בית פורומים כל העולם כולו

מלחמה הירש און המספיק

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-8/3/2006 16:15 לינק ישיר 

יא ארוינים שלאגט'ס ענק ציוושען זיך און נישט מיט סאטמאר

און איך זעה דא א גרויסע פארליסט פאר די ארוינים ב"ה ווייל ר' מאיר ווערטהיימער האט א סאך אינסייד אינפארמעישון פון די ארוינים'ס קארט און אז ער ווערט א סאטמערער וועט ער איבער געבען אלע סוד'ס אוי וועט זיין גיט כא כא כא כא



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-8/3/2006 16:16 לינק ישיר 

דא איז דער ענטפער.

איך האב דאס שוין געשריבען פריער,

אבער פאר דיר טאגליכט....... אלעס.........

אז מאיר ווערטהיימער האט געבעטן א עיקול אויפן בית השחיטה, אז דער בית דין זאל מעקל זיין פון צו בויען אויף סיי וועלכע זייט פון בית השחיטה, (מיטן אומגעלונגענעם פרואוו, אפצושטעלן דעם יעצטיגען קאנסטראקשען, וואס מען טוט יעצט פארברייטערן,  אויפ די לינקע זייט, ווי מען שלאגט די כפרות ערב יום הקדוש ),  מיט די טענה אז המספיק האט איזמענט רעכטן זיך צו באנוצן מיט דינוב קאורט, אבער דער בית דין האט גע'פסק'נט אז דער בית השחיטה קען יא צובויען , חוץ אויף דעם איזמענט, וואס דאס מיינט צו אז מען קען נישט בויען אויף דעם ברייט פון דינוב רד, אבער אוודאי מעג מען צובויען אויף די זייטן, פונעם בנין..

פארשטייסט שוין  פשט !!!

כאפטס אריין א וואדקע



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-8/3/2006 16:16 לינק ישיר 

ארענדאר, זאלסט מיר שטארק אנטשולדיגן, עס קוקט אויס אז דו ביזט דא אויף א מיסיע, א באצאלטע, און דעריבער בין איך מלמד זכות אויף דיר פארן שרייבן אזעלכע געבראטענע שטותים.

דו מאכסט א קוגל הודו מיט כוש, מילא, אבער כאטש לייג נישט ארויף פאר יעדן צו זען אז דו טוסט עס...

איך האב נישט קיין אנונג וואס די מעשה איז, איך האב דעם אי מעיל נאכנישט באקומען פון קיינעם, אבער פון דעם וואס דו האסט דא ארויפגעלייגט זע איך צוויי מעשיות, איינס איז ביים בויען די בית השחיטה, וואס ווערטהיימער טענה'ט אז מ'גייט ארויף אויף זיין לאט, אויף דעם איז די פסק דין חלקי אז מ'מעג בויען. די אנדערע איז א פרישע מלחמה וועגן די מצה בעקעריי, וואס ווערטהיימער טענה'ט אז די רויעך וועט שאטן פאר די קינדער, ועל זה אנו דנין.

און איך גלייב נישט אז דו ביזט טאקע אזא נאר נישט צו פארשטיין די חילוק פון א יאר בויען צו א לעבנסלענגליכע זאך,

בנוגע די איד, אויב עס איז אמת, קען איך בלויז זאגן מיין השערה, אז ער האט א מעילינג ליסטע פון צענדליגער שרייבער'ס, צווישן זיי א שרייבער אין דער איד, און ער האט עס געשיקט פאר יעדן אויפאמאל.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-8/3/2006 16:20 לינק ישיר 

ביז-אהער

ביטע לייען איבער איצא'ס כתב עיקול.

ער שרייבט אז די טענה איז אז דער "צובויען" דעם בית השחיטה\מצה בעקעריי, וועט ברענגן רויך, נישט דאס אפערעיטן דעם מצה בעקעריי.

פאר די שרייבסט, ביטע לייען די דאקומענטן.



