|
|
| נשלח ב-12/3/2006 04:54 |
|
| |
טאנצען אן א קאפל שמחת תורה אין ראדני מעג מען יא, ווייל אזוי שטייט אין חובת הלבבות חלק ב' דף פ"צ עמוד ח'
|
|
|
|
| נשלח ב-12/3/2006 04:59 |
|
| |
ער האט נאך די חוצפה צו זיין גערעגט און צו סטראשענען.
ווער האט דיר געבעטן צו עפענען אן אשכול אויף היידפארק און באשמוצן אידן מיט שקרים, כזבים און דמיונות על לא עוול בכפם.
דו האסט אנגעפאנגען מיט'ן באשמוצן אידן און יעצט ווילסטו אז מיר זאלן שווייגן.
דו ווילסט זיין ערלויבט צו רעדן וואסערע ליגנטס דו ווילסט און מיר זאלן זיין שטיל.
הקולר תלוי על צווארך.
תוקן על ידי - גוטזאגער - 12/03/2006 5:31:16
|
|
|
|
| נשלח ב-12/3/2006 05:01 |
|
| |
yankees, 
|
|
|
|
| נשלח ב-12/3/2006 05:32 |
|
| |
מצורף קובץקוקטס אלע וואס דער מחרחר ריב שרייבט אויף היידפארק, בנוגע די מוסד מעלה/חמלה וואס מאיר ווערטהיימער האט געגרינדעט פאר די זאליס, אלס הכרת הטוב ווייל זיי זענען געקומען עדות זאגן ביים בית דין אז זיי זענען די לעגאל ערוויילטע קהל און נישט די אהרונים:
קודם איז עס בראווער נישט יאקאבאוויטש, און דו ווילסט עס נאר אנשמירן אלץ בני יואל-עלייענס אישו, אבער וואס איז דען שלעכט? טאר א צווייטער נישט העלפן ספעשל קינדער? אפשר האלט די ווילעדזש אז זיי האבן א מאנאפאל אויף אלע מיני הילף, אבער המספיק האלט קלאר נישט אזוי און אז מאיר ווערטהיימער וויל העלפן אנדערע אידן נישט קיין חילוק פון וועלכע פארטיי אדער חסידות דארף מען זאגן כל הכבוד נישט רעדן ווי א ראסיסט און א טיפוש. דיינע ווערטער זענען א בושה פאר אלע חסידים, זאלסט מיר זייער אנטשולדיגן
אזוי גאר?
דו קומסט אונז לערנען א פרק אין הלכות ראסיזם ווען עס קומט צו פנחס יאקאבאוויטש.
- דער פנחס יאקאבאוויטש וואס האט גע'מסר'ט צענדליגער סאטמארע בחורים און יונגעלייט און זיי באשולדיגט אין וואוטער פראוד, ברענגענדיג א געוואלדיגן חילול השם און א סכנה פון שווערע טורמע טערמינען.
- דער פנחס יאקאבאוויטש וואס שיקט בריוון צו די סטעיט פאליס מיט ווילדע השמצות קעגן די סאטמארע חסידים, ווי למשל אז זיי האבן געקידנעפט דעם ירושלימ'ער רב ווען ער איז דא געווען.
- דער פנחס יאקאבאוויטש וואס האט אטאקירט די סאטמארע חסידים מיט די ערגסטע סארט לשונות און השמצות, ווי למשל אז אונז האבן מיר אנגעגרייט א לוי' פאר'ן רבי'ן.
- דער פנחס יאקאבאוויטש וואס האט פיינט נישט נאר מאיר הירש נאר אויך יצחק ראזנבערג און בערל פריעדמאן (און יא, אויך שורשנגח און די אנדערע "וויליאמסבורגער" אהרונישע שרייבערס דא אויף היידפארק)
- דער פנחס יאקאבאוויטש וואס פירט יעצט א קאמף קעגן סאטמאר אז זיי האבן געגעבן שוחד פאר ראזנוואסער.
- דער פנחס יאקאבאוויטש וואס שטייט צו די רעכטע האנט פון די זאליס נישט נאר אין קרית יואל נאר אויך אין וויליאמסבורג און העלפט זיי מיט לאיערס און מיט געלט.
