|
|
| נשלח ב-21/3/2006 01:57 |
|
| |
די מעשה מיט ווערטהיימער'ס מסירה איז ווערד קעש. מען דארף עס איבערדערציילן נאר כדי דער עולם זאל וויסן מיט וואספארא מטורף מען האט דא צו טאן.
מיט בערך 37 טעג צוריק (איך האב עס נישט אפגעציילט. איך פארלאז מיך אויף ווערטהיימער אז ער קען גוט רעכענען) איז פארגעקומען א ווילידזש מיטינג וואו מען האט באהאנדלט דעם פערמיט פאר'ן בנין פון המספיק.
די לעגאלע באורד פון המספיק וואס איז באשטימט געווארן דורכ'ן רב שליט"א איז אראפגעקומען צו יענעם מיטינג און גע'טענה'ט אז זיי געבן נישט קיין רשות צו בויען דעם בילדינג. די ווילידזש אפישעלס האבן דעריבער באשלאסן זיך נישט אריינצומישן אין דעם קאנפליקט, און עס איז געבליבן אז ווילאנג מען ווייסט נישט ווער עס איז די באורד פון המספיק קען מען נישט געבן דעם פערמיט.
די מיניטס פון יענע מיטינג איז דערנאך צוגעשיקט געווארן צו די ווילידזש אפישעלס און צו ביידע צדדים פון דעם המספיק קאנפליקט, די לעגאלע באורד און מאיר ווערטהיימער. ווי נאר ווערטהיימער האט באקומען די פאפירן איז ער געווארן ווילד ווי א צאפ און האט אנגעפאנגען צו שרייען, מוסרים! מוסרים!
איר וואונדערט זיך אוודאי וואו קומט דא אריין מסירה?
נאר, הערט און שטוינט. ווערטהיימער טענה'ט שוין פונלאנג אז ער איז נישט קיין פריוואטער מענטש, נאר ער איז ניו יארק סטעיט, ווייל ער ארבעט דאך מכלומר'שט פאר ניו יארק סטעיט.
אלזא, ווען די ווילידזש שיקט אזעלכע פאפירן צו ווערטהיימער מיינט דאס אז זיי האבן אים פאר'מסר'ט פאר די סטעיט, ווייל ווי געזאגט איז ער דאך ניו יארק סטעיט אליינס.
נו זאגט איר אליינס איז דאס נישט קיין מסירה?
לצים זאגן אז ווי נאר מאיר ווערטהיימער (כ'מיין ניו יארק סטעיט) האט באקומען די מסירה האט ער תיכף דורכגעפירט אן אויספארשונג אויף זיך, און באשלאסן אז עס קומט זיך אים צען יאר תפיסה פאר אזא הארבע פארברעכן פון פעלשן אונטערשריפטן, און אין די פלענס פון זיין בילדינג האט ווערטהיימער באשטימט איין צימער וואס וועט דינען אלס א צעל, וואו ער וועט אויסדינען די טורמע טערמין וואס די ווילידזש מוסרים האבן ארויפגעלייגט אויף אים...
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-21/3/2006 04:13 |
|
| |
אה . יעצט הער איך אז ווערטהיימער וויל פארהאנדלען עפעס א דיל ליגט אויפן טיש אז ביידע זאלן זיין ציפרידען, והמבין יבין
איז כדאי אז מען זאל יעצט נישט גיסען אויל צים פייער
תוקן על ידי - kj_village - 21/03/2006 4:58:45
|
|
|
|
|
| נשלח ב-21/3/2006 04:31 |
|
| |
איך וואלט ווען געענטפערט אלע ענקערע שווערע קשיות, נאר איין זאך ווען מאיר ווערטהיימער, און מאיר הירש וועלן שלום מאכן, וויל איך נישט בלייבן קיין חוזק.
