|
|
| נשלח ב-23/3/2006 01:05 |
|
| |
פאקטיש. האסט א פוינט, איך האב שוין אליינס געזען דיו תורהס וואס מענטשן האבן פארלוירן אפילו זיי זענען געווען די גערעכטע, אבער צוויי זאכן בין איך נאך אלץ מחולק מיט דיר. 1)אז ועד הקרי' איז הונדערט פערצענט א פאבליק ארגעניזעישאן, אבער המספיק ווייס איך נישט. א דין תורה דארף איך נאר דארט וואו איך ווייס נישט, ממילא ביי ועד הקרי' וועל איך וויסן אז אויב מאיר הירש האט געווינען איז עס געווען מיט ליגענט. 2)וועסט מיך נישט קענען קאנווינסן אז מאיר הירש וועט נישט נעמען די לאטס פאר זיך, אויב למשל די רב וועט אים אמאל הייסן עס אוועקגעבן פאר אנדערע, און אויב ער גייט וויסן אז ער גייט געווינען די דין תורה, איך האלט נישט אז מאיר הירש איז מיט דעם א גרעסערע צדיק ווי ווערטהיימער. דעס בין איך מודה אז הירש דארף נישט די לאטס פאר געלט, אבער יא פאר פאוער.
|
|
|
|
|
| נשלח ב-23/3/2006 02:50 |
|
| |
שקל און פאקטיש
איך בעט רשות זיך אריינצורעדן !
צו דיר שקל
דו שרייבסט:
ווידער מאיר ווערטהיימער האט אלעמאל געטאנעט אז המספיק איז זיינס פרייוועט
נישט ריכטיג !
מאיר ווערטהיימער האט דאס קיינמאל נישט געטאנעט, און די ישיבה האט טאקע כסדר גענאסן פון המספיק, (אויף א באגרעניצטע פארנעם), און מאיר ווערטהיימער האט גארנישט געטאנעט, אז עס איז זיינס פרייוועט, בלויז ווען עס געבליבען א ריזיגען סורפלוס פון 600,000 $ אינעם המספיק סעיווינגס אקאונט, דאן האט מאיר ווערטהיימער געבוירן די טענה אז דאס איז גאר זיינס פריוואט, און ווען די באורד האט זיך קעגן געשטעלט האט ער זיי בגניבה ארויסגעשטעלט פון המספיק.
|
|
|
|
| נשלח ב-23/3/2006 23:06 |
|
| |
לעצטע נייעס!
נאכדעם וואס די שווענצלעך פון ווילעדזש אוו קרית יואל האבן די לעצטע וואכן געוויזן זייער מענטשליכקייט דא אויף היידפארק פאר יעדן צו זעהן, זייער געפיל צום אייגענעם בורר ביים בית דין, זייערע געפילן צו די הייליגע ספעשל קינדער פון המספיק, האט דער ווילעדזש ענדליך ארויסגעוויזן איר אמתע פרצוף הונדערט פראצענט אפיציעל.
באצאלט מיט אידיש געלט דאון פעימענטס און וואסער בילס און סקול טעקס האט דער לאיער פון ווילעדזש און וועד הקרי' געשיקט בריווען צו ווילעדזש מעיאר, טראסטיס, פלענינג באורד, המספיק און ווילעדזש אינספעקטארס, וואס זאגט קלאר און דייטליך אז דער ווילעדזש זאל נישט געבן קיין סייט עפראוועל און בילדינג פערמיט פאר די בילדינג וואס המספיק בויט אין קרית יואל פאר די טייערע קינדערלעך.
ווער איז שאקירט?
ליידער נישט קיין סאך מענטשן. אויסער די געציילטע שווענצלעך שלא נפתחו עיניהם און ווייסן נאך נעבעך נישט וואס מיינט צולייגן א האנט אין די ווילעדזש רציחה קעגן די קראנקע קינדער, און אויסער די קעלבלעך וואס קויפן נעבעך אפ פאר גוט געלט אלעס וואס יענע זייט שאפינג צענטער פארקויפט בלי שום בושה, ווייסט דער ברייטער עולם מיט וועלכע סארט ברואים מען האנדלט דא, ליידער ליידער, ביים שיסל און ביים רעגירונג בענקל פון די הייליגע שטאט קרית יואל.