פאר דעם פנחס יאקאבאוויטש האט מאיר ווערטהיימער געשאנקען אן ארגאניזאציע וואס ברענגט פאר יאקאבאוויטש'ן הונדערטער טויזנטער דאלארס פראפיט, וואס יאקאבאוויטש קען דערנאך נוצן אין זיין דזשיהאד קאמף קעגן סאטמאר.
און - פאר די רעקארד - מעלה/חמלה ווערט יא געפירט דורך פנחס יאקאבאוויטש און בראווער איז נאר אן ארבעטער, ווי יעדער קען זיך אליינס איבערצייגן:

 |
|
|
|
|
| נשלח ב-12/3/2006 06:08 |
|
| |
איך בעט א פערזענליכע בקשה פון אלע גולשים וכו' וכו'
ביטע, הערט אויף האקן א טשייניק מיט די נארישע מחלוקה צווישן הירש-ווערטהיימער
עס אינטערעסירט רוב גולשים ווי די פאריעריגע שניי
ענדערש רעדץ שוין פון די מחלוקה צווישן מזרחי און בן-עטר, ווער עס איז געווען די ערשטע בלומען סטאר אין קרית יואל.
ביטע ביטע, צו ביידע זייטן פון יענע נארישע מחלוקה, סטאפטס, עס איז אזוי בארינג און אומאינטערעסאנט
|
|
|
|
| נשלח ב-12/3/2006 16:06 |
|
| |
מצורף קובץדא איז דער מחאה קעגן דעם המספיק WEB SITE , וואס ווערט סערווירט לאנגע יארן דורך דעם "אינטערנעט וואס איז הארבער פון אלע דרייי עבירות" http://www.disabled.org/
כאפטס אריין א וואדקע
תוקן על ידי - ארענדאר - 12/03/2006 16:18:45

|
|
|
|
| נשלח ב-12/3/2006 20:14 |
|
| |
(פון אישי (ייש"כ סקולדיסריק))
הויכגעשעצטער גוטזאגער,
וואו איז דיין שכל, דו פארשטייסט נישט אז דיין "סטראטעגיע" פון צוזאמשמעלצן מאיר ווערטהיימער מיט פיני יאקאבאוויטש וועט קיינמאל נישט ארבייטן, און עס וועט נאר מאכן דיך מיטן גאנצן ווילעדזש אויסזען ווי ראסיסטן און טיפשום, ווי פייפ_ליין האט געהאט געשריבן.
דו מעגסט פארשטיין אז המספיק איז זייער גערעכט מיט פארקוקן אויף אלע זייטיגע זאכן ווען עס קומט צו העלפן עלטערן פון ספשעל קינדער. קום אהער אמאל אין סקול דיסטריקט און זאג אונז אויב א יונגל מיט דאון סינדראם מעג באקומען שוואכערע סערוויס ווייל זיינע עלטערן גייען נישט אין שפאן הונדערט פראצענט, זאג עס אונז אין פנים אריין.
מיט דיין מאכן אזא געטומל וועגן מעלה-חמלה לייגסטו אריין אלע אהרונים אין דער ערד און מאכסט פערמענענט דעמעדזש וואס דו און דיינע קאלעגעס וועלן קיינמאל נישט קענען איבערדרייען ר"ל. קאט די קרעפ, לאז די קראנקע קינדער באקומען הילף פון וואו זיי קענען נאר און פארמאך דיין גרויס מויל.
און דיינע טענות וועגן וויפיל וועידזשעס מאיר ווערטהיימער מאכט, אפילו אויב ס'איז אמת, לייגט נאר אויל אויפן פייער קעגן ווילעדזש אז וועגן דעם מאכן זיי די פראבלעמען קעגן המספיק וד"ל. זייער גרויסע ביגשאטס אין קרית יואל ווילעדזש מיט וועמען דו ביסט נאנט מאכן צענדליגער מאל אזויפיל פון ציבורס געלט, סאו שווייג ווי א חכם הרואה את הנולד וד"ל און מאך נישט חרוב דעם רב שליט"א מיט אלע געטרייע חסידים אזוי טיף ווי אלע שונאים צוזאמען האבן נישט געקענט. איך וואלט דיר געראטן זאלסט זאגן פאר די גרויסע ביגשאטס זאלן געבן וואס המספיק וויל און ענדיגן די מיאוסע מלחמה ווייל סאיז יצא שכרו בהפסידו אויפן רב'ס חשבון.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-12/3/2006 21:13 |
|
| |
אינטערסאנט אז דיין תיבה אישית אקצעפטירט נאך אלץ פרישע תיבה אישית'ן. איז עס נאכנישט אווערלאודעד?
