בית פורומים כל העולם כולו

מלחמה הירש און המספיק

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-30/3/2006 23:26 לינק ישיר 

איך האב געוואלט איינמעלדן אז מען האט שוין געמאכט גרויס פארשריט אינעם ענין פון די היסטארישע היידפארק דין תורה, וואס וועט פארקומען גאר בקרוב.

די דין תורה וועט דורכגעפירט ווערן גאר פראפעשאנעל. א נייטראלער מאדערעיטאר (האפנטליך דער מנהל הפורום) וועט שטעלן זאכליכע שאלות , און מען וועט געבן ביידע זייטן א געלעגנהייט צו ענטפערן (פארשטייט זיך אז א צד וואס באשליסט נישט צו ענטפערן, האט מוותר געווען אויף זייערע רעכטן). ברענגען דאקומענטן, און אראפלייגן דברים כהווייתן.

ביים סוף וועלן אלע גולשים ארויסגעבן זייער דעסיזשען, וועלכע צד ס'איז גערעכט.

וכשם שהסכימו בית דין של היידפארק, כך יסכימו בית דין של...



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-30/3/2006 23:31 לינק ישיר 

פארעץ, ווען דו רעדסט פון ווילידזש טעקס, סקול דיסטריקט טעקס, רעדסטו דאך ווי א שרעקליכער לא עלינו.

דו רעדסט שוין באלד פונקט ווי גאזעט-קאפ אז המספיק גייט קענען בויען א בילדינג אן א פערמיט פון די לאקעל גאווערמענט.

יעצט איבער דעם בילדינג: עס גייט נישט געבויט ווערן אין ווילידזש אוו קרית יואל, פינטל!

ער קען עס בויען וואו ער וויל אבער נישט דא.

עס קען נישט זיין חוטא נשכר! מען קען נישט לאזן אז א גונב וגוזל נכסי ציבור זאל נאך פארדינען פון זיין גניבה.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-30/3/2006 23:51 לינק ישיר 

גוטזאגער

אוודאי טאר נישט זיין חוטא נשכר

נאר מיר אלע וועלען רווח האבען ווייל מיר וועלען זיך שפארען די צוויי ביז צוויי א האלב מיליאן דאלער פון לאקאלע טעסעס וואס מוז יעצט ווערען ארויסגעדרייט פון דיסטריקט און ווילעדזש פאר די עלעקשאן קאמפעינס

יעצטער איז עס באמת נישט יושר אז נאר הויז אייגענטימער זאלען צאלען פאר די עלעקשאן קאמפעינס און נישט טענעטס

בפרט ווען דירות זענען אזוי טייער און רענט איז זייער ביליג

תוקן על ידי - פארעץ - 30/03/2006 23:52:51



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-31/3/2006 00:18 לינק ישיר 


מען האט ארויסגעלאזט די סטאדע פון שטאל, א גוטן חודש...

<< נעכטן האט ער צוזאמגערופן א מיטינג פון די המספיק ארבעטערס און ער האט זיי געגעבן א דרשה, בעטנדיג אז יעדער זאל אים העלפן אינעם קאמף דורך שיקן אימעילס, שרייבן אויף היידפארק וכו' וכו'.>>

1. ענק האבן ליידער עטליכע טעותים, ווילעדזש שווענצלעך.. עס איז נישט געווען קיין דרשה... מען האט קיינעם נישט געבעטן שיקן אימעילס אדער שרייבן אויף היידפארק, חס מלהזכיר.

מען האט נאר געבעטן אנצוגיין ווייטער מיט די הייליגע ארבייט לטובת די ספעשל קינדער, אפילו עס קומט אזויפיל ברוטאלע רשעות פון די אנדערע זייט שאפינג צענטער בילדינג (דהיינו ווילעדזש וועד הקרי'), וכו' וכו', זאכן וואס זענען פריוואט פאר המספיק סטעף (ווילעדזש חברה, ענק קענען "נאכאמאל" פרובירן אפצוקויפן א שפיאן, אפשר וועט עס געלונגען).

אבער וואס איז יא נוגע פאר ענק ווילעדזש, איז די אומגלויבליכע ווערטער וואס וואוילע טייערע יונגעלייט האבן גערעדט קעגן ענק, די האר פון קאפ וואלטן זיך אויפגעשטעלט צו הערן וויאזוי א אידיש הארץ וואס ארבייט נאר א קורצע צייט מיט די ספעשל קינדער ווערט פארגרוילט פון ענקער אומפארשעמטע רשעות וואס האט נישט קיין גבול, צענדליגער יונגעלייט וואס זענען געווען די געטרייסטע "סאלדאטן" (גאראנטירטע "איין'זערס" וד"ל), אזעלכע איידעלע אידן וואס קענען נישט רעדן א ווארט ברבים, האבן זיך אויסגעגאסן זייער געפילן אויף ענקער אויפפירונג קעגן המספיק בלויז ווייל עס איז נישט אונטער ענקער שליטה.