כאפטס אריין א וואדקע תוקן על ידי - ארענדאר - 08/03/2006 16:20:38



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-8/3/2006 17:24 לינק ישיר 

(פון אישי)

הרצחת גם ירשת?
ניין, איך וויל נישט שרייבן היידפארק אבער ההכרח לא יגונה, הלואי זאלן די ווערטער נישט מצער זיין קיין אידן, ווייל דער עיקר איז להציל עשוק מיד עושקו און ראטעווען די הייליגע ספעשל קינדער וואס ווערן געהאלפן דורך המספיק פון די בייזע האנט וואס הייסט ווילעדזש מאיר הירש, מיר האלטן דארט אז המספיק פראגראמען מוזן אנקומען אין אונזער משפחה, קען איך די שקלא וטריא אביסל און די האר פון קאפ וועט ענק אויפשטעלן צו הערן מיט וויפל רציחה די ווילעדזש פארפירט קעגן המספיק אזויפיל יארן ואין פוצה פה, וועל מיי פרענדס, סאיז שוין דא א מצפצף און מגייט פייפן אז די גאנצע וועלט זאל ציטערן.
די ערשטע ווארצל פון המספיק איז אנגעהויבן אונטער ר' משה טובי' בראווער זאל זיין געזונט ביי די אלטע ווילידש הנהלה, און די היינטיגע ווילידזש וואס האט איבערגענומען תשמ"ט האט גארנישט איינגעלייגט מיט דעם עסק ווייל נישט קיין צווייטע ווי מאיר ווערטהיימער האט עס אויפגעלעבט און אויפגעשטעלט געטריי און מענטשליך.
יארן לאנג האט די ווילעדזש אין שפיץ פון פאקטישן פירער מאיר הירש נישט געקוקט אויף המספיק זייט און זיי האבן זיך אויפגעוועקט ווען המספיק האט אפגעקויפט פון וועד הקריה די פראפערטי אויף בעיקערטאן צו מאכן דעם נייע בילדינג, אזוי סאיז דא געלט צו קויפן א לאט פאר געפערפעטע פרייז דעמאלס מוזן אונז לייגן די לאפעס דערויף, ווייל וועד הקריה האט דאך די ברייטע לאפעס אויף אלעס אין קרית יואל ווי מוסדות דירות מארגזישעס העדסטארט סקול דיסטריקט הצלה קהלה און נוצט אלעס צו טרעטן אויף אלע תושבים ווי בהמה דקהס
ווערטהיימער האט געשטעלט א פייג און געזאגט עד כאן אייערע לאפעס וועט איר נישט לייגן אויף המספיק בשו"א בעולם און ווילעדזש-וועד הקריה האט פראבירט אלע וועגן וואס איז נישט געלונגען, זענען זיי אויפגעקומען מיט די שוידערליכע פלאן אז אטאג נאכדעם וואס מאיר ווערטהיימער האט געפירט א קינד אונטער די חופה און וואלט געדארפט אויפשטיין שפעטער ווי נארמאל וועגן אויפזיין שפעט וכדו' זענען זיי געקומען אכט אזייגער דורך די ווינדאוס און הננו דא זענען אונז, מאיר איז אבער אנגעקומען באצייטנס און מיט אנדערע סטעף אפגעהאלטן די ווילעדזש מענטשן פון איבערדרייען די אפיס ביז פאליס איז געקומען, און יענע טאג האט דער רב געזאגט מען מוז גיין צו דין תורה, דערווייל איז מקוים געווארן שלא ינוח שבט === על גורל הצדיקים און עד היום איז די אפיס און גאנצע ארגניזאציע ביי מאיר ווערטהיימער.