נאר א זאלי אזוי ווי דיר (רעד דיך נישט איין אז איינער מיינט אז דו ביסט אן אהרוני) קען טענה'ן אז מאיר ווערטהיימער דארף געבן הונדערטער טויזנטער דאלאר פאר דעם מחרחר ריב פנחס יאקאבאוויטש.
יעצט צום ענין. ועד הקרי' אינוועסטירט ריזיגע סומעס געלטער צו ברענגען פאר קרית יואל פארשידענע סארט פראיעקטן ווי למשל א בית השחיטה, א העלט סענטער, א ביזנעס סענטער, א שאפינג סענטער ועוד ועוד. אלעס איז מיט'ן חשבון אז די אלע פראיעקטן וועלן אויפטאן צוויי זאכן: ברענגען נוצן פאר קרית יואל און ברענגען ריוח פאר די מוסדות התורה והחסד.
די אלע פראיעקטן ווערן ב"ה געפירט מיט גרויס געניטשאפט ביז'ן היינטיגן טאג. זיי סערווירן דעם ציבור, זיי ברענגען גרויסע געהאלטן פאר די אנגעשטעלטע וואס ווערן באשטימט דורכ'ן הנהלת הקרי', און אויך א שיינעם ריוח פאר די מוסדות, אזוי אז דער רב שליט"א קען אריינפארן יעדן שני וחמישי אין וויליאמסבורג צו פירן די הערליכע טישן און זיך באטייליגן ביי אנדערע סאטמארע מסיבות, אן קיין שום דאגה איבער'ן פינאנציעלן חלק פון די מוסדות הק' אין קרית יואל.
המספיק איז געווען איינס פון די גאלדענע אויפטוען פון ועד הקרי' (נישט קיין חילוק ווער ס'איז דעמאלטס געווען אין טשארדזש פון ועד הקרי'). אונזערע לאביאיסטן האבן געשתדלט דערפאר, אונזערע לאיערס האבן געקעמפט דערפאר, אונזערע צייטונגען האבן געפאמפעט דערפאר, אונזערע דינערס זענען גענוצט געווארן דורך המספיק אלס ארענע זיך גרויסצוהאלטן פאר די פאליטישאנס, און זיי איינצולאדענען און געבן פּלעקס. אונז האב מיר דאס אויפגעבויט און אונז האב מיר דאס געהאלפן ווערן א וועלט ארגאניזאציע.
דער רב שליט"א האט געהאט געשטעלט א קאמיטע צו פירן המספיק, וואס איז באשטאנען פון אברהם ווידער, שמעון משה קעפעטש, ליפא גראס און בערל פאלאטשעק. זיי זענען געווען די בעלי בתים מטעם די קהלה און מטעם דעם רב אנצופירן די ארגאניזאציע. אין תשנ"ד האבן זיי אויפגענומען אן ארבעטער מאיר ווערטהיימער, אז ער זאל זיך פארנעמען מיט די טאג-טעגליכע געברויכן פון די ארגאניזאציע. פאר יארן לאנג איז קלאר געווען פאר יעדן איינעם אז המספיק איז א ציבורישע ארגאניזאציע מיט א קאמיטע וואס איז געשטעלט געווארן דורכ'ן רב און די ארבעטערס זענען נאר ארבעטערס.
