|
|
| נשלח ב-13/3/2006 18:24 |
|
| |
(פון אישית (ייש"כ סקולדיסריק))
דער ווילעדזש שטעלט טאקע ארויס אזעלכע מאלפע שרייבערס וואס מאכן זיי דאס גענאר פון שטאט, אבער נאך אלץ שלא יאמרו הבריות און והייתם נקיים דארף מען זאגן אז ביים "דעי העביליטעישאן" פראגראם האט המספיק טייערע ערליכע מיידלעך פון מאנסי וועלכע קענען זיך אפגעבן מיט די הייליגע ספעשל מיידלעך לרפו"ש לויט זייער פיזישע געברויך מיטן גרעסטן געטריישאפט וד"ל סיי ביים פארן אין ווען און סיי ביים גיין די ברוטאלע צוויי-שטאקיגע סטעפס.
אויב "פאקטיש" ווילסט דוקא פערזענליך באהאנדלן די קינדער ר"ל, ביסטו העפליך געלאדנט צו קומען צום שאפינג צענטער (די "אנדערע" זייט בילדינג, נישט וואו דיין פעיטשעק ווערט געמאכט) און באטראכטן מיט וויפיל פיין און פלאג מען שלעפט זיך מיט די קינדער אריין און ארויס ווייל די מאלפע-שרייבער-ארויסלייגער לאכן אין די פויסטן פון זייערע ויזתא אגענטן און לאזן בשום אופן נישט בויען א נייע בילדינג פאר די קינדער.
נ"ב. די טייערע מיידלעך פון "דעי העב" גייען היינט אהיים 2 שעה פריער לכבוד יום טוב.
ננ"ב. בעט דיינע אויבערהארן זאלן דיך יא לאזן ווייטער שרייבן, ס'איז א פארגעניגן לכבוד יום טוב.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-13/3/2006 18:42 |
|
| |
(פון אישי (ייש"כ סקולדיסריק))
פאקטיש,
דיין פורים שפיל איז שוין אין די צען מינוט געווארן א געשפרעך אין די גאנצע שטאט און מען מאכט דערפון PDF קאפיס לזכרון עולם ווייל ס'איז ממש היסטארישע ווערטער ושפתים ישק. דער עולם שמועסט ביסט א באהאלטענער זאלי צו פרעגן אזא פראגע, על כל פנים ס'איז גוט אוועקצולייגן.
דו בעל רחמנות ביסט זיי גוט צו געבן א שטויס אויף היידפארק און דעטסאיט, נעבעך. דיך ארויסצולייגן אזוי אויפן באלעמער בפני כל עם ועדה איז שוין דער בעסטער מוסטער פון ווילעדזש'ס געפיל פאר קינדער מיט ספעציעלע געברויכן. זיי האבן דיך פארפאקט מיט אלע קעלבלעך צוזאמען און אויך דעם רב שליט"א און וועלן נישט לאזן בויען א בילדינג וואס דינט אמתדיג און געטריי די געברויכן פון די הייליגע קינדער לרפו"ש.
לאמיר עס נאכאמאל איבערזאגן: <<<<<<<<<<<<<און אגב, וועלעכע מוסד אין קרית יואל האט פרויען דרייווערס, די סקול דיסטריקט, אדער המספיק>>>>>>>>>>
איך קען זיך נישט צוריקהאלטן פון מאכן דערפון מטעמים, ס'איז ממש אויף א גאלדענעם טאץ, דער ווילעדזש האט זיך נישט געקענט אויסמאלן א בעסערע מפלה פאר זיך אליינס ווי דער פריערדיגער זאץ אום סאמע ערב יום הפורים הבעל"ט.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-13/3/2006 19:06 |
|
| |
ענדליך איז דער זאלי ארויסגעקומען מיט זיינע אמת'ע קאלירן.
האט איר געזען וויאזוי ער אטאקירט אונז איבער די מזוזה אויפ'ן סקול דיסטריקט איבער וואס מיר האבן אזויפיל זיך געפייניגט.
