|
|
| נשלח ב-17/3/2006 19:21 |
|
| |
אבער דער ציבור וויינט ואלה הצאן מה חטאו
וועגען דעם גוזל לערנען מיר קינדערליך אין פריוועזארישע קלאסן
וועגען דעם גוזל העכערט מען מקוה געלט
וועגען דעם גוזל צאהלט מען נישט די מלמדים צייטליך
וועגען דעם גוזל האט עצי תמרים 2 יאר נישט געהאט קיין מקוה
אדרבה זיי דיך משתתף מיטן ציבור געב פאר אבני חסד, מתיבתא אאז''וו
תוקן על ידי - מנחה - 17/03/2006 19:20:50
|
|
|
|
| נשלח ב-17/3/2006 19:33 |
|
| |
מר. גאזעט אונטער סיי וועלעכע נאמען
ווער האט געגעבן רעכט פאר מאיר ווערטהיימער צו נעמען נכסי ציבור און עס מאכן פאר נכסי יחיד
איז עס געווען דער רב שליט"א אדער להבדיל כהן און ווערטהיימער
קענסט ענטפערן
נאך איין קליינע פראגע ווער שיקט דער 'ראש לימבאו' סטייל אי-מעיל ווי מען ציילט די טעג, איז
עס ר' מאיר הירש אדער ווערטהיימער
נאך א קליינע פראגע, ווער האט אנגעהויבן דעם אשכול, מר. גאזעט, אדער אנטי ווערטהיימער מענטשן
|
|
|
|
| נשלח ב-17/3/2006 20:13 |
|
| |
דאס איז א פריוואטע געלט מחלוקה
וואס איז אינץ נוגע אריין צי רעדן אין דעם
זיי ועלן זיך שטעלן צי דין תורה ביים רב אין וועלמיר זען אויב איינער וועט נישט פאלגען
ביידע האבן גיטע טענות
פאקטיש האט מאיר ווערטהיימער עס ארויף דעארבעט צי ווי סהאלט יעצט
פאקטיש איז דעס אויפן פיקל פין די נכסי ווילעדש
|
|
|
|
| נשלח ב-17/3/2006 20:24 |
|
| |
יענקי קאהן האט ארויף געארבעט גרענד פוד, אין שמווא-ל לייבוש האט ארויף געארבעט די פארמאסי
אפשר מעגן זיי אויך לקח'ען???.
|
|
|
|
| נשלח ב-17/3/2006 20:31 |
|
| |
זאל שמואל לייביש עפענען א פארמאסי אין מאנסי וועט אויך זיין א דין תורה
לאז די דין תורה פסקען
איך זאג נישט אז ער איז גערעכט אבער איך פארשטיי זיין טענה
עס איז א געהעריגע געלט סכסוך אין אינץ האבן נישט ווי אריינצירעדן
|
|
|
|
| נשלח ב-17/3/2006 20:37 |
|
| |
So that means that you understand thaht Beth -din will say if the village should approve the Monroe project
|
|
|
|
| נשלח ב-17/3/2006 20:45 |
|
| |
נאכ'ן ליינען דעם אשכול פון אנפאנג ביז צום סוף פארשטיי איך שוין פארוואס מען שלאגט זיך אזויפיל יאר און עס איז נאך אלץ נישטא קיין פסק בית דין.
איך זע די גאנצע צייט וויאזוי די גולשים לייגן פאר זאפטיגע טענות קעגן המספיק אבער אנשטאט צו ענטפערן קומט המספיק און שיסט דראמאטישע סטעיטמענטס ווי למשל "הייליגע קינדער" "רשעים" "אכזרים" "בלינדע רשעות און טיפשות".
מסתמא איז דאס דער וועג וויאזוי המספיק פארפירט די דיינים און מאכט זיכער אז זיי זאלן נישט ארויסקומען מיט א נארמאלן פסק.
איך וועל דא איבערחזרן פינף פון די טענות וואס די גולשים האבן פארגעלייגט אויף וואס ס'איז קיינמאל נישט געקומען קיין ענטפער פון המספיק.
1. האט כ"ק דער רב שליט"א אמאל געגעבן רשות פאר מאיר ווערטהיימער ארויסצואווארפן מיט שווינדלעריי די שלוחא דרבנן, די לעגאלע באורד מעמבערד וואס ער בכבודו ובעצמו האט באשטימט אנצופירן מיט די קהל'ישע מוסד "המספיק"?