דאס אלעס קומט נאכדעם וואס דער זבל"א בית דין, צוזאמען מיט די אייגענע בורר פון ווילעדזש וועד הקרי', האט געווארפן פאר'ן ווילעדזש אין פנים אריין די עיקול וואס זיי האבן געוואלט לייגן קעגן המספיק, און בית דין האט געזאגט המספיק מעג בויען די בילדינג.
יא, הנהלת הקרי' פון קרית יואל שיקט א לאיערס צעטל קעגן דעם קלארן פסק פון א בית דין בישראל בזבל"א וזבל"א וואו זיי האבן אליינס אונטערגעשריבן שטרי ברורין. דאס איז היינט קרית יואל ווילעדזש, ליידער, און וועגן דעם ליידן נעבעך די אומשולדיגע קינדער.
דער לאיער שרייבט אויפ'ן באפעל פון זיינע ווילעדזש בעלי בתים אז מען זאל לאזן די "סטעטוס קוואו" ביז נאך דעם אפיציעלן פסק פון בית דין, שוין נאכדעם וואס בית דין האט אפאר מאל געזאגט און געשריבן אז "סטאטוס קוואו" איז המספיק ביי מאיר ווערטהיימער. און זיי פרעגן פארוואס הנהלת קרית יואל ווילעדזש וועד הקרי' זענען "מסרבים לדין"? וועגן דעם!
די געפילן ווערן פארקלעמט, פאר דעם האט רבינו הק' זי"ע מסכים געווען צו האבן א "ווילעדזש"? צו האלטן מלחמה קעגן בחורים און מיידלעך מיט ספעציעלע געברויכן? און זייערע עלטערן? און זייערע געשוויסטער? צו באצאלן "דעם" לאיער צעטל באצאלן אידישע קינדער תושבי קרית יואל סקול טעקס און דאון פעימענטס? פאר "די" בריווען?
ירא הקהל וישפוט, וירא ד' את עני עמו.
תוקן על ידי - סקולדיסריק - 23/03/2006 23:20:52
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-23/3/2006 23:53 |
|
| |
אבי דער עולם זעהט איין, אז די ווילידזש שעלט
וואס זאגט דער לויער פון די ווילידזש אז ביז נאכן פסק פון בי"ד קען מען נישט בויען, ווייל
אזוי פארלאנגט די באורד פון המספיק ר' ליפא גראס און ר' בערל פאלאטשעק
ממש א רשעות
אדרבה, גאזעט לייג עס ארויף זאל דער עולם אליין זעהן
וואס באהאלסטו עס
הא?????????????????????????????????????????????.
|
|
|
|
| נשלח ב-24/3/2006 00:06 |
|
| |
אזא אשכול וואס איז מער ווייניגער אן קיין תוכן ( לויט מיין מיינונג איז אזא שמועס געשמאק נאר אין מקוה בשעת'ן זיך אויסטרוקענען ) און דאך שוין דערגרייכט 20000 צפיות איז היסטאריע און נאך א ראיה אז סתם לשון הרע איינער אויפן צווייטן האבן מענטשן ליעב ( דאס איז אן זיך אריין מישן און נעמען א מיינונג דערין)
תוקן על ידי - איך_הער - 24/03/2006 0:06:01
|
|
|
|
| נשלח ב-24/3/2006 00:12 |
|
| |
מצורף קובץדאס איז די תמצית פון גזירת וועד הקרי' קעגן די קראנקע קינדער פון המספיק
March 21,2006
Provider Hamaspik of Orange County, Inc. 51 Forest Road, Suite 302 Monroe NY 10950
To whom it may concern:
This office represents the Village of Kiryas Joel. We must advise you that processing of the above application before the Planning Board has ceased. The existing uncertainties regarding the authorization of the project, which we understand an currently being arbitrated, requires that the review of the application must cease pending the resolution of issues related to the control of the corporation.