ער קומט אונז איבערצייגן אז מאיר ווערטהיימער איז אן אהרוני ווען בו באשכול שטייט ער און איז מבזה כל הקדוש ביי די אהרונים מיט'ן חוזק מאכן און אפפרעגן אלעס וואס איז הייליג און טייער ביי אונז און ביי אונזער רב.
אויב מאיר ווערטהיימער דרייט זיך מיט אזעלכע שונאים פונעם רב שליט"א זאל ער פארגעסן פון באקומען די שטיצע פון קיין איין אהרוני.
|
|
|
|
| נשלח ב-13/3/2006 19:18 |
|
| |
(פון אישי (ייש"כ סקולדיסריק))
ווארהייט, ווען דער ווילעדזש ובראשם דער יושב הראש דער בארימטער חסיד ומחוסד מו"ה מאיר הירש שליט"א וועט זאגן זיין ויזתא "פאקטיש" זאל ארויסנעמען די פוס פון מויל און אראפנעמען די נארישע ווערטער קעגן סקול דיסטריקט וואס אלע שונאים לייגן אוועק "הארד קאפי", וועלן מיר רעדן וועגן זאליס און אהרונים. איך פארשטיי נישט, פארוואס קען קיינער פון ווילעדזש און די מוסדות הקדושים נישט טרעפן דעם באהאלטענעם כיטרען זאלי "פאקטיש" וואס האט זיי צונאר געלייגט איבער די גאנצע וועלט מיט בלויז איין שורה און אים הייסן דאס אראפנעמען?
אזוי אויך ווען דער אזוי בארימטער חסיד ומחוסד מאיר הירש וועט איבערבעטן מרן הגאב"ד שליט"א פאר אים אויסנוצן אראפצונעמען דעם עיקול און נאכדעם צוריקגיין פייפן אויף די גאנצע וועלט, אינקלאדינג דאס פייפן און אויספייניגן די טייערע קינדער וואס דארפן ספעציעלע הילף, וועלן מיר רעדן פון חסידות.
און בכלל האסטו ווארהייט נישט וואס אריינצורעדן אין דעם גאנצן עסק.
|
|
|
|
|
| נשלח ב-13/3/2006 19:18 |
|
| |
איך האב א פארשלאג:
די טעקס ריטוירנס זענען דאך פובליק.
זאל מען דא ארויפלייגן די טעקס ריטוירנס פון אלע ארגאניזאציעס אין קרית יואל אז יעדער זאל קענען זען וויפיל געלט מאיר ווערטהיימער פארדינט און וויפיל געלט אלע אנדערע אנגעשטעלטע פארדינען.
איז דא נאך איינער פון די אלע פיגורן, ווי למשל גדלי' סעגעדין, נחום פריעדמאן, משה אליעזר ניימאן וכו' וואס פארדינען אפילו קרוב צו די פאנטאסטישע סומעס וואס מאיר ווערטהיימער רייסט פון המספיק?
|
|
|
|
| נשלח ב-13/3/2006 19:29 |
|
| |
(פון אישי (ייש"כ סקולדיסריק))
גוט מארגן גוטזאגער, פארגעס נישט מ'פאסט היינט. לכאורה האסטו טאקע נישט פארגעסן ווייל ביסט אביסל צו נערוועז און אויך איז דיין זכרון נישט אזוי פריש ווי אנדערע טעג.
צום ענין,
לייג צו קאפ: דו ווילסט מזאל ארויסלייגן די טעקס ריטוירנס פון מאיר הירש'ס עי. טי. עם. מאשינען און זייערע מענעדזשערס, און דאס שטעלן אין קאנטראסט מיט המספיק. פיין, אבער דעמאלט וועט מען דארפן האבן א וועירהאוז פאר אלע באקסעס דאקומענטן, ווייל די עי. טי. עם. מאשינען ציילן זיך אין גרויסע נאמבערס. איך וואלט געראטן זאלסט נישט רעדן פון קיין געלט און טעקס רעטוירנס ווייל דו וועסט באלד אויסזען ווי "פאקטיש" און זיך פארשמירן איינמאל און א גוטס פאר די ביכער.