און אז די דאזיגע צענדליגער יונגעלייט שפירן אזוי, וויפיל קעלבלעך מיינען ענק זענען נאך גאראנטירט אין בוזעם טאש? הא? און ענק מיינען מיט שרייבן בערג מיט לגיונות און שטותים דא אויף היידפארק טוישן זיך די אמת'דיגע פאקטן?

און דאס ברענגט צום נעקסטן פונקט, אז די ווילעדזש חברה ווייסן נעבעך נישט ווי ביטער זיי שטייען, עס איז ממש א רחמנות ווי "בלינד" זיי זענען צום ריכטיגן מצב אויפן גאס, הלואי זאלן זיי אונטערהערן וואס מרעדט ווען מהאט נישט מורא, אפשר וועלן זיי דעמאלט יא געבן א פערמיט. הלואי זאלן זיי זוכן און אפשר טרעפן א שיינעם וועג ארויס באצייטנס.

<< אין די לעצטע פאר טעג האט ער אויך פרובירט אריינצומישן אפאר בתי דינים, דורך קומען צו זיי מיט פאלשע אינפארמאציע אז ס'איז שוין דא א פסק בית דין אז ער איז המספיק, אבער די ווילידזש פייפט זיך אן אויפ'ן פסק בית דין. אבער ער האט געהאט א רייע מיאוס'ע דורכפעלער נאכדעם וואס מען האט אינפארמירט די בתי דינים דעם אמת, אז המספיק איז ביי א דין תורה, און ס'איז נישטא קיין שום פסק בית דין אז ער איז המספיק, און אזוי אויך איז נישטא קיין שום פסק בית דין אז ער זאל מעגן בויען דעם בילדינג...>>

2. ווי געזאגט פריער, דארף מען האלטן דעם קאפ אויפן פלאץ און נישט ארויפלייגן אלע קארטן אויפן טיש, ווייל סוף כל סוף איז היידפארק נישט קיין בית דין (זעה ווייטער).

אבער די שטאקיגע נאראנים פון ווילעדזש און וועד הקרי' פארשטייען דאס נישט, ווייל נעבעך שנאה מקלקלת השורה, און זיי פארשטיין נישט אז מיט ארויסשרייבן צופיל ברבים טוען זיי זיך אליינס אויס אלע בגדים בפני כל העולם כולו. אפילו די מענטשן וואס האלטן נישט מיט די ווילעדזש, האבן אויך "אביסל" רחמנות, און לייגן נישט ארויס "ממש אלעס".

איז אזוי, גוטזאגער.

דער ציפעדיגער בריוו צו די ראשי הקהלה מיט אלע דאקומענטן, האט דיך און דיינע קאלעגעס ארויסגענומען פון די כלים אז סאיז ממש כלו כל הקונצן, ביסטו געגאנגען ווי א פערד און גערעדט דערפון אויף היידפארק. ווער האט דיר געהייסן שרייבן?... וואס דרוקט דיר אזוי די "עשרת הדברות", הא? דו שוטה איינער, מען דארף באמת רחמנות האבן אויף דיר און דיינס גלייכן...

שוין, האסטו געמאכט א ביטערע מיסטעיק... גוט... גייסטו ווייטער און דו שיסט ארויס דיין ווייטאג וועגן דעם...

"עיקול" וואס המספיק האט נעכטן מיטוואך באקומען פון א "בית דין" מפורסם קעגן "ווילעדזש אוו קרית יואל"...

עס טוט זייער וויי, כידוע... דער בי"ד מפורסם האט טאקע שפעטער צוריקגעצויגן דעם "עיקול" מיט די הסכמה פון המספיק, ווייל... ווייל... בעסער מרעדט נישט, בנפול אויביך אל תשמח! אידן מעגן האבן אביסל רחמנות.

אבער לערנטס ענק שוין אויס, רעדטסט נישט אין די וועלט אריין, די גאנצע וועלט דארף נישט וויסן "אלעס" פארוואס ענק שטייען אין אזא ביטערע מצב!