און פאר די זעלבע סבה שרייב איך כמעט נישט קיין פאליטיק.
|
|
|
|
| נשלח ב-21/3/2006 04:34 |
|
| |
איך קען מיך נישט איינהאלטן, איך האב געקוקט אלע באשרייבעכץ, און איך האב עכט נישט געוואלט אריינשרייבן, ווייל מוועט מיך באשייגעצן אז איך באלאנג צו א זייט, און איך האב נישט אזויפיל צייט צו זיצן א גאנצן טאג אויף היידפארק און קוקן אלעס און מיך צוריק טאנען. אבער נאך די גאנצע באשרייבעכץ זע איך איין זאך, מאיר הירש טאנעט אז סאיז נכסי ציבור, און מאיר ווערטהיימער טאנעט אז סאיז נכסי יחיד, אויף דעם איז דא א דין תורה, און איך טראסט מער דעם גראבער אנגעגעסענער חסיד פונעם מארמאראשער, מער ווי סיי וועלכע היידפארק שרייבער, אפילו אויב ער איז די גרעסטע תלמיד חכם... סאו איך גלייב אז אין דעם איז בכלל נישטא וואס זיך צו טאנען, ווייל סאיז דאך ביי א די"ת, און לויט ווי סשמעקט פון די תגובות פון די הירש שרייבערס דא זעט אויס אז סגייט דערווייל בעסער פאר מאיר ווערטהיימער ביי די די"ת. אויב וועט די דין תורה פאסקענען אז ווערטהיימער איז גערעכט און סאיז זיינס, האט דאך ווערטהיימער געהאט די פול רייט צו נעמען וויפיל סגייט, ווילאנג די קינדערלעך באקומען אלעס וואס זיי דארפן, וואס דעס איז נישט מעגליך צו לייקנען און דעס ווייסט די גאנצע גאס אז המספיק געט די בעסטע סערוויס פאר ווער סדארף צו זיי אנקומען. דעס מיינט אז אלע גרויסע גראבע געקאלערטע גרינע און רויטע אותיות דא איז גארנישט ווערט, ביז ווי לאנג די דין תורה פאסקענט נישט. ווידער בנוגע ווער סאיז א עכטער חסיד פון רב, אין מיינע אויגן זענען סיי מאיר הירש און סיי מאיר ווערטהיימער עכט געטריי פארן רב, אבער ביידע וועלן פארקוקן די רבס כבוד ווען סקומט צו זייערע פרייוועט אינטערעסן, דעס איז זיכער אז מאיר הירש וועט קיינמאל נישט געווינען קיין פייט ביים עולם איבער ווער סאיז א גרעסערער חסיד, ווייל אפילו די הירש שרייבערס דא האבן מודה געווען אז מאיר הירש איז א מעסיגער, און איך וואלט ענק געראטן עטץ זאלטץ אויפהערן מיט די נערישע געטענעריי ווער סאיז יא אדער נישט א חסיד, סברענגט נישט קיין כבוד פאר קיינעם פון אונז. דעס איז זיכער אז ווער סגייט געווינען די דין תורה דער וועט געווינען די קעיס און די דעת הקהל.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-21/3/2006 04:55 |
|
| |
אה . יעצט הער איך אז ווערטהיימער וויל פארהאנדלען עפעס א דיל ליגט אויפן טיש אז ביידע זאלן זיין ציפרידען, והמבין יבין
איז כדאי אז מען זאל יעצט נישט גיסען אויל צים פייער
תוקן על ידי - kj_village - 21/03/2006 5:00:00
|
|
|
|
| נשלח ב-21/3/2006 06:04 |
|
| |
שקל שלם
דו האסט נאך נישט געענטפערט מיין פראגע, מעג מאיר הירש נעמען וועד הקרי' פאר זיך, אויב וועט
ער געוינען ביי דין תורה
יא אדער ניין
|
|
|
|
| נשלח ב-22/3/2006 00:06 |
|
| |
מצורף קובץדי אומשולדיגע קינדערליך און די געטרייע המספיק ארבייטער וויינען און פאדערן שוין לאנגע יארן פון
דעם גוזל מן הציבור ומועל בהקדש מאיר ווערטהיימער
מען מוז לטובתינו אינסטאלירן א עלעיוועטאר פארן דעי העב און שאפינג סענטער.
מיר האבן געוויינט יאמערליך
האב אויף אונז רחמנות
חוס ורחם עלינו
--------------------------------------------------
ועדיין לא נושענו !!!
די געוויינען און געיאמער, פאלן אויף טויבע אויערן.
דער גזלן און גנב מאיר ווערטהיימער וויל נישט בויען דעם עלעוועטער בשום אופן, ווייל ער וויל האבן א בארעכטיגונג צו בויען א בילדינג וואס וועט קאסטן 3,000,000.00, כדי די אומשולדיגע קינדער זאלן האבן א עלעוועיטער וואס באטרעפט 20,000.00 .
