|
|
| נשלח ב-13/3/2006 00:34 |
|
| |
(פון אישי (ייש"כ סקולדיסריק))
לויט ווי איך דענק האט די ווילידזש געווינען די פארגאנגענע וואלן מיט א מאיאריטעט כאטש מאיר ווערטהיימער און עמרם כהן האבן געשיקט זייערע נאכפאלגער צו שטימען קעגן ווילידזש.
<<<שקר>>>
זאג נאכאמאל איבער פערמיט שמערמיט.
<<<בית דין האט געפסקט המספיק מעג בויען נישט קיין חילוק וואס ווילעדזש קליקע זאגט, מדארף נישט קיין פערמיט אז מהאט רשות בית דין>>>
דער פאקט איז אבער אז די באורד מעמבערס וואס זענען באשטימט געווארן דורכ'ן רב שליט"א האבן אויסגעדרוקט זייער התנגדות צו בויען די נייע געביידע פאר המספיק, אלזא פארוואס זאל די ווילידזש געבן א פערמיט צו בויען דעם בנין ווען די בעלי בתים פון המספיק זאגן אז זיי דארפן עס נישט?
<<<בית דין האט געפסקט המספיק מעג בויען נישט קיין חילוק וואס ווילעדזש קליקע זאגט, בית דין זאגט המספי מעג בויען, דהיינו מאיר ווערטהיימער מעג בויען עפ"י תורה ועפ"י דינא דמלכותא>>>
יעדן טאג וואס מאיר ווערטהיימער איז עומד במרדו איז ער גוזל נכסי רבים און א מחוצף פאר'ן רב שליט"א!
יעדעס מאל וואס מאיר ווערטהיימער ברענגט די זאליס צום בית דין צו טענה'ן אז זיי זענען די אמת'ע ראשי הקהלה, שטעכט ער אריין א מעסער אין רוקן ביין פון די אהרונים!
ניין, ניין און נאכאמאל ניין! מען וועט בשום אופן נישט צולאזן אז נכסי ציבור זאלן באראבעוועט ווערן דורך א יחיד!
<<<קענסט שרייען מחוצף פארן רב ביז מארגן עס וועט דיר העלפן טויטע באנקעס כמבואר לעיל, די קרעדענשאלס פון מאיר ווערטהיימער פאר מרן הגאב"ד שליט"א ווייסט יעדער, און עס וועט ענק גארנישט העלפן, ווי געזאגט פריער, די אישו איז די בילדינג וואס המספיק בויט לשם ולתפארת ברשות בית דין און די עיקול וואס די ווילעדש האט געבעטן איז ארויסגעפירט געווארן פון זאל מיט בכיות נמרצות, ווי אויך די טענה פון ווילעדזש אוו קרית יואל אז "נכסי ציבור טארן נישט ווערן באראבעוועט דורך א יחיד" פאר אזעלכע ווערטער אליינס קומט זיך אן ערנסטער שמועס וואס קען שטארק באנק טאן...>>>
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-13/3/2006 01:01 |
|
| |
איך האב ביז יעצט נאר איינמאל גענומען א שטעלונג אין די מחלוקה און איך וועל יעצט נאך איינמאל נעמען א שטעלונג.
אלזא לאמיר עס קלאר שטעלן!
איינער וואס האקט אויפ'ן ווילידזש איז נישט קיין אהרוני! עקסקלעמעישאן פאינט!!!
מיר האבן צופיל בלוט געשפיגן פאר'ן הצלחה פון די ווילידזש אז מיר זאלן עס גרייט זיין מפקיר צו זיין!
וואס עס קומט פאר אין דעם אשכול איז נישט קיין מחלוקה צווישן אהרונים, נאר צווישן אהרונים און איין זאלי, וואס פרובירט אויסצונוצן די מחלוקה אויף צו פארקאכן א קאשע.
איך האף אז מאיר ווערטהיימער וועט האבן שכל און זיך אפשאקלען פון דעם זאלי און פון די אנדערע זאליס. איך ווייס אז די תאות השררה קען אמאל פארפירן א מענטש צו טאן זאכן וואס ער וואלט אין נארמאלע אומשטענדן נישט געטאן.