<< איך האב געוואלט איינמעלדן אז מען האט שוין געמאכט גרויס פארשריט אינעם ענין פון די היסטארישע היידפארק דין תורה, וואס וועט פארקומען גאר בקרוב... די דין תורה וועט דורכגעפירט ווערן גאר פראפעשאנעל. א נייטראלער מאדערעיטאר (האפנטליך דער מנהל הפורום) וועט שטעלן זאכליכע שאלות , און מען וועט געבן ביידע זייטן א געלעגנהייט צו ענטפערן (פארשטייט זיך אז א צד וואס באשליסט נישט צו ענטפערן, האט מוותר געווען אויף זייערע רעכטן). ברענגען דאקומענטן, און אראפלייגן דברים כהווייתן. ביים סוף וועלן אלע גולשים ארויסגעבן זייער דעסיזשען, וועלכע צד ס'איז גערעכט. וכשם שהסכימו בית דין של היידפארק, כך יסכימו בית דין של... >>

3. קאמענטארן זענען איבעריג...

עטס קענטס ווייטער שיקן "ליליפוטי" אין אישי, וואס איך וועל נישט ליינען, און קיין דעבאטעס אויף היידפארק וועט המספיק קיינמאל נישט פירן (און מבעט די אננעמערס פון המספיק זאלן אויך נישט, אפילו מיט די בעסטע כוונות, פירן קיין "היידפארק דין תורה" רחמנא ליצלן מהאי דעתא). זאלן די ארבייטער פון ווילעדזש אוו קרית יואל און וועד הקרי' זיך אויסטאן פאר די גאנצע וועלט מיט זייער געוואלדיגע גרייטקייט זיך "מתדיין" צו זיין ביי "היידפארק גולשים".



<<יעצט איבער דעם בילדינג: עס גייט נישט געבויט ווערן אין ווילידזש אוו קרית יואל, פינטל! ער קען עס בויען וואו ער וויל אבער נישט דא...>>

4. יישר כוח פאר די פרישע הודאת בעל דין (הגם אין אדם משים עצמו רשע...)
 




5. דער "פארעץ" איז זיכער א באהאלטענער שונא, איך גלייב נישט די ווילעדזש איז אזוי הפקר'דיג אן קיין שום גבול אז זיי לאזן אן אייגענעם אגענט זאגן פאר די גאנצע וועלט אז די ווילעדזש אוו קרית יואל "דרייט ארויס" געלט אומלעגאל פון קרית יואל סקול דיסטריקט צו באצאלן פראפאגאנדע פאר די ווילעדזש וואלן... סאו "פארעץ" זיי מוחל און גיי צוריק פון וואו דו ביסט געקומען, דריי נישט קיין איבעריגע קאשע פון אישוס וואס קומען נישט אהער דא.

(און אויב ער איז יא א שווענצל פונעם ווילעדזש, עלובה עיסה... אוי א רחמנות)




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-31/3/2006 00:28 לינק ישיר 

איך האב נישט קיין צייט און געדולד איבערצוליינען די לאנגע תגובה. כ'בין זיכער אז דער גאזעט-קאפ קייט ווייטער איבער "הייליגע געזונטע קינדער", "טמא'נע קראנקע ווילידזש חברה" א.א.וו.

עם איי רייט?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-31/3/2006 00:31 לינק ישיר 

איך הער ס'איז דא א בריוו פון התאחדות אז זיי ציען צוריק פונעם עיקול וואס מאיר ווערטהיימער האט ארויסגעשלעפט פון זיי בגניבה, ווייל מען האלט אינמיטן א דין תורה. איינער ווייסט מער פרטים?

תוקן על ידי - קריתיואלער - 31/03/2006 0:31:38



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-31/3/2006 00:37 לינק ישיר 

וואס זענען די המספיק חברה עפעס אזוי צוווילדעוועט היינט?

נעכטן זענען זיי געווען אזוי העפי און האבן געפייערט זיג אז מען בויט די בילדינג אן א פערמיט. נו אויב אזוי וואס זענען זיי אזוי גערעגט? אויב קענען זיי ווייטער אנגיין געהעריג וואס זענען זיי נאך גערעגט אויפ'ן ווילידזש?

עם איי מיסינג סאמטינג?