2. האט כ"ק דער רב שליט"א אמאל מסכים געווען דערצו אז המספיק זאל ווערן דער פריוואטער פארמעגן פון מאיר ווערטהיימער אדער נישט?
3. מעג משה יוסף הארטמאן טון דאס זעלביגע מיט'ן סקול דיסטריקט, ארויסווארפן דעם רב'ס מענטשן דורך שווינדל און זיך דערקלערן בעל הבית אויף די סקול דיסטריקט געלטער, ווייל אינעם סקול דיסטריקט לערנען "הייליגע קינדער"?
4. דארף מאיר ווערטהיימער רייסן מיליאנען פון המספיק, מסע, המספיק גאזעט וכו' וכו' ווען די מוסדות, די אריגינעלע בעלי בתים פון המספיק, פלאגן זיך אזוי שטארק. קרית יואל'ער קינדערליך מוזן לערנען אין פריוועזארישע קלאסן, די מלמדים ווערן נישט באצאלט געהעריג, מען קען נישט בויען קיין פרישע בנינים. וואס וואלט געווען אויב ווערטהיימער מאכט נאר 200,000 דאלאר א יאר און די איבריגע געלט גייט פאר די מוסדות. וואלט ער געווארן אן עני ואביון?
5. פארוואס האט מאיר ווערטהיימער ביז היינט נישט געוואלט בויען א קריטיש וויכטיגע עלעוועיטאר פאר די "הייליגע קינדערלעך" ווען עס קאסט בסך הכל נישט מער ווי 20,000 דאלאר, בערך וויפיל עס קאסט ארויסצוגעבן דעם אומוויכטיגן פראפאגאנדיסטישן המספיק גאזעט פאר צוויי חדשים.
המספיק, איך ווארט אויף אן ענטפער.
תוקן על ידי - גוטזאגער - 17/03/2006 20:48:06
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-17/3/2006 20:46 |
|
| |
מנחה, ביטע טענה דיך נישט מיט זאלישור, ער איז א זאלי וואס עקט ווי א סאטמארער חסיד.
|
|
|
|
| נשלח ב-17/3/2006 20:52 |
|
| |
פאקטיש, גוטזאגער, וכל שום וחניכא דאית ליה
אויב מיינסטו דעם כבוד פונעם רב שליט''א - דעמאלס לאז ארויס זיין נאמען פון דעם גאנצן עסק, אזוי ווי יעקב אבינו האט שוין געבעטן לא יזכר שמי במחלוקת, אויב קענסטו זיך בשו''א נישט איינהאלטען האב זיך זייער מורא אז די ביסט נישט פון דיע וואס זוכען צו הייבען זיין כבוד וד''ל.
און בכלל דענק איך אז די צוויי מ.וו. אין ע.כ. האבן זיך נאך עני טיים מוסר נפש געווען פארן רב'ס אין רבינ'ס כבוד ווי סיי ווער, אויב קענסטו היסטאריע פון די לעצטע 25 יאר
|
|
|
|
| נשלח ב-17/3/2006 21:26 |
|
| |
שקל שלם, ביסט נישט גערעכט.
טאנצן חסדי השם אין ראדני איז טאקע גאר א שיינע זאך, אבער עס הייסט נישט גיין אין פייער פאר'ן רב.
דער פאקט איז אז דער רב האט געבעטן עמרם כהן נישט נעמען א חלק אין די גזילה פון המספיק, אבער ער האט זיך אנגעפיפן אויפ'ן רב.
דער פאקט איז אז דער רב האט זיך שטארק געגעסן דאס געזונט ווען מאיר ווערטהיימער האט געטאן דעם שווינדל מיט המספיק, און ארויסגעווארפן פון דארט דעם רב'ס מענטשן.
דאס איז שוין חוץ די שגץ שטיק וואס מאיר ווערטהיימער טוט מיט'ן אונטערברענגען דעם רב'ס קהלה אין קרית יואל, און העלפן די זאליס אין קרית יואל מיט וואס ער קען, וואס עס איז דא קלארע דאקומענטן דערויף וואס יעדער קען זיך איבערצייגן.
לא בחנם האט שאול פערלשטיין זיך אנגענומען פאר מאיר ווערטהיימער ביי זיין דרשה דעם פארגאנגענעם מוצאי שבת.
דעריבער האב איך נישט קיין שום פראבלעם מיט דעם וואס מען באטיטולט זיי אלס מחוצפים פאר'ן רב, ווייל דאס זענען זיי טאקע.