This decision does not imply that the Village is in any way determining the validity of the position of any of the parties, but is continuing the status quo until the Village may know with certainty whether or not this application has been properly authorized.
Enclosed please find a copy of our letter to the Board of Trustees concerning this matter:
Donald G. Nichol
cc Hon. Board of Trustees Hon. Planning Board
Hon. Mayor and Board of Trustees Village of Kiryas Joel P.0. Box 566 Monroe, New York 10950
Dear Mayor Wieder and Trustees:
This letter provides legal advice responding to the Planning Board's inquiry on how to address issues which have arisen concerning the above site plan application. The Planning Board is reviewing a site plan application for this new building. The application is purported to be signed by the executive director of the not-for-profit corporation. The Village has now received communication from others purporting to be the board of directors of the corporation indicating that the application for the site plan approval has not been authorized by the board of directors and, therefore, should be withdrawn and not be acted upon.
Donald G. Nichol
cc: Hon. Planning Board Gerald MacDonald, Village Engineer Louis Rosakis, Building Inspector
תוקן על ידי - סקולדיסריק - 24/03/2006 0:13:33

 |
|
|
|
|
| נשלח ב-24/3/2006 00:31 |
|
| |
פאר דעם באדייט פון די דאקומענטן איז גוט צו ליינען די תגובה (מיט בערך 15 טויזנט תגובות צוריק, זייט 5) וירא הקהל וישפוט
_________
פייפ_ליין
(פון אישי (ייש"כ הרוצה בעילם שמו))
מוסרים ביי דין תורה די באצאלטע וויליזש אגענטן קענען נישט באהאלטן די פאקטן וועגן די מוסרים און באנדיטן, אבער זיי פראבירן וויפיל מקען ווייל וואספרא פנים קענען מאיר הירש קא טראגן אין קרית יואל און איבעראל בכלל אויב זיי פייפן אן דעם רב מיט התאחדות הרבנים צוזאמען ווען די אנדערע ענין ליגט אין קאורט און משרייט אויף די צד שכנגד ביי יענע ענין פארוואס זיי זענען מסרב לדין וד"ל, אבער זיי קענען פראבירן ביז מארגן, יענע נאכט פון ווערטהיימערס קינד חתונה זענען די וויליזש מענטשן געקומען מיט פאלשע שמייכל ווינטשן מזל טובס בשעת געוויסע קארס האבן זיך געדרייט ביים שאפינג צענטער מעסטן די בילדינג און פענסטער גרייט צום האלדאפ מארגן צופרי, און פארוואס האבן זיי געדארפט מאכן האלדאפ אז פאליס זאל זיי אוועקטרייבן בחרפות ובושות ווייל המספיק האט געשיקט דריי הזמנות צו דין תורה און זיי האבן זיך אנגעפיפן און אפגעלאכט, זיי האבן אבער געשיקט מסירה צו די גאוורמענט אין אלבאני און געהייסן די סטעיט באשטראפן המספיק מיט הונדערטער טויזנט דאלאר, ווען דריי הזמנות האבן גארנישט אויפגעטאן האט ב"ד געהאלטן ביי ארויסגעבן סירוב דעמאלט זענען ווילעדזש קא. געווען מיט רוקן צום וואנט און געמוזט מאכן דעם האלדאפ דורך אריינקריכן פון די ווינדאו כגרועים שבאומת, נאכדעם האט דער רב שליט"א געהייסן ווילידזש מוז אונטשרייבן שטרי ברורין און מאיר הירש און קא. האט געמוזט גיין צו דין תורה כצאן לטבח, דאס ציעט זיך שוין אפאר יאר און בי"ד האט שוין אפאר מאל געוואלט געבן פסק דין אבער ווילידזש האט נישט געלאזט ווייל פס"ד מיינט הונדערט פארצענט המספיק