איז מעגליך אז די גאנצע זאך וואס זיי האבן פארציילט דא נעכטן אז מען גרובט אן א פערמיט איז נישט מער ווי א פוסטע פאנטאזיע? תוקן על ידי - ארגינעלער - 31/03/2006 0:39:26



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-31/3/2006 00:42 לינק ישיר 


שנעלער, שנעלער...!
איינער אויפאמאל, קורץ און שארף.
וואו איז "פאקטיש"? נו, שנעלער, לויף צום קאמפיוטער!
וואו איז "מנחה", נו, אם לא עכשיו אימתי.
די "קאווע" האט זיך אויסגעגאסן, און "פערד" איז אין שטאל (ביי א דעבאטע?)
רבותי, שנעלער, נו, נו...!
קומטס אלע ארויס פון די לעכער, מוועט שוין באצאלן שפעטער, אבער יעצט איז קריטיש, נו, וואו איז דיין תגובה, נו?
טראכט אויף עפעס א באבסקע, אבער שוין! נו!
וואו איז "ארענדאר", אין קרעטשמע? וועסט כאפן א וואדקע שפעטער, קום שוין ארויף!


נ"ב. עס וועט אייך גארנישט העלפן, גיטס א פערמיט פאר המספיק און נעמט אראפ די הענט פון די הייליגע קינדערלעך.

תוקן על ידי - פייפ_ליין - 31/03/2006 0:47:59



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-31/3/2006 00:47 לינק ישיר 

פערד האט א קנאקעדיגע איידיע.

און וואס פייפליין זאגט אז המספיק חברה שרייבן נישט אויף היידפארק איז סתם שטותים, דער שרייבער פונעם המספיק גאזעט טוט די לעצטע פאר וואכן גארנישט חוץ שרייבן דא אויף היידפארק. דער גאזעט איז נישט ארויסגעקומען ווייל דער גאזעט שרייבער דארף שרייבן אויף היידפארק. פארוואס באקומט ער מיטאמאל קאלטע פיס?

גאזעט, Why are you running scared?

Why are you running away from the facts??

פון וועמען האסטו מורא?

איך נעם אן דעם טשאלענדזש, הנני. תוקן על ידי - ארענדאר - 31/03/2006 1:22:17



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-31/3/2006 00:54 לינק ישיר 


ארענדאר, שקויעך פאר פאלגן אזוי שנעל, ביסט א וואויל קינד!

יעצט קענסטו נעמען דיין פלעשל וואדקע און טרונקען וויפיל דו ווילסט, אבער געדענק, זיי גרייט ווען מ'רופט דיך נאכאמאל צו שרייבן אזוי מעכטיג, קורץ און שארף, נאר אזוי זאלסטו טאן און המספיק וועט אוועקפליען פון זיך אליינס און די הייליגע קינדערלעך וועלן אוועקפליען קיין סעווען ספרינגס אדער ווייסעכוואו אז וועד הקרי' זאל קענען בויען נייע דירות פאר "ביליג" און נוצן די פראפיט צו דעקן די וואל קאמפיינען אנשטאט פון סקול טעקס, אמת "פארעץ"?





דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-31/3/2006 01:01 לינק ישיר 

מצורף קובץ

פייפליין, כבר הי' לעולמים אז אידן זאלן פירן א דעבאטע צווישן זיך.

פארוואס האסטו אזוי מורא צו פירן דעבאטעס מיט אונז?

אקעי איך געב דיר עס נאך, וועסט אונז קענען רופן אכזרים, טיפשים און טמאים.

און דיר מיט מאיר ווערטהיימער וועסטו רופן קדושים, טהורים וצדיקים...

אבער קום אונז דעבאטירן.





דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-31/3/2006 01:04 לינק ישיר 

פייפליין, מען גרובט יא אדער מען גרןבט נישט?

פארוואס ענטפערסטו נישט?




דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-31/3/2006 01:28 לינק ישיר 

גאזעט דו ביזט אזוי ביזי מיט די קינדער און מיט די חשובע ארבעטער לאמיר מיר דיר מעלדן, אז איך פלאן זיך אליין צו דעבאטירן, זינט די אנטלויפסט פון א דעבאטע, ווייל........... די דין תורה באהאנדעלט עס שוין און 2 פון די 8 אישו'ס וואס איך פלאן צו דעבאטירן איז די באהאנדלונג פון ווערטהיימער צו די טייערע קינדער, נישט ווי די ארבעטער באהאנדלן די קינדער, נאר ווי ווערטהיימער באהאנדעלט זיי, ווי איך פלאן בעז"ה עס זיי קלאר מסביר די צווייטע איז, וויאזוי ווערטהיימער באהאנדעלט די חשובע איבערגעגעבע איינגעשטעלטע, פון די באורד מעמבערס, ביז די סערוויס קארדינעיטארס, ביז אלע ארבעטער, אויסער -פארשטענדליך - מר. גאזעט און נאך עטליכע געציילטע גאזעט, איך בין זיכער אז די שטראלסט פון פרייד, ליינענדיג די דאזיגע שורות, ווייל אז מען ליינט די גאזעט "ווייסט" מען דאך אז מען ווערטהיימער באהאנדעלט די חשובע "קאנסומער" און די ארבעטער אויפן בעסטן אופן, איך וויל נאר אז די פארק ליינער זאלן אויך אביסל וויסן דערפון