למעשה האט זיך אנגעהויבן דין תורה דורך זבל"א זבל"א אבער נישט ווייל ווילעדזש האט געוואלט אדער זיי זענען צדיקים, איך וועל ענק זאגן, ווייל ביי "חרדים" שוהל ווען ווילעדזש האט נישט געוואלט געבן א פערמיט זענען זיי געגאנגען אין סיוויל קאורט און געקלאגט אויף פוירסט אמענדמענט פרידאם, און אפילו דער סופערלאיער חייפץ האט גארנישט געקענט טון קעגן די טענות וואס חרדים מענטשן האבן געזאגט ביים עדות פארהערן, צעטליך זענען געהאנגען איבעראל קעגן דעם וואס דער רב האט געדארפט אויפטרעטן אלץ עדות אבער למעשה איז די ווילעדזש געווען טיף אין די אדמה און די איינציגסטע וועג ארויס איז געווען א כלומרשט פשרה דורך ווינער רב שליט"א און מען האט געסעטילט פאר א סכום הגון און חרדים האט באקומען אלעס וואס זיי האבן נאר געוואלט ביז א שיינע בילדינג אין צענטע פון שטאט, די זעלבע זאך האט געקענט געשען אויב המספיק גייט אין קאורט וואלטן זיי אראפגעפירט די ווילעדזש ביז שאול תחתית ווייל מיט ווערטהיימער קען זיך ווילעדזש נישט פארמעסטן ליגעלי, ממילא זענען זיי געגאנגען צו דין תורה ווי א ביבער צום געפענגעניש און זיי האבן ממילא נישט געהאט קיין אנדערע ברירהף דא ביי די זבל"א דין תורה ציט די ווילעדזש שוין איבער צוויי יאר ווייל זיי ווילן נישט צולאזן די סוף פסק דין ווייל המספיק געווינט הענדס דאון.
די בילדינג וואס המספיק וויל בוין אויף בעיקערטאון איז אדארן אין אויג פאר ווילעדזש ועד הקריה און הירש קא. ווייל מקען זען וואס ווערטהיימער האט געבויט אין מאנסי אז די גאנצע שטאט רעד דערפון, אבער ווילעדזש קען נישט צולאזן אזא בילדינג ווייל עס וועט ווייזן פאר די וועלט אז נישט אויף אלעס איז ווילעדזש באלעבאס נאך איינער קען מאכן א גרויסע זאך לשם ותפארת, אבער המספיק דארף נישט די בילדינג פאר שיינקייט (אודאי מאכן זיי אלעס עלעגענט מיט קלעס) נאר פאר די בחורים און מיידלעך וואס גייען יעצט אין שאפינג צענטער ווי יעדער קען זעהן די צובראכענע ווילטשעיר וואס פארט ארויף און אראפ, אויך שטינקט דארט פון די בוטשער סטאר און דעלי אונטער דעם, אויך קענען די הענדיקעפט קינדער ארויסקריכן פון די ווינדאוס אפילו סאיז פארשטאפט מיט שרויפען, עס שטינקט כמעט ווי אין לאנטשרום פון קליינע קינדער ווייל סאיז געבויט אזוי נעבעכדיג פשוט געפעינט אויף ציגל ווי אין בחורים קעמפ, איך פרעג צוזאמען מיט צענדליגע עלטערן פון הענדיקעפט קינדער: דאס האט ווילעדזש געמיינט מיט מלחמה האלטן פאר די קינדער מיט א סקול דיסטריק? אז זיי טארן נישט האבן א נייע בילדינג פאר יעדן טאגעדיגע סערוויס? פארוואס? עד מתי וועט מען איינרעדן די בהמה דקהס אז דער ווילעדזש מיינט אזוי ערליך די טובה פון די קראנקע קינדער, באלאוני, ממיינט אינגאנצן עפעס אנדערשט וואס איך וויל נישט אריינגיין אין צווייטע סובזשעקט.
מענטשן ווילן נישט גלייבען וויפיל געלט וועד הקריה און ווילעדזש קא. מאכט פון די קינדער דורך המספיק אזוי ווי ס'איז ווייל אסאך סערוויסעס וואס המספיק וואלט אפשר געקענט ברענגען פון אנדערע פלעצער קומען למעשה פון די סקול דיסטריק און די ווילעדזש און סקול דיסטריקט באקומט דורך דעם ריזיגע געלטער דאס איז נישט גענוג? אז מאיר ווערטהיימער האט אנגעפירט די ליגעל חלקים צו האבן די סקול דיסטריקט איז נישט גענוג? יעצט ווען די קראנקע קינדע וואס איר זאגט איר פייט פאר זיי דארפן א בילדינג שלעפט מען מיט אזוי ברוטאלע חוזק?