אזוי איז אלעס אנגעגאנגען ביז איין שיינעם טאג האט מאיר ווערטהיימער באשלאסן אז: ווער זאגט אז איך דארף פארדינען נאר 125,000 דאלאר א יאר ווען איך קען פארדינען אנדערטהאלבן צו צוויי מיליאן דאלאר א יאר? געזאגט און געטאן: ער האט אומלעגאל ארויסגעווארפן די לעגאלע באורד פון המספיק, זיינע בעלי בתים, וועמען דער רב שליט"א האט באשטימט, דורך שרייבן פאלשע רעזיגנאציע צעטלעך, און דערנאך האט ער זיך דערקלערט אלס בעל הבית פון המספיק, כאטש לעגאל איז ער נישט דער בעל הבית נאר אן ארבעטער, ווייל דער עקזעקוטיוו דירעקטאר איז לעגאל נישט מער ווי אן ארבעטער.
למעשה האט המספיק היינט א בודזשעט פון 14 מיליאן דאלאר. עס איז אומדערהערט אז א יחיד זאל זיך דערקלערן בעל הבית אויף אזא גרויסע ציבור'ישע ארגאניזאציע, נישט ע"פ תורה און נישט ע"פ דיני דמלכותא. ווען איינער זאל מסר'ען מאיר ווערטהיימער אויף די גניבה וואלט ער היינט געזיצן אין חד גדיא און זיך נישט ארומגעדרייט ווי א שיינער איד.
רבותי, זאגט איר אליינס. דארף מען לאזן הקדש געלט פארפאלן גיין? דארף מען לאזן די שווערע טויזנטער דאלער וואס מען האט אינוועסטירט צו ברענגען די המספיק פראגראמען גיין לטמיון? דארף מען לאזן א יחיד איבערנעמען א מוסד וואס באלאנגט פאר'ן רבים - פאר אונז אלע קרית יואל'ער איינוואוינער?
וואס טוען מיר אויב מארגן באשליסט נחום פריעדמאן אז עזרת חולים איז זיין פריוואטער אייגנטום און ער קען דאס מוריש זיין פאר זיינע קינדער? וואס טוען מיר אויב מארגן באשליסט גדלי' סעגעדין אז דער ווילידזש איז זיין פריוואטער אייגנטום און ער קען דאס מוריש זיין פאר זיינע קינדער? וואס טוען מיר אויב מארגן באשליסט מאיר הירש אז די בניני המוסדות זענען זיין פריוואטער אייגנטום און ער קען דאס מוריש זיין פאר זיינע קינדער? וואס טוען מיר אויב מארגן באשליסט דער דירעקטאר פונעם ביזנעס צענטער אז עס איז איז זיין פריוואטער אייגנטום און ער קען דאס מוריש זיין פאר זיינע קינדער? וואס טוען מיר אויב מארגן באשליסט דער דירעקטאר פונעם שאפינג צענטער אז עס איז איז זיין פריוואטער אייגנטום און ער קען דאס מוריש זיין פאר זיינע קינדער? וואס טוט אמעריקע אויב מארגן באשליסט דזשארדזש בוש אז דאס ווייסע הויז באלאנגט פאר אים, ווייל ער וואוינט שוין דארט זעקס יאר און קיינער האט נישט ארויסגערעדט דערקעגן, און עס איז דעריבער זיין פריוואטער אייגנטום און ער קען דאס מוריש זיין פאר זיינע קינדער?
דארפן מיר לאזן מאיר ווערטהיימער בא'גנב'ענען נכסי ציבור און דערנאך נאך בלייבן א שיינער איד אין בית המדרש?
מאיר ווערטהיימער איז א גוזל את הרבים יעדן טאג. מען האלט נאך אינמיטן די דין תורה, און מאיר ווערטהיימער קומט יעדן טאג צום בי"ד מיט פרישע דריידעלעך צו פארשלעפן דעם פסק לטובתו, דורך ברענגען פאלשע עדות זאליס און בני יואל, וואס דערקלערן אז זיי זענען די אמת'ע בעלי בתים פון המספיק, און זיי האבן געשטעלט מאיר ווערטהיימער אלס זייער ארבעטער.
תוקן על ידי - גוטזאגער - 12/03/2006 21:27:34
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-12/3/2006 21:55 |
|
| |
(פון אישי (ייש"כ סקולדיסריק))
הרב גוטזאגער, זיי אזוי גוט ערלעדיג מיר ביי די הויכע פענסטער א רשות כתיבה וועל איך נישט דארפן אווערלאודן קיינעמס תיבה אישית.