געווינט, פארשלעפן זיי יעדע חודש מיט פרישע פורים טענות און עס לויפט חודש לחודש ווי א לופטבאלאן, ב"ד ענדליך האט געגעבן פסק זמני-חלקי כווייס נישט ווי סהייסט הלכהדיג און געשריבן אז מאיר ווערטהיימער איז קלאר בעה"ב און אנדערע צד קעגן זיצן העכער לאנדאו סופערמארקעט און קלאצן, זיי האבן עס נישט דערציילט כמובן און המספיק האט עס נישט דערציילט ווייל וואס פעלט עס אזוי אוויס העיקר מקען ווייטער אנגיין מיט עבודת הקודש, אבער אגאנצע צייט האבן זיי געהאקט פיסלעך ווי מקען און געמסרט און גערודפט און גענוצט באצאלטע אגענטן נאכצולויפן משפחות און זיי רודפ'ן בייטאג און ביינאכט אוועקצוווארפן המספיק און גיין צו אנדערע וואס המספיק האט פארשוויגן און געלאזט די סערוויס רעדן פאר זיך, מזאגט אסאך מאל המספיק וואקסט מבויט נייע האומס פאר די טייערע קינדער און נאך פרישע סערוויסעס אבער מזאגט נישט אז סווערט שווערער און שווערער ווייל יעדע פרוטה ווערט נאכגעקוקט אודיטערס קוקן יעדע פאר וואכן, אינספעקטארס פון העלט און בילדינגס און אלבאני און דארט שטייען די ווילעדזש מענטשן און רייצן אויף נאך מער קעגן המספיק מזאל דערגיין די יארן עד פ' אלף מדערגייט די יארן און מטרעפט נאך אלץ גארנישט ב"ה אבער די אלע אינוועסטיגעאשאנס נעמען אויף צייט וואס די קינדער און משפחות ווארטן אויף הילף, אט אזעלכע מוסרים זענען זיי און געבן נישט קיין פיפס פאר קיינעם, די נייע דעיהעיב בילדינג איז זיי א ביטערע דארן וואס מקען נישט אראפשלינגן און זיי האלטן עס אפ פאר יעדע פרייז, אויף די פסק דין חלקי וואס די ווילזש אגענטון האבן געלייגט דא אויף היידפארק (זייער גאוה האט נעבעך פארבלענדט צו זען ווי ביטער די צעטל איז פאר זיי אבער וואס טוט מען נישט פאר כבוד) זעט מען אז די צד א' (מאיר הירש) האט געבעטן עיקול אז המספיק זאל נישט טארן פארקויפן די לאט און נישט בויען גארנישט, און בי"ד האט נישט געגעבן דעם עיקול נאר געלאזט המספיק בויען!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!! אבער די עיקול פון המספיק קעגן בית השחיטה און מצב בעיקערי האט די ב"ד הודעטר פראצענט באשטעטיגט!!!!!!!!!!!!!!! (אויב מזעט שוין נישט די צעטלעך אויף דעם אשכול איז א סימן די שטיין איז געלינגען!!) נאכדעם זענען זיי געלאפן וויינען ווי ביבערס צום רב שליט"א וועגן דעם עיקול נאר ווייל הירש האט געוואיינט אויף זיינע טשיקנס און נאכדעם האט הירש און קא שוין געניצט דעם רב אויף זייער טינופות און זיי קענען צוריק פייטן די ספעשל קינדער!!!!!!!!!!!!!! וואס די ווילדזש קאמפאני זאגט אויף דרעינעדזש האב איך געהערט איז נישט ווייניג ווי בלוט בלבול ווייל אויף די הויעךכ בארג וואו וועד הקריה זעלבע קאמפאני וויל בקרוב האבן הונדערטער נייע דירות פאר "בילללללללללללליג" איז א הויכע בארג און די רעגן און שניי וואסער וועט אראפרינען צו המספיק לאט ממילא איז מאיר הירש אויפגעקומן אז המספיק זאל בויען די גרויסע טייערע דרעין סיסטעם פאר די הונדערטער דירות!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!! ווייל ער איז אונטן פונעם בארג!!!!!!!!!!!!!!!!!!!, סאו וואס האט די זבל"א ב"ד געטיען, געלאזט המספיק בויען די בילדינג אפילו אן א פערמיט און וועגן הירש קאמפאניס דרעניניזש פאנטאזיע וועט מען מאכן א אסיפה!!!!!!!!!!!!!!!!!! זיי זענען נישט נאר מוסרים און רוצחים נאר אויך די וועלטס טיפשום ערגער ווי די קעלבלעך וואס זיי מיינען זיי פיטערן!!!!!!!!!!