אבער עס קען ווייטער נישט אזוי גיין. מאיר, אידער יו אר וויט אס אר יו אר וויט די זאליס!
|
|
|
|
|
| נשלח ב-13/3/2006 01:07 |
|
| |
ווער איז דער זאלי?
|
|
|
|
| נשלח ב-13/3/2006 01:25 |
|
| |
דער וואס ס'שרייבט אזעלכע סארט ווערטער ווי:
...די ווילידזש מענטשן זענען רוצחים און מוסרים און רשעים...
...וויאזוי קענען די אהרונים שרייען אויף יאנקל כהנא מסרבים לדין ווען זיי אליינס זענען מסרבים לדין...
...יעדער נארמאלער מענטש פארשטייט אז מאיר ווערטהיימער מעג זיין גוט מיט די זאליס און זיי העלפן...
אן אהרוני וואלט אזעלכע ווערטער נישט געשריבן!!!
|
|
|
|
| נשלח ב-13/3/2006 03:36 |
|
| |
איך זע יעצט אז איר ווילט דוקא מלחמה, און איר האט אנגעחזערט דעם אשכול מיט איבער אכציג תגובות. לעולם וואלט געקומען אז איך זאל דא ענטפערן כמו שכתוב, איר ווייסט אסאך בעסער פון מיר די תירוצים, און די קשיות וואס וועלן נאכפאלגן, נאר אייער אראגאנץ, און די גאוה פון אייער פירער פארבלענדט אייך די אויגן. נאר אזוי ווי איך האב געהערט אז מען פלאנט זיך אראפצוזעצן פארהאנדלען, וועל איך אודאי נישט זען דער וואס וועט האבן אין האנט אין צושטערן אזעלכע פארהאנדלונגען. אבער אויב למעשה וועט גארנישט ווערן, און דער פלייץ פון ליגנט וועט זיך נישט אפשטעלן, וועל איך אי"ה נישט שטיל בלייבן, אפגעזען פון די קאנסעקווענצן.
|
|
|
|
| נשלח ב-13/3/2006 04:09 |
|
| |
ביז אהער
סטראשע און סטראשע
מאיר הירש איז געווען דער וואס איז געווען שטיל ביז היינט, און דוקא מאיר ווערטהיימער איז
געווען דער וואס האלט אין איין פויקן
מיר וואס זענען דעם רב שליט"א מענטשן מעגן נעמען פונקט אזוי א שטעלונג ווי משה טובי' בראווער,
מענדל שווימער, און זיגי בראך
און מיר וועלן נעמען א שטעלונג, און נאך ווי א שטעלונג
און ביז אהער, איך האלט נישט אז דער רב שליט"א אדער קהל זאל נעמען שריט קעגן דעם 'ווערהיימער'
מאיר ווערהיימער,
מיר וועלן נאר אנהייבן צו פארציילן א חלק פון די פאקטן , און מיר וועלן ווארטן מיט געדולד
וואס דער ציבור תלמידי וחסידי כ"ק הגאב"ד קרית יואל שליט"א אין קרית יואל און די ברייטע וועלט
וועלן טאן
איך גלייב נישט אז מיר וועלן דארפן זיין סורפרייזד
,
א פרייליכן פורים אלע
|
|
|
|
| נשלח ב-13/3/2006 04:25 |
|
| |
מאיר ווערטהיימער מיט עמרם כהן זענען פאר די אהרונים ווי די שווארצע פאר כ"ק די רבי זי"ע, מ'קען פון זיי נישט פטור ווערען.
|
|
|
|
| נשלח ב-13/3/2006 05:05 |
|
| |
ביז אהער
מיר וועלן געדענקן !!! און נישט פארגעסן !!!
ווער !!!!!
האט געעפנט דעם אשכול ????
דער ניק פייפליין
| *-- _Time *
נשלח ב 7/3/2006 | *-- _Date *
פייפ_ליין
 | *-- _mName *
 |
|
ששון ושמחה אין קרית יואל, אויף טישן און בענק. די שטילע מלחמה צווישן מאיר הירש און מאיר ווערטהיימער האט אויסגעפלאצט אין גרויסן. מענטשן באקומען אימעיל פון ביידע זייטן, ווייל קיינער וויל נישט זיין א שייגעץ.