איך זאגט פאר ווערטהיימער אז ער הערט מיך אויס וואס איך זאג און כווייס נאך צענדליגע עלטערן האלטן אזוי ער האט זיך גענוג איינגעהאלטן די לעצטע יארן און נישט געזאגט איין הויעך ווארט קעגן די ברוטאלע ווילידזש, עס איז געקומען די צייט עת לדבר מ'קען שוין נישט לאזן די ווילעדזש קא. רייטן אויף די קעפ פון די קינדער און זייערע עלטערן, פיניש, עס איז צייט צו פייטן די אמתדיגע מלחמה פאר זייער וואוילזיין און מאיר ווערטהיימער זאל וויסן אז די עלטערן שטייען אונטער עים פעלזן פעסט נאך מער ווי ער שטעלט זיך אליינספאר.
איך ווייס ווען המספיק האט געוואלט פאריאר עפענען נייע מוסד האט מאיר ווערטהיימער צום סוף רחמנות געהאט און נישט געעפנט, וואס עלטערן האבן יא געהאט חשק ווייל די סקול דיסטריק וואלט געפילט וואס מיינט ספעשל עד פאר אזעלכע טייערע קינדער און עס וואלט אויפגעשאקלט א וועלט, אבער ווערטהיימער איז געבליבן שטיל ווי א טשיקן, אויך ווען יענע חברה האבן אים געמסרט פון אלע זייטן איז ער געשוויגן ווי א פיש און גארניש געזאגט, אויך יענע מאל וואס קאמישאנער מואל איז געקומען אויף מאנסי זענען ווילעדזש מענטשן געקומען אונטערערדיש מאכן א חורבן (זיי מיינען מווייסט נישט אלעס וד"ל) אבער סאיז נישט געלונגען בס"ד און ער האט ווייטער געשוויגן, אלס האט ער געשוויגן און געשלינגען אן א שיעור, זאלט איר וויסן ר' מאיר אז עלטערן וועלן אייך מער נישט לאזן פארשווייגן, די הונט וועלן נישט חרוב מאכן די קראנקע קינדער!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!! ניין, ניין נייייייייייייייייייייייייייייייייין!!!!!!!!!!!!!!!!!!!
יקוב הדין את ההר, זאל די גאנצע כלל ישראל וויסן וואס דא שפילט אפ, די פינצטערע ארבייט פון וועד הקרי' און קאמפאני, קעגן די מוסד הצלה המספיק, אן קיין שום סיבה נאר פאר כ'וויל נישט זאגן וואס!!!!!!!!!!!!
ר' מאיר, יענע שבת ווען ס'איז געווען די יערליכע התחזקות פאר עלטערן אין וואודריטש האטעל די לאזש האט איר נישט געוואלט רעדן ווייל אפשר וועט איר אויספלאצן היסטעריש וועגן דעם סקאנדאל דורך די ווילעדזש, כאטש די לעצטע צוויי יאר האט איר יא גערעדט, איר האט זיך געוואלט איינהאלטן פאר יעדע פרייז, אבער מיר וועלן אייך מער נישט לאזן פארשווייגן די רציחה!!!!!!!!! אז סוועט אויספעלען וועט מען דערציילן מער וויפיל די האנט קען שרייבן אז די ווילעדזש חברה וועלן בלייבן כ'וויל נישט זאגן וויאזוי, איר מוזט פייטן די מלחמה עד הסוף, די קינדער מוזן האבן די בילדינג ווי פריער, אל תירא ואל תחת כי ד' עמך גבור החיל.
און ענק מאיר הירש און ווילעדזש און וועד הקרי' און די גאנצע קליקע זאגן מיר, שפילט אייך נישט מיט די הייליגע קינדער ווייל זיי זענען זייער גרויס אין הימל, דארט ווי ענקער רציחה איז באקאנט ביז די לעצטע פינטל, זאגט נישט אז איר קאמפט פאר זייער הילף ווייל דאס איז שקר און חוזק, נעמטס אראפ די שמוציגע ברוטאלע לאפעס פון די טייערע קינדער, באצייטנס. תוקן על ידי - פייפ_ליין - 08/03/2006 17:35:01