די טייערע שעפעלעך שרייען פאר דעם גוזל מן הציבור ומועל בהקדש
מיר זענען נישט דיין אייגענטום כחומר ביד היוצר
מיר זענען נישט דיינע קאנאנען פלייש, פאר דיינע געמיינע גזל וחמס אגענדע
אונזער בלוט און טרערן איז נישט הפקר
געב אונז דעם עלעוועיטער זאפארט
דו פארדינסט צוליב אונזער פיין און צער, 10.000 א וואך (מונימים).
אבער א צו בויען פאר אונז א עלעוועיטער קאסט בלויז 20.000 דאלער !!!!!!

|
|
|
|
| נשלח ב-22/3/2006 00:17 |
|
| |
(פון אישי)
מזל טוב ר' מאיר (הירש) פאר זוכה זיין צו פירן נאך א קינד אונטער די חופה בשעה טובה ומוצלחת. השי"ת זאל העלפן איר זאלט זעהן פון דעם קינד און די גאנצע משפחה אסאך אידיש נחת געזונטערהייט מיט הצלחה בכל ענינים עד ביאת הגואל.
די שמחה זאל משפיע זיין נאך שמחות ביי אייך און ביי גאנץ כלל ישראל. אמן.
|
|
|
|
| נשלח ב-22/3/2006 00:59 |
|
| |
פאקטיש, וואס א פראגע? אויב סאיז דא א דין תורה און מאיר הירש געווינט אז סאיז זיין פערזענליכע אייגנטים, מעג ער עס הונדערט פערצענט נעמען פאר זיך! א נארמאלע דין תורה מיט א נארמאלע בית דין פארשטייט זיך. אבער איך בין הונדערט פערצענט אז מאיר הירש וועט קיינמאל אזא דין תורה נישט געווינען, ביי מאיר ווערטהיימער ווייס איך נישט, ווייל איך בין נישט באקאנט מיט די פרטים. ועד הקרי' איז מאיר הירש יעצט אליינס מודה אז סאיז נכסי ציבור, ווידער מאיר ווערטהיימער האט אלעמאל געטאנעט אז המספיק איז זיינס פרייוועט, און וועגן דעם האט ער אינוועסטעט געלט אין דעם. אפילו ועד הקרי' האט אויך אינוועסטעט, און פאר דעם בין איך טאקע צומישט ווער איז גערעכט. און איך מיין אז שטילערהייט וועסטו מיך מודה זיין אז אויב מאיר הירש געווינט אזא דין תורה, וועט ער טאקע עכט נעמען פאר זיך גאנץ ועד הקרי'... ער וועט נאר נישט באצאלן פאר ארענדער און פאקטיש אז זיי זאלן מאכן ריזיגע געקאלערטע אותיות אויף היידפארק קעגן די "גוזל את הרבים ומועל בהקדש" מאיר הירש...
|
|
|
|
| נשלח ב-22/3/2006 01:13 |
|
| |
שקל שלם
אט דא שטעקט דיין טעות
די אויסדרוק נארמאלע בית דין מיט א נארמאלע דין תורה
דאס איז דיין אויסדרוק און דארט שטעקט דיין טעות
איך וועל דיר מוזן מסביר זיין א אנדערס מאל, אבער ווען איז געווען די ערשטע מאל וואס
ווערטהיימער האט דערקלערט המספיק פאר זיין פריוואט, איך זעה אז מר. גאזעט וויל דאס נישט
דערקלערן, ווייל א חלק פון זיין דו-פנים איז אר ער לייקנט דאס נאך פאר פילע מענטשן
און אז איך האלט אז וועד הקרי' איז נכסי ציבור, ווער זאגט אז ר' מאיר הירש קען נישט זאגן
פארקערט ביי דין תורה
|
|
|
|
| נשלח ב-22/3/2006 01:23 |
|
| |
(פון אישי)
פאקטיש,
דו ווילסט "מסביר זיין אן אנדערס מאל" אז נאר ביי "נארמאלע בית דין מיט א נארמאלע דין תורה" איז א המספיק געווינס קעגן וועד הקרי' "אויסגעהאלטן" מה שאין כן ביי א זבל"א זבל"א ושליש בית דין וואס...
סטאפ!
