורומים הכוללים חדשות נעייס, מה קורה בחצרות חסידים, חדשות מחסידויות שונות בארץ ובעולם, דיונים בנושאי אקטואליה, פוליטיקה, בטחון ועוד.