צום ענין (ענדליך קומען זיי ארויס מיט די אינערליכע בויך קרעמפן):
1) לאז אפ חרחר ריב יאקאבאוויטש אישו ווייל עס לייגט אוועק די אהרונים, די ווילסט נישט מען זאל זאגן אויף די ווילעדזש-אהרונים אז זיי פארגינען נישט צו העלפן ספעציעלע קינדער פאר פאליטישע סיבות, עס איז א דיזעסטער יעדע מאל וואס דו רעדסט פון דעם, להוה ולעתיד.
2) לאז אפ "די טישן פון רב שליט"א יעדן שני וחמישי אין וויליאמסבורג" מטעם הנ"ל, דו ווילסט מאכן די ווילעדזש-המספיק אישו פאר א רב-זאלי אישו און עס וועט דיר שטארק באנק טאן, דו פארשעמסט אלע חסידים פון רב און רבי'ן. אויך האט די ווילעדזש גוט מסדר געווען דעם רב מיט אים אויסנוצן אראפצונעמען די עיקול און נאכדעם ווייטער אנגיין קעגן המספיק ווי פריערדיגע שרייבערס האבן גוט ארויסגעברענגט. ממילא דיין אחריות פאר'ן כבוד פון רב שליט"א איז גוט פון תענית אסתר ביז פורים, און ענטפער ניטאמאל ווייל עס וועט ווערן נאך ערגער. לאז אפ די רב פון די אישו.
3) ווען ר' משה טובי' בראווער האט געגרינדעט המספיק האט דער דעמאלטסדיגער ווילעדזש נישט געהאט קיין לאביאיסטן און לאיערס וכל שום וחניכא, א געלונגענער סאטמארער מאכער האט עס געברענגט. קיינער האט נישט געהאלפן המספיק ווערן א וועלטס ארגאניזאציע. די פאקט בלייבט, כידוע, אז מער ווי צען יאר האט קיינער פון היינטיגן ווילעדזש נישט אנגעקוקט המספיק, עס איז געווען א פרעמדע שטיף קינד, וואס מאיר ווערטהיימער האט אויפגעבויט פון ערשטן קערל ביז די היינטיגע וועלט פארנעם, מיט אייגענע קאסטן און בלוט און מיה, ער איז געווען אזא ארבייטער פארן ווילעדזש ווי פינחס יאקאבאוויטש איז דער ארבייטער פון וועד הקריה, בערך.
4) אזוי איז אלעס אנגעגאנגען ביז די ווילעדזש האט באשלאסן אז ווער זאגט מען האט גענוג געלט קוועלער בדרא ושלא בדרא, מען וועט נעמען המספיק וואס מאיר ווערטהיימער האט ביז דעמאלט ב"ה אויפגעבויט אויף א שיינעם פארנעם און דאס אויסמעלקן פאר די מוסדות הקדושים און וועד הקריה (נישטא ווער סזאל לאכן), און מאיר ווערטהיימער האט געזאגט ניין, א ריינע ארגאניזאציע וואס העלפט אזויפיל טייערע ספעשל קינדער פון כלל ישראל וועט נישט ווערן נאך א האנטגעצייג פאר די וועד הקריה מאשין. דאס איז געווען א שיינע פאר יאר צוריק, און די ווילעדזש האט נישט געהאט קיין אנדערע וועג נאר צו מאכן דעם האלדאפ ממחרת החתונה כמבואר לעיל. 5) ווען איינער זאל מסר'ן מאיר ווערטהיימער וואלט ער געווען דער 20'סטער אין די רייע, ווייל די ווילעדזש האט שוין צענדליגער מאל גע'מסר'ט מאיר ווערטהיימער און ער איז אלץ ארויס שמן זית זך כמבואר לעיל ואכמ"ל.
6) למעשה האט היינט המספיק א בודזשעט פון אסאך מער ווי 14 מיליאן דאלאר (די נומבער האט גוטזאגער מסתמא ארויסגענומען פון "המספיק גאזעט" אדר תשס"ה און ס'איז שוין אדורך א גאנצע יאר זייט דעמאלט) און המספיק שעמט זיך גארנישט דערמיט, אדרבה, יעדער ווייסט אז אזא מוסד באקומט פון די רעגירונג אסאך געלט און יעדער ווייסט אז יעדע דאלאר גייט פאר די טייערע קינדער לרפו"ש מיט אלע מינים סערוויס עד אין שיעור וערך, דורכדעם וואס די ארבעטער און עקזעקיוטיווען באקומען פרנסה בכבוד און עס ווערט געפירט א פינאנציעלע ארדענונג וואס ברענגט א קידוש השם מסוף העולם ועד סופו.