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-8/3/2006 18:37 לינק ישיר 

פייפ ליין

קאט די קרעפ!!

די ווילסט דא רייטען אויף די טענות וואס א גרויס חלק עולם האט דא קעגן מאיר הירש וועגן די דירות
ווילסט ציען סימפאטיע צי דיר אויך

די שרייבסט נישט קיין איין פוינט
נאר הויל דעמאגיע!!
פיסטע שטותים
די קיקסט אויס ווי א באצלטער שרייבער פין המספיק גאזעט

דריי נישט קיין קאפ!!!
עס איז דא א דין תורה, אין ווי לאנג די פסק קימט נישט ארויס, זענענן ביידע אויפן זעלבן שטאפעל, גערעכט ווי אוםגערעכט!!!!



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-8/3/2006 18:48 לינק ישיר 

זאל איינער פין די באצאלטע המספיק שרייבערס {למשל =פייפ ליין} מביר זיין
פארוואס מאיר וועטהיימער איז געלאפן צי התאחדות נעמען א עיקול
בשעת עס איז יעצט דא א ישובת בי"ד בזבל"א איבער די גאנצע נושא????

פארוואס האט ער גענימען א עיקול?? בשעת די זבל"א בי"ד האט געגעבן רשות פאר מאיר הירש צי בויען ווייטער אויב ער עס איז נישט אויפן איזמענט!!

מיין מיינוג איז, אויב איז מען שוין יא ביי דין תורה
פארוואס פעלט אויס די אשכול???
זאל מען אויסווארטן ביז די פסק קימט ארויס
פארוואס דארף מען זיך ארימהארגענענן בשעת ביידע קענענן זיין גערעכט אדער נישט גערעכט



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-8/3/2006 18:52 לינק ישיר 

אויף וועם נעמט זיך אהרן אן??????



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-9/3/2006 16:19 לינק ישיר 

פייפליין שרייבט:

צוויי מאל האסטו געפרעגט די לאגישע ווען דו האסט געעפנט דעם אשכול.
 

" לאגיש  וויל איך פארשטיין פארוואס די ווילעדזש חסידים קענען יעצט אנפייפן התאחדות ווען זיי שרייען אויף די כהנא-וומ"ס חסידים מסרבים לדין. עס איז זייער נאריש. בקיצור די צוויי מאירס האבן אראפגענומען די זיידענע הענטשיך"



" לאגיש וויל איך פארשטיין פארוואס די ווילעדזש חסידים קענען יעצט אנפייפן התאחדות ווען זיי שרייען אויף די כהנא-וומ"ס חסידים מסרבים לדין. עס איז זייער נאריש. בקיצור די צוויי מאירס האבן אראפגענומען די זיידענע הענטשיך"


פייפליין. לאגיש געב צו פארשטיין?