אבער אז דו האסט שוין יא צוטריט צו המספיק טעקס דאקומענטן, האסטו זיכער צוטריט צו וועד הקרי'ס דאקומענטן, וואס דארפסטו מיך האבן, לייג זיי אליינס ארויס, דו האסטוך זיי אלע אונטער די האנט, גולם איינער.
דרך אגב דערמאנסטו עטליכע יחידים וואס איז אומיושרדיג. אויף דעם גאנצן אשכול ווערט נישט דערמאנט קיין איינציגער יחיד (אויסער די צוויי צדדים מאיר ווערטהיימער און מאיר הירש) דורך די שרייבערס, אויסער די ווילעדזש שרייבערס וואס האבן יעדן פארפאקט ווען עס דינט זייער היידפארק געברויך. נאכאמאל, לאז ארויס נעמען פון פערזענליכע מענטשן.
בכל אופן ווילסטו מיט די אנדערע פויערן פון קרעטשמע פארדרייען די טעמע אהער און אהין, קודם וויש אויף די טשיקן אפפאל וואס "פאקטיש" האט ענק אנגעשמירט און נאכדעם לאז די טייערע קינדער פון המספיק באקומען זייער בילדינג, ווי עס פארלאנגען זייערע דאקטוירים און עלטערן און עסקנים און רבנים פון די גאנצע וועלט ובראשם מרן הגאב"ד שליט"א. א פארמעסט פון דאקומענטן קען נאכפאלגן, אויב דו ווילסט דוקא.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-13/3/2006 19:29 |
|
| |
איך מעג אריינרעדן דא פונקט ווי יעדער איינער.
פאקטיש שרייבט שוין אויף היידפארק א שיינע שטיק צייט, און ער איז א געבראטענער אהרוני. וואס קומסטו מיט דיינע שטותים אז ער איז א זאלי?
איך בין מודה אז פאקטיש האט נישט געטאנצן חסדי השם אין ראדני אן קיין קאפל אין שטריימל.
אבער פון די אנדערע זייט האט ער אויך נישט:
- געהעצט מענטשן צו שטימען קעגן דעם רב'ס קאנדידאטן אין די ווילידזש וואלן.
- געהעצט קעגן דעם ווילעדזש וואס דער רב איז אזוי שטארק אינטערעסירט אין איר הצלחה צוליב כמה וכמה סיבות, און ווייטאגט פערזענליך איבער יעדן דורכפאל וואס דער ווילידזש האט.
- געהעצט קעגן דעם סקול דיסטריקט, וואס אונזער רבי און רב האבן אזוי געבלוטיגט דערפאר.
- זיך מתחצף געווען פאר'ן רב ווען דער רב האט אים געהייסן ער זאל נישט ווערן א באורד מעמבער אין המספיק.
|
|
|
|
| נשלח ב-13/3/2006 19:34 |
|
| |
מצורף קובץלהתוודע ולהגלות קבל כל העולם ומלואו
להציל עשוקים מיד עושקו
דא וועט מען זעהן די ריזן סכומים וואס דער דער "גוזל את הרבים" און מועל בהקדש
דער מולטי -מיליאנער פון הקדש געלד דער גזלן וחמסן פונעם ציבור, מאיר ווערטהיימער באראבעוועט יערליך פאר זיך אין קעשענע !!!
דא זעהט מען די פעדעראלע 990 form , ווי מען זעהט עם שיינעם געהאלט פון 100,800,00 ( $2000 דאלער א וואך), אין יאר 1999 למספרם', ווען די לעגאלע באורד מעמבערס פון המספיק די עוסקים בצרכי ציבור באמונה שלא על מנת לקבל פרס, האבן באשטימט דעם געהאלט, פאר מאיר ווערטהיימער, אלס מנהל און הויפט ארבייטער און המספיק.
דער געהאלט איז געקומען פון די אראנדזש אפטיילונג פונעם מוסד, און פונעם ראקלענד אפטיילונג האט ער גארנישט באקומען.
תוקן על ידי - ארענדאר - 13/03/2006 19:33:09

|
|
|
|
| נשלח ב-13/3/2006 19:36 |
|
| |
פייפ-ליין, קיפ אן, שעלט. איך רייב מיך די בויך מיט פארגעניגן.