7) עס איז אומדערהערט אז א יחיד זאל זיך דערקלערן בעל הבית אויף אזא גרויסע ארגאניזאציע, יא, זייער גוט געזאגט, טול קורה וכו'.
8) וואס טוט מען אויב די יעצטיגע אנפירער פון עזרת חולים, ביזנעס צענטער, שאפינג צענטער, וועד הקריה, MLDC, דערקלערן זייערע פראגראמען אלס אייגענע פריוואטע אייגענטום? טאקע אך און וויי, א קאטאסטראפע שאין כמוהו וואס האט זיך שוין אנגעהויבן מיט א שיינע שטיק צייט צוריק ודי לחכימא.
9) המספיק איז ב"ה די איינציגסטע ארגאניזאציע וואס איז "נישט" אין יענע אייגענטום און וועט אי"ה אזוי בלייבן עד ביאת הגואל, צום פרייד פון די טייערע קינדערלעך לרפו"ש און זייערע דאנקבארע טאטעס און מאמעס.
10) וועגן דין תורה קען איך נישט די אינווייניגסטנע טענות, און דו ביסט אליינס מודה אז דערווייל איז נאך נישט ארויסגעקומען קיין פסק דין לטובת וועד הקרי' (וואס דו רופסט הנהלת הקרי'). אזויפיל ווייס איך יא און אלע וואס האבן געזען די פסק דין חלקי וואס דו (אדער א גוטער חבר דיינער בחכמתו הרמה) האסט ארויפגעלייגט ביים אנהויב אשכול וואו עס שטייט קלאר אז די ווילעדזש-וועד הקרי' האט געבעטן פון בית דין אז המספיק זאל נישט טארן בויען די נייע בילדינג אדער פארקויפן די לאט ביז בית דין זאגט אפיציעל ווער סאיז בעל הבית פון המספיק, און בית דין האט געזאגט לא מיט אן אלף, על פי תורה און על פי דינא דמלכותא מעג המספיק בויען די בילדינג לשם ולתפארת (פערמיט שמערמיט). ממילא פאר דיין אייגענע כבוד הער אויף צו רעדן וועגן דין תורה און די נארישע זאלי אישו קריכט פון די נאז כמבואר בסעיף א'.
11) נ.ב. די טעראר מעסעדזש פון "פרטים יבואו" (וואס דו האסט אראפגענומען פון דיין תגובה א מינוט צוריק און האסט עס "געלאזט" ארויפלייגן אין א נייע אשכול) האט שוין לאנג נישט קיין ציין, און זעה נאר מזאל דיך נישט דארפן דערמאנען שפעטער.
תוקן על ידי - פייפ_ליין - 12/03/2006 21:57:04
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-12/3/2006 22:54 |
|
| |
טייערער זאלי, פייפליין (אונטער דיינע אלע ניקנעימס וואס האבן נישט קיין רשות כתיבה ):
האסט זיכער נישט געהערט דעם מעסעדזש וואס מיר אלע חסידי סאטמאר האבן געשיקט פאר די הנהלת הקרי' ביי די פארגאנגענע ווילידזש וואלן (ווייל פון וואנעט זאלסטו הערן דעם מעסעדזש אז דער מעסעדזש קומט נישט אן צו ענק אין סאסמאן!) און דער מעסעדזש איז געווען אז: די אלייענס זענען מחרחרי ריב, מוסרים, מלשינים און כפויי טובה, מיט איין ציל אפצוטאן רשעות. מען האט זיי געגעבן וואס זיי האבן געוואלט, אריינגערעכנט דירות פאר שפאט ביליגע פרייזן, און זיי האבן אונז געגעבן א שטויס ווען ס'איז געקומען צו די וואלן.