המספיק האט אריינגעכאפט א "עיקול" פון התאחדות, אז ווילעדזש זאל נישט טארן בויען בית השחיטה, אבער ווילעדזש פייפט אין באבנס באבע. המספיק פייפט צוריק און האט אנגעהויבן צו בויען זייער "דעיי-העביל" געביידע לעבן מענדי ברייערס שאפ אויף בעיקערטאן. דער עולם שמוסט המספיק בויט אן א פערמיט.
יעצט וועט זיך ווייטער אנהויבן א פייט ווער מיינט אמת'דיג די ספעציעלע קינדער און ווער נישט. קרית יואל האט שוין לאנג נישט געהאט דעם וויכוח... ווער עס געדענקט...
ווי האט זלמן לייב וואלדמאן אמאל געזאגט, נישט דא קיין בעסערער מענטש צו מאכן סדר ביי די אהרונים נאר מאיר ווערטהיימער.
לאגיש וויל איך פארשטיין פארוואס די ווילעדזש חסידים קענען יעצט אנפייפן התאחדות ווען זיי שרייען אויף די כהנא-וומ"ס חסידים מסרבים לדין. עס איז זייער נאריש. בקיצור די צוויי מאירס האבן אראפגענומען די זיידענע הענטשיך.
לאגיש וויל איך פארשטיין פארוואס די ווילעדזש חסידים קענען יעצט אנפייפן התאחדות ווען זיי שרייען אויף די כהנא-וומ"ס חסידים מסרבים לדין. עס איז זייער נאריש. בקיצור די צוויי מאירס האבן אראפגענומען די זיידענע הענטשיך.
תוקן על ידי - פייפ_ליין - 07/03/2006 18:00:12 | | זכור ואל תשכח
כאפטס אריין א וואדקע
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-13/3/2006 07:19 |
|
| |
חרפה שברה לבי, עס איז א חרפה און א בושה, אז אייגענע מענשטן זאלן זיך דא אין פאבליק
ארומשלאגן,
א דין תורה גייט שוין אן אפאר יאר אן די פאבליק, פארוואס קען דאס נישט בלייבן אין געהיים,
פארוואס דארפן אלע שונאים לאכן פון אינערליכע מחלוקת,
שטעלט אפ די נערישע קינדערישע געשלעג אין פאבליק, עס איז גענוג שמוציג די אנדערע מחלוקת
אין סאטמאר, וואס מען האט נישט קיין ברירה,
אייער מיינונג אויף היידפארק וועט נישט אויסמאכן אינעם אויסגאנג פון דין תורה, און אפילו נישט
אויפן פרעמדן דעת הקהל, וואס האט נישט קיין אנונג וואס עס גייט פאר דארט,
|
|
|
|
| נשלח ב-13/3/2006 17:34 |
|
| |
(פון אישי (ייש"כ סקולדיסריק))
ארענדאר זיסער, דער חילוק איז אז המספיק לייגט ארויס אלע דאקומענטן ברבים, אינקלאדינג די טעקס רעטוירנס, באצייטנס און פונקטליך ביז יעדע פעני, אפילו אין אייגענעם צייטונג וואס גייט ארום די וועלט, נישטא וואס זיך צו שעמען מיט ווארפן פילע מיליאנען דאלארן פאר די הייליגע קינדער לרפו"ש, אבער דער יחיד המשתלט על קרית הירש האלט אלעס ביי די בוזעם קעשענע און די אפגעריסענע פאפירן וואס מוז זיין ברבים ווי טעקס רעטוירנס זענען מכסה טפח ומכסים עוד טפחים אשטייגער די אומענדליכע פראפערטיס וואס ווערט געקויפט פון בלוטיגע דאון פעימענטס פאר זעקס הונדערט טויזנט דאלארדיגע דירות און אויך אזעלכע מעשהלעך ווי די קיופאנס פאר די מלמדים, איך מיין דו ווילסט שטיין ווייט פון די סוגיא עמוקה מיני ים.