אדרבא, זאל מען ארויפלייגן די טעקס ריטוירנס פון ועד הקרי' און קוקן וואס מאיר הירש'ס אפיציעלע געהאלט פון ועד הקרי' איז. (ערגעץ צווישן 0 און 100 בילאו 0).
און זאל מען דערנאך ארויפלייגן די טעקס ריטוירנס פון המספיק און זאל יעדער זען וויפיל מאיר ווערטהיימער פארדינט (אויף די בוקס - איך רעד שוין נישט פון וויפיל ער רייסט פון די גאווערמענט אונטער'ן טיש פאר פארשידענע דריידעלעך פראגראמען).
יעצט שעלט ווייטער. שרייב תגובות וויפיל ס'לאזט זיך. דעם אמת וועסטו אבער נישט קענען פארהוילן.
|
|
|
|
| נשלח ב-13/3/2006 19:38 |
|
| |
100,800,00 דאלאר א יאר האט מען געגעבן דעם גנב און ס'איז אים נישט געווען גענוג.
רוב היידפארק שרייבערס פארדינען נישט אזא סכום אפילו היינט אין 06'.
ער האט געמוזט באקומען שליטה אויף גאנץ המספיק און עס באראבעווען, כדי ער זאל אליינס קענען באשליסן וויפיל געלט ער וויל פארדינען.
ארענדאר, לייג ארויף די דאקומענטן פון די לעצטע יאר. זאל יעדער זען וויפיל ער מאכט זייט ער האט איבערגענומען המספיק בגניבה.
תוקן על ידי - גוטזאגער - 13/03/2006 19:38:48
|
|
|
|
| נשלח ב-13/3/2006 19:46 |
|
| |
איך בין דער גענאר פון די שטאט, אמת
אבער ווער עס האט אמאל געדארפט שטעלן זיינע פיס אויף די אויבערשטע שטאק פון שאפינג סענטער
העכער גרענד פוד, ווייסט אז די טייערע מאנסיע מיידלך זענען באמת, חשובע גוט הארציגע מיידלעך,
וואס מיינען קלאר די טובה פאר די אומשולדיגע שעפעלעך
מיין פראגע איז נאר, וויאזוי זיי פאסן אריין אין קרית יואל, מיט זייער לבוש, התנהגות, אדרבה
יעדער גולש זאל אליין, אדער שיקן סיי וועלעכע באקאנטן פון קרית יואל, זיי זאלן ארויף גיין
אויף די צווייטע שטאק העכער גרענד פוד, אדער אינדרויסן ווי די ווענ'ס פארקן, און זעהן צו די
איידעלע מאנסי מיידלעך באלאנגן זיך צו דרייען אויף די קרית יואל גאסן, שאפינג סענטער
און ביז איך האב געמאכט דער געפעליכער גענאר פון מיר אליין, מיט מיין סטעיטמענט, דאכט זיך,
איז דער רעקארד געהאלטן געווארן דורך, המספיק גאזעט ווען זיי האבן דערקלערט מיט גרויס שמחה
אז די רוחניות'דיגע אינספעקשאן פון ר' הלל טייטלבוים איז אדורך אויף פולע 100%
פאר ווער עס קען די חשובע פרויען סטעף פון המספיק קרית יואל פארשטייט וואס איך שרייב, און
ווער עס ווייסט נישט, איז בעסער אז ער ווייסט נישט, ווייל די אישו פארוואס מאיר ווערטהיימער
האט געמאכט פון נכסי ציבור נכסי יחיד האט נישט צוטאן מיט די מאנסי מיידלך, נאר היות איך זעה
אז מאיר ווערטהיימער און די סטעף פון המספיק גאזעט וויל אויף דעם נישט ענטפערן, נאר רעדן פון
ארומיגע זאכן, ערלויב איך מיר אויך צו ענטפערן אויף זייטיגע זאכן
און המספיק גאזעט, אויב ווילט איר חוץ לאכן הויך אויפן קול אויף רעדן איבער די אישו, וויל איך
דיר אויפמערקזאם מאכן, אז אנדערש ווי המספיק גאזעט איז היידפארק א פלאץ ווי מען ענטפערט
צוריק, דעריבער אויף די שוינסט נישט די כבוד פון די יחידים אין המספיק, ערקלער עס דא אפען,
און עס וועט ערמעגיליכט ווערן, צו קלאר מאכן וואס עס גייט טאקע פאר
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-13/3/2006 19:49 |
|
| |
(פון אישי (ייש"כ סקולדיסריק))
גוטזאגער און ארענדאר, וועגן גניבה אין קרית הירש קען מען אסאך רעדן, אבער פארוואס שוין יעצט, איך האב צייט ווען ענק וועלן ווייזן וואו מאיר ווערטהיימער האט באראבעוועט דעם ציבור.