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-31/3/2006 01:38 לינק ישיר 

די ערשטע וועל איך באהאנדלן א חשובער באורד מיטגלידער פון איינער פון די 3 המספיק, און זיינע קינדער, וואס ארבעטן/האבן געארבעט אין המספיק גאזעט, איך קען דיר די געלעגנהייט מיר צו פארלויפן און פארציילט די מעשה/מעשיות לויט דיין גירסא, און נאכדעם וועל איך פארציילן, פארשטייט זיך אז דו ווילסט זיין דער וואס ענטפערט, ווארט צו א טאג צוויי, וועסטו זיין דער וואס האט די שאנס צו ענטפערן און אויב וועט מר. גאזעט צו א צווייטער פרעגן, פארוואס מישט מען דא פריוואטע זאכן איז מיין תירוץ קודם איז קלאר, אז מען וועט נזהר זיין די מאקסימום נישט צו פארענטפערליכן פרטים פון יחידים, צווייטענס, די מעשה, און די אלע נאכפאלגענדע מעשיות פון ארבייטער און קאנסומער וועלן אי"ה קלאר פעסטשטעלן אז די גאנצע פארדעקונג פון 'עלעוויטאר' 'קראנקע קינדער' איז אלעס א מאסקע פון א געלט הונעריגער חי' וואס פירט זיך אויף צו זיינע ארבעטער ווי מיט מיסט, און מיט די טייערע קינדער ווי מיט שפילצייג אדרבה, דער עולם וועט האבן די געלעגענהייט צו באשליסן, למי החותמת ולמי הפסילים נו, ארענדאר, טייל אויס משקה פאר די פארק ליינער



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-31/3/2006 01:42 לינק ישיר 

פייפ_ליין

איך ווייס אז די ביסט נאר א טענעננט

פאר דעם ארט דיך מיין וואזשנע המצאה אז אנשטאט נאר אייגענטימער פון דירות וואס האבען געצאלט בלוט און שווייס פאר זייערע דירות

דארפן זיי צאלען די פאנטאסטישע געלטער וואס באין ברירה דארף מען ארויס דרייען פון ווילידזש און דיסטריקט כדי אויסצוצאלען דו אומגעהויערע עלעקשאנס קאמפעין און דאס נעמען פון די פראפערטי טעקסעס

אזוי אויך קאסט אפ שווערע געלטער די גאנץ יאריגע פאפליק רילעשאנס ווייל מען מוז שטענדיג אנגיין מיטען קאמפעין

יעדער וואס פארשטייט א ביסעל צו פאבליק רילעשאנס פארשטייט גוט די מוראדיגע וויכטיקייט דערפון

וועט מען יעצט אויסגלאכן די טענעטס און די לענדלארדס און יעדער וועט נעמען א אייניגע חלק דערין נישט קיין חילוק המספיק אדער ווילידזש, זאלי - ארויני אדער בני יואל

דעס פארדריסט דיך

צוצולייגען א פלייצע אז מען זאל קענען אן גיין מיטען קאמפעין אן קיין שטער

שעם דיך לכאורה האסטו אמאל אויך געטרינקען פון דעם ברין די האסט אמאל אויך געלעבט פון דעם קוואל

איך מוז זאגען דעם אמת הלוואי די וואלסט געבליבן

אבער עס איז נישט פעיר צו נעמען א שטעלונג צוליב פערסאנעל אישוס

מען דארף שוין איינמאל פאר אלעמאל די געוואלדיגע עלקשאן עקספענס איין טיילען ביושר און יעדער מוז אייניג צאלען דערפאר

וואס מען וועט טיען מיט די איבריגע טעקסעס וועט מען שוין דענסטמאל זעהן קודם דארף מען זעהן צו באקומען די ריעל עסטעיט פון המספיק

תוקן על ידי - פארעץ - 31/03/2006 1:46:24



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > מלחמה הירש און המספיק
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
לדף הקודם 1 2 3 ... 20 21 22 23 לדף הבא סך הכל 23 דפים.

bholext
2009 © כל הזכויות שמורות לבחדרי חרדים. קטגוריית אקטואליה וחדשות: עשרות פורומים הכוללים חדשות נעייס, מה קורה בחצרות חסידים, חדשות מחסידויות שונות בארץ ובעולם, דיונים בנושאי אקטואליה, פוליטיקה, בטחון ועוד.