דאס איז דער אפיציעלער שטעלונג פון אלע אהרונים, אז די אלייענס זענען פארביסענע און שלעכטע מענטשן, וואס זענען מצער כ"ק דעם רב שליט"א (איך מיין ר' אהרן...), און יעדער איינער וואס העלפט זיי מצער זיין דעם רב שליט"א איז א שונא פונקט ווי זיי.
קיינער האט נישט געזאגט אז המספיק טאר נישט העלפן פאר די קראנקע קינדער פון די אלייענס. דער סקול דיסטריקט האט אויך קראנקע קינדער פון די אלייענס, און מאיר ווערטהיימער האט געקענט געבן הילף פאר קראנקע אלייענס קינדער וויפיל ער וויל.
אבער מאיר ווערטהיימער האט נישט דאס געטאן. ער האט געטאן עפעס אינגאנצן אנדערש: ער האט געשאנקען פאר פנחס יאקאבאוויטש א גאלד-גרובן, פון וואו ער זאל קענען פארדינען הונדערטער טויזנטער דאלאר פאר זיין הייליגן דזשיהאד קאמפיין קעגן דעם רב שליט"א.
און פארוואס האט דאס מאיר ווערטהיימער געטאן? ווייל ער איז געשטאנען זייער שמאל ביי די דין תורה, און ער האט געמוזט האבן די הילף פון די אלייענס צו קענען געווינען. וואס האט מאיר ווערטהיימער געטאן?
ער האט געברענגט די זאליס צום בית דין און זיי האבן דערקלערט אז די ראה"ק פון ר' אהרן ט"ב זענען נישט די אמת'ע ראה"ק, נאר "מיר זענען די אמת'ע ראה"ק, און וועגן דעם קען די הנהלת הקרי' זיך נישט דערקלערן אלס בעלי בתים פון המספיק, ווייל מיר זענען די אמת'ע בעלי בתים."
אלס באלוינונג האט ווערטהיימער געברענגט פאר די זאליס די מוסד מעלה/חמלה פון וואו זיי זאלן קענען שלעפן הונדערטער טויזנטער דאלארס.
דערמיט האט ער שטארק געשעדיגט פאר דעם קאמף וואס חסידי סאטמאר פירן קעגן די יחידים המשתלטים על הציבור.
און יעצט, וואס איז די נפקא מינה, צי המספיק מאכט יא געלט אדער ס'מאכט נישט געלט? דער פאקט איז אז ס'באלאנגט פאר הנהלת הקרי'. ווען איך האב א גוטן ארבעטער וואס ארבעט ארויף מיין ביזנעס קען ער מיר ארויסווארפן און זאגן אז ווען נישט אים וואלט מיין ביזנעס נישט געווארן אזוי ארויפגעארבעט?
די הנהלת הקרי' (צי ועד הקרי' - וויאזוי דו ווילסט קענסט עס אנרופן) האט געבויט אסאך פראיעקטן. איינס האט געמאכט מער געלט און איינס האט געמאכט ווייניגער געלט. למשל די בית השחיטה האט נישט געמאכט קיין געלט האט מען געמוזט אויפנעמען נייע מענעדזשערס. ווילסטו מיר זאגן אז ווי נאר א קהל'ישע פראיעקט פאנגט אן צו מאכן געלט איז עס מער נישט קיין נכסי ציבור נאר נכסי יחיד?
ווילסט מיר זאגן אז יעצט אז די בית השחיטה מאכט שוין געלט קען דער יעצטיגער מענעדזשער זאגן אז איך בין בעל הבית?
די אויבנדערמאנטע לעגאלע אנפירער פון המספיק זענען באשטימט געווארן דורך אונזער רב שליט"א און מאיר ווערטהיימער האט ארויסגעווארפן שלוחא דרבנן, מענטשן וואס זענען באשטימט געווארן דורכן' רב שליט"א.
און וואו קומט דא אריין משה טובי' בראווער אין בילד? לייביש לעפקאוויטש האט געבויט קרית יואל. קען יעצט קומען אברומי לעפקאוויטש און איבערגעבן קאנטראל פון די ווילידזש פאר מענדל שווימער ווייל זיין טאטע האט געבויט קרית יואל?