וואס איז, ער טאר נישט מאכן הונדערט אלפים וועידזשעס? ענק האבן דאך געוויזן שווארץ אויף ווייס וויפיל פילע מיליאנען ער ברענגט פון די רעגירונג פאר די הייליגע קינדערלעך לרפו"ש און ענק האבן אויך געוויזן אז ער פארדינט א פעטע געהאלט פון 450 טויזנט דאלאר א יאר. האלטן ענק שוין ביי עד דלא ידע אז 450 איז גוט אבער ביי 100 אלפים ערשט דעמאלט ווערט ער א גנב? סאיז צרות ווי א בארג.
מאיר הירש, דרך אגב, וואוינט ערגעץ צווישן העיס קאורט און עיס פארעם און ווער ס'וויל מקיים זיין מתנות לאביונים זאל זיך אריינלייגן אינעם ענין.
גוטזאגער, ארענדאר און ווארהייט און כל שום וחניכא, עס וועט אייך גארנישט העלפן, טעקס רעטוירנס, 1099, דער עולם איז שוין נישט גולם, און ווי מער ענק רעדן פון געלט און בלוטיגע דאון פעימענטס וועלכע האבן נישט קיין שום דעקונג אויף שטייער פאפירן, וועט עטס שנעלער גראבן ענקער אייגענע גרוב און די המספיק בילדינג וועט אי"ה שנעלער באשטעטיגט ווערן אפיציעל (בויען בויט זיך עס ממילא, פערמיט שמערמיט).
און פארוואס האט ענקער אייגענער בורר נישט געוואלט נאכגעבן ענקער אייגענע "עיקול" אז המספיק זאל נישט טארן פארקויפן די לאט אדער בויען א בילדינג, פון ענקער אייגענעם בורר האט עטץ נישט געקענט באקומען אזויפיל? ניין, המספיק האט נישט געדארפט וויינען צום רב שליט"א ווי א "טשיקן" צו ערלעדיגן דעם "עיקול", ווייל ניטאמאל ענקער אייגענעם באצאלטן בורר (פון דאון פעימענט געלטער מתושבי הקרי') האט נישט געקענט געבן אזא עיקול און דער בנין ווערט געבויט לשם ולתפארת.
(דער דאקומענט פון ענקער אייגענער בורר האבן די ווילעדזשס אייגענע מענטשן ברוב תבונתם אליינס געלייגט אויפן ערשטן זייט פון דעם אשכול).
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-13/3/2006 19:50 |
|
| |
גוט גוט, KEEP ON. עס וועט אייך נאך באנג טאן... איך דערווייל האלט מיך נאך איין, פשוט פאר דעם ווייל שאול פערלשטיין האט מיך אויסגעלערנט אז ווען יענער שעלט איז געווענטליך דא א גוטע סיבה פאר דעם... אבער גאנץ בקרוב וועסטו ביטער חרטה האבן פארן נעמען די מחלוקה ארויס צום רשות הרבים, איר ווייסט זייער גוט וואס עס איז אלץ דא צו שמירן אויף אייך, מיט אייער פירער בראש, ווען עס שטינקט שטינקט עס פון קאפ. [אגב, איך מיין אז דו זאלסט ארויפשטעלן דיין טעקס רעטוירן, אז יעדער זאל זען וויפיל הירש באצאלט דיר פאר דיין ארבעט... טאקע פון די געלטער וואס איז 0 און 100 בילאו 0]
|
|
|
|
|