עד כאן יענע תגובה ________________
ביז היינט האט זיך גארנישט געטוישט, נאר אנשטאט שיקן די שווענצלעך שרייבן דא אויף היידפארק, האט דער ווילעדזש יעצט געהייסן דעם אייגענעם לאיער שרייבט דעם בריוו, אלץ אפישעל פאליסי פון וועד הקרי' און ווילעדזש אוו קרית יואל, זאל יעדער וויסן מיט וועלכע ברואים מען האנדלט דא, זאל יעדער וויסן וויאזוי הנהלת קרית יואל ווילעדזש מאכט פורים פון א זבל"א בית דין און אפילו פון זייער אייגענעם בורר שליט"א, ווייל דער בית דין בישראל האט געהאט די חוצפה צו פסקענען אז המספיק מעג בויען א בילדינג פאר די ספעשל קינדער.
ירא הקהל וישפוט, וירא ד' את עני עמו.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-24/3/2006 04:43 |
|
| |
מצורף קובץסקול דיסטסט
גענוג...... מיט די שקרים...... און דמיונות........
דא איז דער פסק דין זמני וחלקי, וואס ארענדאר האט געלייגט דא עטליכע טעג צוריק, פון דעם בי"ד בזבל'א וזבל"א, וואס מען זעהט קלאר און דייטליך אלע דיונים וואס זענען אויפגעברענגט געווארן ביים בית דין.
מען זעהט אז דער בית דין האט דערווייל נאר גע'פסק'נט ::
א) זיי האבן מעקל געווען אויף "צייטווייליג", דעם בית השחיטה, נישט צו בויען אויף א איזמענט איבער וועלכע המספיק האט א תביעה, אבער בית דין האט" נישט" מעקל געווען דעם יעצטיגען עקסטענשען פונעם בית השחיטה אזוי ווי מאיר ווערטהיימער האט געפאדערט.
ב) אז בית דין דארף מער הסבר איבער א דרענדיזש סכסוך צווישן די צדדים.
ג) אויב עפעס איז נישט קלאר זאל מען אנפרעגן ביים בית דין.
זעלבסט פארשטענליך אז אויף אלע אנדערע דיונים, אריינגערעכנט אויב דער מאיר ווערטהיימער מעג בויען דעם דעי העב בילדינג, איידער דער בית דין האט ענדגילטיג גע'פסק'נט, איבער דעם צענטראלען דיון, ווער עס האט דעם בעלות אויף המספיק, האט בית דין "נישט" געגעבן קיין צייטווייליגען פסק דין זמני. זאפארט ווי דעם פסק דין זמני איז ערשינען האט מאיר ווערטהיימער דערקלערט אז ער האט שוין (צום וויפילטען מאל....???...) געווינען... געווינען... געווינען, אבער די לעגאלע המספיק באורד מעמבערס האבען געפאדערט בכל תוקף, אז אין אן א קלארען פסק דין פונעם בית דין, קען מען נישט פארזעצן צו בויען דעם בילדינג. דאן האט מאיר ווערטהיימער געטון די פאלגענדע שריט::
1) ער האט גענומען א "נקמה" עיקול פון איצא גליק כידוע.
2) ער האט געעפנט א מטורף'דיגע אימעיל קאמפיין וואס האלט אן טאג טעגליך, מיטן גרעסטן אייפער.
3) ער האט געעפנט דעם דאזיגען אשכול אויף היידפארק, און מיט דעם אויסגעלופטערט דעם סכסוך אין רשות הרבים.
, און דער רב שליט"א האט עם אריבערגערופן און געפרעגט?.......וואס איז דער באדייט פון דעם עיקול...... וואס זענען דיינע טענות.......דער בית דין בזבל"א האט דאך גע'פסק'נט אז די בית השחיטה קען יא בויען איבעראל , נאר נישט אויף דעם איזמענט......