תוקן על ידי - קריתיואלער - 17/03/2006 21:48:48
|
|
|
|
| נשלח ב-17/3/2006 22:01 |
|
| |
If this is the price for msiros nefesh let's go back to the 1980's when the old UTA administration walked away from office because of the fed's, nobody wanted to look at the Mosdos side only Mayer H. maybe he should also get the noble price of changing boards and stealing money
|
|
|
|
|
| נשלח ב-17/3/2006 22:33 |
|
| |
שקל שלם ווער האט זיך מער מוסר נפש געווען פארן רב שליט"א עמרם כהן אדער יודל וויינשטאק
סיני טייטלבוים אדער מאיר ווערטהיימער
אז דו ווילסט גיין אהין, שפאציר איך מיט, מיט דיר
אבער ביזדערווייל האב איך נאכנישט געהערט איין סטעיטמענט פון רב שליט"א אדער אפילו פון די
גנבים ווערטהיימער ענד קאמפאני אז דער רב שליט"א האט זיי געגעבן רעכט
אדרבה, לאמיר הערן
אבער מר. שקל שלם, פארוואס זאל נחום פרידמאן נישט מעגן אוועקשפאצירן מיט עזרת חולים, איך רעד
נישט פון קיין פריוואטע ביזנעסער, איך רעד פון נכסי ציבור, ווי מען האט אריין געלייגט ציבור'ס
געלט אויפצובויען
איז עס אזוי, הלכה'דיג,י ושר'דיגע, נארמאל, אז ווען איינער ארבעט אויף א ביזנעס, ווערט דאס
זיינס, לויט דיין לאגיק, אדרבה זיי מיר מסביר
אבער מיין עיקר פראגע צו דיר איז, אויב זאל ר' מאיר הירש - ווי א חלק ארכי-עקסטרעם- אהרונים
האבן שוין אין די פארגאנגענהייט באשולדיגט - זאל אנכאפן גאנץ וועד הקרי' און אוועק שפאצירן
אויפן גרונד אז ווער עס בויעט אויף א באנקראפטירטע ביזנעס מעג אוועק שפאצירן דערמיט
אז דו ווילסט קען איך גיין ווייטער, פארוואס זאל דער באגאבטער בילדער ר' יעקב זוסמאן סופר,
מיט זיינע צוויי קאלעגעס ר' בערל מיטעלמאן און ר' עקיבא צבי קליין וואס זענען אויך ריעל
עסטעיט אינוועסטירער, פארוואס זאלן זיי, אלץ באצאלדונג פארן ארויסשלעפן די מתיבתא פון א גרוב
פון שווערע מיליאנען, און עס מיט גרויס סייעתא דשמיא געשטעלט אויף די פיס, פארוואס זאלן נישט
מעגן מיט די זעלבע טענה, נעמען די שטחים און בויען דערויף דירות, און מאכן דערויף א אפותיקי
זאג מיר ווען מעג מען אנהייבן דער תירוץ פון אויפבויען א ביזנעס וועט עס אייגנס, און ווען טאר
מען עס נישט נוצן
איי וועסטו פרעגן, וואס איך האלט אדער ווייסט וועגן די צוויי מסירת נפש אינגן כהן און
ווערטהיימער, פארוואס האבן זיי זיך ערלויבט צו מאכן אזא גניבה, פשוט און פראסט, אין די לעצטע
יאר, ווען עס איז געווען פראבלמען מבית ומבחוץ, האבן זיי זיך דערטראכט, אז מען קען נישט עפענן
א דריטען אדער פערטן פראנט, און זיך אנגעפיפן נישט נאר אין ר' ליפא גראס און ר' מאיר הירש
נאר אויך אין כ"ק דער רב שליט"א
און דער רב שליט"א איז נישט איינגעפאלן אז דער גרויסער חסיד ווערטהיימער וועט ביי א דין תורה
אראפ ברענגן די גרעסטע שונאים, ווי מענדל שווימער, משה גבאי, משה טובי' בראווער, מאיר שניצלע,
מאיר דייטש, יחזקאל בראך, שלמה מיכל ראזנער אלע ווייסן אז המספיק דארף נישט געהערן פאר די
קרית יואל'ע מוסדות
און איבער דעם דארפן מיר בלייבן שטיל,
אמת, ר' מאיר הירש האט - לדעתי - געטאן א גרויסע עוולה, פון נישט מפרסם זיין, במה הדברים