ניין, ניין און נאכאמאל ניין! מען וועט בשום אופן נישט צולאזן אז נכסי ציבור זאלן באראבעוועט ווערן דורך א יחיד!
 |
|
|
|
|
|
| נשלח ב-12/3/2006 23:07 |
|
| |
איך בעט א פערזענליכע בקשה פון אלע גולשים וכו' וכו'
ביטע, הערט אויף האקן א טשייניק מיט די נארישע מחלוקה צווישן הירש-ווערטהיימער
עס אינטערעסירט רוב גולשים ווי די פאריעריגע שניי
ענדערש רעדץ שוין פון די מחלוקה צווישן מזרחי און בן-עטר, ווער עס איז געווען די ערשטע בלומען סטאר אין קרית יואל.
ביטע ביטע, צו ביידע זייטן פון יענע נארישע מחלוקה, סטאפטס, עס איז אזוי בארינג און אומאינטערעסאנט
|
|
|
|
| נשלח ב-12/3/2006 23:10 |
|
| |
(פון אישי (ייש"כ סקולדיסריק))
הרב גוטזאגער, נאך איינמאל בקיצור נמרץ ווייל די זייגער לויפט, המלאכה מרובה, עס קומט דער גרויסער יום טוב פורים.
די "סטראטעגיע" פון זיך באהאלטן אונטער ווילעדזש-עלייענס אישו איז נאריש און וועט קיינמאל נישט געלונגען, אין די צייט קענסטו אויפטראכטן עפעס בעסערס. קענסט עס איבערזינגען נאכאמאל און נאכאמאל אונטער אנדערע ווערטער מיט רויטע קאלירן און בלויע קאלירן, עס איז היינו הך, היא לא תצלח. די אישו דא איז המספיק אליינס, און די פערמיט וואס די ווילעדזש וויל נישט געבן על אף די ביטערע שאדן וואס מיר וועלן אלע באצאלן דערפאר און באצאלן שוין ליידער.
דו וועסט אלעס טאן איבערצוקייען די נארישע זאכן איינמאל און נאכאמאל, נישט וויסנדיג וואספארא רחמנות דו מאכסט זיך אליינס און דעם גאנצן ווילעדזש ביי אלע תושבי העיר און איבעראל.
אלע אנדערע זאכן ווערן שוין אויסגעשמועסט פריער, ליין עס איבער, אז דו קענסט נישט קיין אידיש בעט הילף פון די געטרייע סטעף אין סקול דיסטריקט.
|
|
|
|
| נשלח ב-13/3/2006 00:01 |
|
| |
(פון אישי. יש"כ מאיר-ווערטהיימער-מחוצף-פאר'ן-רב)
לויט ווי איך דענק האט די ווילידזש געווינען די פארגאנגענע וואלן מיט א מאיאריטעט כאטש מאיר ווערטהיימער און עמרם כהן האבן געשיקט זייערע נאכפאלגער צו שטימען קעגן ווילידזש.
אלזא, רוב שטעטל איז קעגן מאיר ווערטהיימער!
זאג נאכאמאל איבער פערמיט שמערמיט. דער פאקט איז אבער אז די באורד מעמבערס וואס זענען באשטימט געווארן דורכ'ן רב שליט"א האבן אויסגעדרוקט זייער התנגדות צו בויען די נייע געביידע פאר המספיק, אלזא פארוואס זאל די ווילידזש געבן א פערמיט צו בויען דעם בנין ווען די בעלי בתים פון המספיק זאגן אז זיי דארפן עס נישט?
יעדן טאג וואס מאיר ווערטהיימער איז עומד במרדו איז ער גוזל נכסי רבים און א מחוצף פאר'ן רב שליט"א!
יעדעס מאל וואס מאיר ווערטהיימער ברענגט די זאליס צום בית דין צו טענה'ן אז זיי זענען די אמת'ע ראשי הקהלה, שטעכט ער אריין א מעסער אין רוקן ביין פון די אהרונים!
ניין, ניין און נאכאמאל ניין! מען וועט בשום אופן נישט צולאזן אז נכסי ציבור זאלן באראבעוועט ווערן דורך א יחיד!
תוקן על ידי - גוטזאגער - 13/03/2006 0:16:17
|
|
|
|
|