האט ער זיך מודה געווען אז באמת האט ער נישט קיין שום טענות אויף דעם בית השחיטה, און ער האט געשריגען פארן רב אלע העצערייען וואס ער העצט אויף די אימעילס און דא אויפן פארק 
ער האט געשריגען און געקאפעט.......
זיי פאלגען אויך נישט.......
בית דין האט גע'פסק'נט אז איך מעג אויך בויען........
מען האט נישט רחמנות.......
האט דער רב שליט"א ארויסגענומען דעם פסק און געזאגט קלאר און דייטליך :::
לדעתי האט דער בית דין נישט גע'פסק'נט אויב דו האסט די בארעכטיגונג צו בויען דעם בילדינג, און ווי לאנג בית דין פסק'נט נישט, האסטו נישט קיינע טענות, אלע "רחמנות" טענות האסטו שוין גע'טענה'ט פארן בית דין, און זיי האבן דאס נישט אנגענומען ווייל אין די תורה שטייט "ודל לא תהדר בריבו" . און דער רב שליט"א האט עם אויפגעפאדערט צו זיין ציית לדינא און זאפארט אפשטעלן אלע בוי פלענער.
מיט דעם קלארען פסק פונעם רב, זענען די לעגאלע המספיק באורד אוו דירעקטארס ווידעראמאל געקומען צום ווילידזש באורד, און פארלאנגט אז מען זאל "ארויסווארפן דעם גאנצן פערמיט ווייל מאיר ווערטהיימער איז נישט אויטאריזירט דורך זיי צו בויען דעם פראיעקט".
אבער דער ווילידזש באורד, האט נאכן דן זיין בכובד ראש, און נאך באראטונגען מיט די ווילידזש לויערס באשלאסן, אז אזוי ווי די גאנצע סכסוך איז ביי א זבל"א, קען דער ווילידזש נישט נעמען קיין שטעלונג, צו ארויס ווארפן דעם פערמיט אפליקעישען, אדער עס צו באשטעטיגען, און דער ווילידזש וועט גארנישט טאן אן א קלארען פסק פון דעם בית דין וואס פארפיגט איבער דעם סכסוך.

 |
|
|
|
|
| נשלח ב-24/3/2006 16:44 |
|
| |
מזל טוב !!!!!
דער גוזל את הציבור ומועל בהקדש מאיר ווערטהיימער, וואס האט געעפענט דעם אשכול אויף היייד פארק, און עקזעקיוטיוו'ט דעם טעגליכע אימעיל קאמפיין איבער דער גארער וועלט, און האט שוין געליארעמט מיט אומצאליגע שקרים און בלבולים, אן קיין שום גרונד, באווייז, דאקומענט, א,א,וו, האט ענדליך נאך 20.000 צפיות, און 240 תגובות, ענדליך ארויף געלייגט דעם
סאמע ערשטע דאקומענט, אויף דעם אשכול,
אבער...... טררררררראך............
און זיין אנגייענדיגער זלזול און גרינגשעצונג, פונעם אונזער אינטעליגענץ. דא אויפן פארק, האט דער שוין היינט באקאנטער פעלשער און מוחזק שקר וזייפן ,, ספעציעל געלייגט דעם דאקומענט אומליינבאר, און האט נאר איבערגעשריבען פאר אונז צו זעהן געקליבענע טיילן פונעם דאקומענט
מר.גזלן, דער פארק איז נישט דער גאזעט.
דא קען מען נישט אנטלויפן פונעם אמת .
און מען קען נישט פרעדיגען שקרים.
אצינד: לייענט די אומצענזורירטע ווילידזש בריוון
ענגליש
איבער געזעצט אויף אידיש
כאפטס אריין א וואדקע
|
|
|
|
| נשלח ב-24/3/2006 17:00 |
|
| |
שוין, מען האלט שוין ערגעץ אויף דעם עולם...