אמורים, און ממילא וויבאלד דער ווערטהיימער מיט זיינע שווענץ, האבן יא דוקא פארשפרייט, אלע
ערליי מעשיות, און והיות ר' מאיר הירש הייסט דער מעסיגער, און ווערטהיימער/כהן דארפן זיין די
גרויסע חסידים, האט מען אנגענומען אז קען זיין אז ווערטהיימער איז גערעכט
דעריבער ווענד איך מיט צו ר' מאיר הירש ושותפיו, - לויט דער הומאריסטישן מר. גאזעט פון סאטמאר
דאט קאם, רעד איך צו מיר אליין - אדרבה, זיין מקיים ופרשו השמלה, קומט ארויס מיט אלעס וואס
איר האט, איך זעה נישט וואס מיר אהרונים וועלן דערלייגן פון וויסן די מעשה,
און צו דיר מר. גאזעט, אדרבה, אנשטאט מסביר זיין ווי שטארק די ווילידזש שעלט, לאמיר זיין
שטעל צו א קאמפערהענסיווע ביכל, - געלט דערפאר און די מעילינג ליסט איז דאך דא .... - און
לאמיר זעהן ווער עס רעדט צו דער זאך
און מר. שקל שלם, ביטע ענטפער אויף מיין פראגע
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-19/3/2006 17:55 |
|
| |
שקל שלם
נאך איין נקודה
ווי באוויסט, ווען מען קריגט זיך אינדרויסן ,קען מען זיך נישט קריגן אינעווייניג, דעריבער מוז
מען פארקוקן, אבער ברוך השם, מען האלט שוין אויפן דרך צו געווינען מיט די דרויסענדיגע,
דעריבער איז צייט צו מאכן ארדענונג אינעווייניג, פאר עס איז צו שפעט
און איבער די חלק פון רעדן ברבים, אז צוויי זאכן, ווערטהיימער פובליצירט שוין זיין צד, זיינע
מעשיות, זיינע פאנטאזיעס עטליכע יאר, אויב עפעס וואלט מען געדארפט אים פארשרייען שוין פאר א
לאנגע צייט, אויב נישט וואשן די וועש אין די גאס, דארף עס זיין גילטיג אויף עם
ואחרון הכביד, פייפליין, איז געווען דער וואס האט אנגעהויבן דעם אשכול, דעריבער, ווען מען
כאפט צוריק אנטלויפט מען, אבער דאס האלט נישט צוריק פון נאכלויפן
|
|
|
|
| נשלח ב-19/3/2006 20:57 |
|
| |
קען אפשר איינער ארויף לייגן די קליפ פון מאיר וו אויף די 60 מינוטס תשנ"ד?
|
|
|
|
| נשלח ב-19/3/2006 22:37 |
|
| |
נאכ'ן עפענען דעם אשכול און אריינמישן דעם רב אין זייער עיפוש קומט ער שרייען קאזאק הנגזל, אז מיר זענען גאר די וואס האבן אנגעפאנגען צו וואשן די שמוץ וועש אין גאס, מיר זענען גאר די וואס האבן אריינגעמישט דעם רב.
המספיק, יזכר לך עתה אתמול אשר דברת. ווער איז געווען דער וואס האט געשריבן די ווערטער ביים אנפאנג פונעם אשכול:
...דער רב שליט"א האט געהייסן דעם ווילעדזש געבן א פערמיט פאר המספיק און התאחדות האט נאכדעם אראפגענומען דעם "עיקול" פון בית השחיטה, אבער דערווייל איז נישט דא קיין זכר פון א פערמיט, מען שטייט און מען ווארט...
...אויב איינער מאכט חרוב קרית יואל, איז עס מאיר הירש, ער ניצט דעם רב'ס נאמען צו רודפען אומשולדיגע אידען, אפצוטאן זיינע שייגעץ שטיק, און פארשטייט זיך אז חוץ וואס ער מאכט אן פרישע פיינעט, פארשעמט ער אלע רב'ס חסידים...
...דאס האבן די ווילעדזש קא אויסגענוצט אלס וואפן קעגן המספיק און יעצט דירעקט קעגן רב שליט"א מיט שוידערליכע פארראטעניש...
יעצט ווען עס איז נתגלה קלונך ברבים, ווען אלל העלל איז ברעיקינג לוז, ווען עס קומט ארויס דער אמת ווער עס ברענגט אונטער דאס רבנות אין קרית יואל. יעצט קומסטו און דו וויינסט ווי א ביבער אז מען האט אריינגעמישט דעם רב.
 |
|
|
|
|
|