 
מיט וועם נאך (חוץ אייצא גליק?) האסטו אויסגעארבעט אט  די לאגיק ! תוקן על ידי - געשמאק - 09/03/2006 16:20:19



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-9/3/2006 16:43 לינק ישיר 

אוי ווערטהיימער מיינט טאקע נאר די טובה פון די נישט געזינטע קינדער, פארוואס ניצט ער זיי פאר א שטעקן אויסצופירן זיין מלחמת הנצחון קעגן זיינע אלטע שונאים.

ער האט דאך געקענט די זעלבע זאך בויען אין מאנסי אדער סייווי אן קיין שום פראבלעמען?

זיין מעין אפיס איז דאך דארט.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-9/3/2006 17:16 לינק ישיר 


פונקט ווי אנדערע אינטערסאנטע היימישע נייעס האט דער עולם געמעגט ליינען פון ווילעדזש-המספיק סכסוך, אבער ס'איז א סענסיטיוו אייטעם אז מענטשן שיקן אין אישי ווייל מוויל נישט לייגן אדער מהאט נישט אייגענע ניק. די עלטערן האבן בעסער וואס צו טאן ווי פארפירן אויף היידפארק, זיי זאגן אפ דאס זייעריגע און גייען צוריק צו די ארבייט.
ווילסט, האסט א ברירה שיק דורך אישי קעגן המספיק און עס וועט פונקט אזוי ארויפגיין, דא איז נישטא קיין צענזור.




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-9/3/2006 17:21 לינק ישיר 

ווילידזש, ווילידזש און נאכאמאל ווילידזש.

הער שוין אויף מיט דיין שטאקעדיגע טיפשות, כדי צו געפעלן פאר די זאליס.

דו ווייסט זייער גוט אז די בית השחיטה און די מצה בעקערי באלאנגט נישט פאר די ווילידזש און די ווילידזש טאר נישט לעגאל אנפירן אזעלכע אינסטיטוציעס.

מאיר ווערטהיימער נוצט דעם שיין-קלינגעדיגן ווארט "ווילידזש" ווייל אזוי כאפט ער ענדערש דעם דעת הקהל.

די בית השחיטה און מצה בעקערי באלאנגען פאר קהל יטב לב ד'סאטמאר. צענדליגער סאטמארע חסידים האבן דארט פרנסה און טויזנטער סאטמארע חסידים געניסן פון די דארטיגע מצות און פלייש.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-9/3/2006 17:25 לינק ישיר 

איך האלט אז עס איז נעריש צי נעמען א צד אין די מחלוקה
פשוט ווייל זיי זענענן ב"ה געגאנגען צי א בי"ד אין ביידע קענענן ארויסקימען גערעכט אדער אימגערעכט, מען דארף נאר האבן געדילד אין ווארטען

איך האב נאר איין שאלה
וואס איז געווען ווערטהיימערס חשבון מיטן גיין צי התאחדות פאר א פרישע ד"ת, אין נעמען א עיקול
בשעת עס איז שוין דא איין ד"ת איבער די זעלבע ענין????



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-9/3/2006 17:32 לינק ישיר 

 פרעגסט זייער גוט

נו:   מר. פייפליין ? 

זאג עפעס א ליגענט ?

 

תוקן על ידי - גוטזאגער - 09/03/2006 17:53:47



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-9/3/2006 18:02 לינק ישיר 

מצורף קובץ

פרישע "ווערטהיימער" אימעילס 

ליינט און האט הנאה.

קוקט וועם ער רופט מוסרים ומסרבים לדין.

קוקט '
ווער' עס איז מדברת מתוך גרונו.






דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > מלחמה הירש און המספיק
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
לדף הקודם 1 2 3 ... 21 22 23 לדף הבא סך הכל 23 דפים.

bholext
2009 © כל הזכויות שמורות לבחדרי חרדים. קטגוריית אקטואליה וחדשות: עשרות פורומים הכוללים חדשות נעייס, מה קורה בחצרות חסידים, חדשות מחסידויות שונות בארץ ובעולם, דיונים בנושאי אקטואליה, פוליטיקה, בטחון ועוד.