מיט שרייבן אויף די קראנקע קינדער די געמיינסטע ווערטער כגרועים שבאומות ר"ל, מיט אויספראקן צענדליגער יחידים פאר גארנישט דא אויף היידפארק, מיט פיטערן די קעלבלעך אן קיין שום בושה (וואס טוט מען נישט פאר כבוד), קומען זיי נישט אן אין ערגעץ. אבער די לגיונות גיסן נאך אן אויפהער, און ניטאמאל דעם כבוד פון מרן הגאב"ד שליט"א פארשוינען זיי.
דער גרעסטער פסק לטובת המספיק אין "פסק דין זמני" איז דער פסק פון בית דין "נישט" צו לייגן א עיקול פון ווילעדזש וועד הקרי' קעגן די נייע בילדינג. דער אמת שרייט ארויס און די פלייסיגסטע ווילעדזש שרייבערס קענען דאס נישט טוישן, ניטאמאל מיט גרויסע גרינע און רויטע גרעפיקס. נאכאמאל, בית דין האט גענומען דעם "עיקול" וואס דער ווילעדזש האט געוואלט לייגן קעגן המספיק, און עס געווארפן אין פייפליין אריין, לאזנדיג המספיק בויען דעם בילדינג, פערמיט שמערמיט.
יעצט טאמער וויל איינער וויסן וויאזוי צו פיטערן א סטאדע קעלבלעך, גייט צו ווילעדזש אדער וועד הקרי' און לערנט א לעקציע. מאיר הירש און קאמפאני פאדערט פון בית דין מיט די שטרענגסטע לשונות: זאגט פאר מאיר ווערטהיימער ער טאר נישט בויען די בילדינג, און ער טאר אויך נישט פארקויפן די פראפערטי, ווייל ער האט נישט קיין רעכט (לאכט נישט). זאגט בית דין, לחיים טובים ולשלום... איך זאג נישט גארנישט... זאל ער בויען, פארקויפן, המספיק אונטער ווערטהיימער זאל ווייטער טאן פאר די ספעשל קינדער אלעס וואס זיי דארפן... און נאכדעם שיקט דער ווילעדזש זייערע שווענצלעך שרייבערס עסן שטרוי, כ'מיין פיטערן שטרוי...
וויפיל דער ווילעדזש באורד האט "דן געווען בכובד ראש" איז נישט קיין סוד, מקען עס הערן פון די ווילעדזש טראסטיס אליינס, וואס וויינען און פארפירן אז מען האט זיי אריינגעפירט אין באד אריין, זיי קענען נישט אריינרעדן ניטאמאל אן אות אחת אין די ווילעדזש ווירטשאפט, אלעס ווערט געפירט דורך וועד הקרי' בכבודו ובעצמו כחומר ביד היוצר, וויפיל הארץ און געפיל די ווילעדזש טראסטיס האבן פאר די טייערע קינדערלעך, ווערט נעבעך צוטרעטן דורך די מעכטיגע וועד הקרי' און די טראסטיס זענען באלד אזא רחמנות ווי די המספיק קינדערלעך - מען טריט זיי די זעלבע וד"ל.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-24/3/2006 19:05 |
|
| |
גאזעט
מיט וועלעכען טראסטי האסטו געהאט א 'עקסקלויסיוו' אינטערוויו
|
|
|
|
| נשלח ב-24/3/2006 20:02 |
|
| |
גאזעט
לאנג זאלסטו לעבן
דער עולם איז נישט קיינע בהמות, דער בית דין שוינט נישט קיין טינט, און מען פסק'נט קלאר אויף יעדע דיון, און דער רב האט קלאר געזאגט פאר מאיר ווערטהיימער, אז דער בית דין האט מיט א כוונה, נאך נישט גע'פסק'נט וועגן דעם פערמיט, צו מען מוז דאס יא געבן צו נישט, און דאס געלאזט אלס א אפענע דיון "ביזדערווייל". צו עס געפעלט פאר מאיר ווערטהיימער, זיכער אז נישט, אבער עס וועט עם גארנישט נוצן, דעם אמת'ער פאקט קען מען נישט פארלייקענען, דער בית דין האט נישט גע'פסק'נט איבער דעם פערמיט. פינטל.
יעצט ספעציפיק מר. גאזעט
ענטפער די איינע פראגע ?