האב שכל, גיי צו די חתונה און טאנץ דיך גוט אויס, אנשטאט פאררעדן די ציין אין וואנט אריין, נאכאמאל, קעגן דיין אייגענעם בורר. ענק האבן זיך שוין גענוג געשאסן אין די פוס אריין דורך צאמרעדן שטותים און הבלים דא וואס מאכן ענק נאר ביטערע שאדן (גיי זוך ארום אין די 15 בלעטער), פארזינדיג נישט נאכאמאל ביום שמחת לבו.
|
|
|
|
| נשלח ב-22/3/2006 01:44 |
|
| |
נארמאלע בית דין האב איך געמיינט צו זאגן נישט אזא בי"ד ווי די זאליס האבן געמאכט אין וומ"ס מיט פרידמאן און פילאפ. איך ווייס אז מאיר הירש קען טרעפן אין די וועלט דריי דיינים פאר זיך, ספעשילי ביי די זאליס וואס קענען באשטיין אז מאיר זאל האבן די געלט און נישט דער רב. א זבל"א מיט א שליש וואס ביידע זייטן האבן איינגעשטימט פאר די די"ת הייסט אויסדריקליך א נארמאלע בי"ד, אדרבא, ווייז מיר א בעסערע שליש אין די היינטיגע דיינים וועלט, און ווייז מיר שוין ביי די וועי אויך א בעל דין וואס האט נישט בארעדט זיין דיין ווען ער האט געזען אז ער האלט ביי פארלירן די די"ת... נאכאמאל, איך האב נישט קיין השגה וואו סהאלט די דין תורה ביי הירש און ווערטהיימער, אבער ווען מקומט דא אויף היידפארק שעלטן מאכט עס נישט א גוטע אנדרוק...
|
|
|
|
| נשלח ב-22/3/2006 01:57 |
|
| |
שקל האסט מיר נישט געהערט שעלטן
די נקודה איז זייער פשוט
אויב ביזטו באקאנט מיט דיני תורה, געווינט נישט אייביג דער גערעכטער, נאר אמאל געווינט דער
גרעסערער ליגנער, און אמאל ווער ס'האט מער הלכה'דיגע טענות, ובפרט אז יענער איז א מוחזק
איך האב קיינמאל נישט געפלאנט, זיך צו שטעלן דא, און ערקלערן אז בתי דינים, זאל ח"ו נישט זיין
די דעת המכרעת,
מיין נקודה איז, אז די איינציגע וועג ווי אזוי ווערטהיימער קען געווינען די דין תורה, איז
דורך שקר, דורך שפילן מוחזק,
אבער בעיקר, דורך ארבעטן קעגן רב שליט"א
מיין נקודה ווען וועד הקר'י איז געווען, און לויט דיין תירוץ, האסטו דאס מחזק געווען, אז ביי
דיר איז וועד הקרי' נכסי ציבור, אבער אויב וועט ר' מאיר הירש געווינען א דין תורה אויף דעם
ביזטו מבטל דיין דעת
אבער למעשה ענטפערסטו ביידע וועגן, די דעקלעסט אין די זעלבן אטעם, אז יא, אז בי"'ד פסק'נט איז
ער אוודאי גערעכט, אבער למעשה זאגסטו אז דאס "'קען נישט געשעהן" איז מיין פראגע, פארווואס
האלסטו נישט אז דאס קען געשעהן
די איינציגע סיבה פארוואס דאס קען נישט געשעהן, איז ווייל ר' מאיר הירש איז נישט אזא
נידעריגער מענטש ווי דער ווערטהיימער
אבער, צוריק צו די נושא ווער עס קען געווינען א דין תורה, און צו דער גערעכטער געווינט א דין
תורה, און צו דער הלכה'דיגער געווינער איז דער אמת'ער געווינער
אבער דאס וועט מוזן געשעהן אביסל שפעטער
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-22/3/2006 22:56 |
|
| |
שוין לאנג נישט געווען א חתונה ווי נעכטען אין קר"י א אנגעשטאפטע זאל קארן געווען געפארקט ביז ארויף ישראל זופניק מער ווי סיי וועלכע דינער אדער מסיבה עס קומט פאר אין פערעדייס איך ווייס אבער נישט פאר וועס מען איז געקומען פאר די חתן זייט אדער די כלה'ס זייט....?????????
איך מיין אז שמואל אבערלענדער האט חתונה געמאכט א אייניקל
|
|
|
|
|