יא, המספיק ווארפט מיליאנען - דורך די רעגירונג - פאר די הייליגע קינדער און דאס וועט אי"ה ווייטער אנגיין עד ביאת הגואל, על פי דין תורתינו הקדושה ועל פי דינא דמלכותא של חסדא פה ארצות הברית ומדינת ניו יארק ומחוזת אראנדזש וראקלענד וקינגס עד אשר יצא מאפכם.
און וועגן זאלי שמאלי קענסטו קייען וואסער ביז מארגן, יעדער ווייסט ווער איז דער פלאמפייערדיגסטער חסיד פון מרן הגאב"ד שליט"א און ווער איז דער אריסטאקראטישער און רומענישער "טרעזשורער מיניסטער" פון קרית הירש.
איין ראי' נאר, ווען דער רב האט געזאגט אז דער "עיקול" גייט אראפ, האט מאיר ווערטהיימער געשלינגען ווי ער שלינגט שוין אזויפיל יארן כעבדי קמי' מרא, אבער די הנהלת קרית הירש האט אריינגעפיטערט דעם רב שליט"א אין זייער טשיקן אפפאל פאר גארנישט און פאר נישט, אראפ מיט'ן עיקול נעבעך און צוריק צום אלטן. יעצט זאג נאר דו ווער איז דער זאלי, הא? אומפארשעמטע ברואים!
וועגן עושק מיד עושקו און יחיד וואס באגזלט דעם ציבור זאלסטו אזוי לאנג שרייען ווילאנג דיינע גוטע פריינד און טויזנטער חסידים פון רב שליט"א וועלן קומען וויינען צו דיר בדמעות שליש האסט זיי שוין גענוג אין דער ערד געלייגט אלעס האט א שיעור, אפשר וועט דעמאלט קומען א שטיקל רוח טהרה, על כל פנים אזויפיל אז די הייליגע קינדער לרפו"ש זאלן באקומען די בילדינג וואס זיי דארפן אזוי קריטיש וויכטיג. פון מיר אויס שריי רויטער און כעסיגער און ווי העכער ווייל דעמאלט וועלן די דאזיגע תחנונים קומען שנעלער ווי דו מיינסט און דעמאלט וועסטו ברעכן די פארשאלטענע בלינדע און ברוטאלע עקשנות.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-13/3/2006 18:03 |
|
| |
פייפליין
ווער האט געמאכט די החלטה אז המספיק זאל זיך טוישן פון קהל קאסע צו א פריוואטע קאסע
מאיר ווערטהיימער אדער קרית יואל רב
קענסט ענטפערן
??
און אגב, וועלעכע מוסד אין קרית יואל האט פרויען דרייווערס, די סקול דיסטריקט, אדער המספיק,
פרעג הלל טייטלבוים
|
|
|
|
| נשלח ב-13/3/2006 18:15 |
|
| |
(פון אישי (ייש"כ סקולדיסריק))
1) די ערשטע שאלה איז שוין דרייסיג מאל געענטפערט געווארן, אז דו קענסט נישט קיין אידיש, גיי אין סקול דיסטריקט מיט דיין חבר ארענדאר און די אנדערע פויערן פון קרעטשמע.
2) און אגב, וועלעכע מוסד אין קרית יואל האט פרויען דרייווערס, די סקול דיסטריקט, אדער המספיק, פרעג הלל טייטלבוים
דאס מיינט "מעד קאו דעזיס" אדער "פוט ענד מאוט דעזיס" און איך האב דוקא געלאזט די לשון פון דיין צווייטע שאלה אין מיין תשובה דער עולם זאל וויסן מיט וועלכע אלטערטימליכע ויזתאס דער ווילעדזש שטעלט זיך ארויס אויף היידפארק.
די קרית יואל סקול דיסטריקט האט בכלל נישט קיין פרויען דרייווערס, עס האט בכלל נישט קיין איינציגע אשה אין די סטעף בכלל, אלע איינגעשטעלטע פונעם סופעראינטענדענט ביז די טעראפיסטן זענען לויטער יראים ושלמים, פרעג הלל טייטלבוים דער משגיח כללי פון המספיק.
נ"ב. פארגעס נישט צו קושן די מזוזה.
תוקן על ידי - פייפ_ליין - 13/03/2006 18:27:43
|
|
|
|
|