האט דער רב געזאגט פאר מאיר ווערטהיימער, אז ביז ווילאנג בית דין, הייסט נישט געבן דעם פערמיט איז נישטא קיין פערמיט. יא צו ניין ?????????
|
|
|
|
| נשלח ב-26/3/2006 20:45 |
|
| |
ווילעדזש-וועד הקרי' אוו קרית יואל גייט טיפער מיט'ן קאפ אין וואנט אריין, און האט אנגעהויבן א לעגאלע קריג קעגן המספיק, א קריג וואס זיי וועלן זיך נישט קיינמאל נישט מוחל זיין פארן אנהויבן...
און פאר גוטזאגערס קשיא איז דער ענטפער ניין, מרן הגאב"ד שליט"א האט קיינמאל נישט געזאגט אדער געפלאנט צו זאגן אזעלכע זאכן וואס איר קענט פרובירן צו לייגן אויף היידפארק, די צייט וואס ענק קענען פיטערן די קעלבלעך אזעלכע נארישקייטן איז שוין לאנג פאראיבער.
צד א' (מאיר הירש דהיינו ווילעדזש דהיינו וועד הקרי') האט געבעטן בית דין זאל לייגן אן "עיקול" אויף צד ב' (מאיר ווערטהיימער דהיינו המספיק) אז המספיק זאל נישט טארן בויען די בילדינג. בית דין האט "נישט" געוואלט לייגן דעם עיקול און געלאזט המספיק בויען דעם בילדינג, דאס רעדט מער ווי טויזנט ווערטער, "פערמיט שמערמיט".
אויב דאס איז נישט גענוג, האט בית דין דוקא יא געלייגט דעם עיקול וואס המספיק האט פארלאנגט קעגן "בית השחיטה" נישט צו בויען אויף די איזמענט פראפערטי פון דינוב קאורט. אינעם פסק דין פון בי"ד ווערט "בית השחיטה" אידענטיפיצירט אלס טייל פון "צד א'" (מאיר הירש וועד הקרי' ווילעדזש), יעצט אויב בית דין וואלט איין מינוט געהאלטן אז המספיק געהערט פאר צד א', וויאזוי האבן זיי געגעבן א עיקול פאר המספיק קעגן בית השחיטה, בית השחיטה און המספיק געהערן דאך ביידע לויט מאיר הירש פאר מאיר הירש, סאו וויאזוי קען איין מענטש לייגן אן עיקול אויף זיך אליינס...
זעהנדיג ווי ביטער זיי שטייען ביים בית דין, זענען זיי געגאנגען אין ביטערן יאוש צום "ליגעל" אפשען, וואס ווייזט נאכאמאל ווי בלינד זייער רשעות און טיפשות מאכט זיי. יא, ווילעדזש און וועד הקרי' פון קרית יואל, וויל דוקא גיין אין קאורט קעגן המספיק, ווייל אין בית דין שטייען זיי אין קריטישן מצב. שיין דערלעבט.
נישט געזארגט, המספיק נעמט אויף ב"ה די בעסטע און מעכטיגסטע לאיערס וואס איז נאר פארהאן אין ניו יארק, און מוועט זיך פאר די חיות טורפות פון ווילעדזש גאנץ ווייניג דערשרעקן. דער סוף וועט זיין מוועט זיי טראגן אין קלינערס, פונקט ווי זיי האבן פארלוירן די קאורט קעיס ביי "חרדים" שוהל, אבער וואס טוט מען נישט פאר כבוד...
און וואס וועט זיין דער סוף? יארן ארום וועט מען קוקן צוריק. דער המספיק בילדינג וועט אי"ה שטיין לשם ולתפארת. דער ווילעדזש און וועד הקרי'... ווער ווייסט... און זיי וועלן טראכטן בין תנור לכירים, וואו איז געווען אונזער שכל? וואו?
גייטס נאר ווייטער מיט "לאיערס", איר ווייסט נישט וואס "לאיערס" מיינט! איר ווייסט נישט וואס "ספעציעלע קינדער" מיינט! איר ווייסט נישט וואס "רחמנים ביישנים גומלי חסדים" מיינט!
 |
|
|
|
|
|