שקל שלם
וואס דו דין תורה גייט פסק'ן ווייס איך נישט
אבער לאמיר דיר
פרעגן, וואס איינער האט שוין דא געפרעגט, נאר איך וועל צולייגן דערצו די פראגע וואס
וועט זיין אז די דין תורה וועט יענעם געבן גערעכט
וואס וועט זיין, אויב גדלי'
סעגעדין וועט דערקלערן אז די ווילידזש איז זיינס [אויב איז דא אזאנס געזעצליך] און די
דין תורה וועט פסק'ן אז ער איז גערעכט, האסטו פערזענליך נאך אלץ א
פראבלעם דערמיט
וואס וועט זיין, אויב ר' מאיר הירש וועט דערקלערן אז די וועד
הקרי' איז זיינס [און די דין תורה וועט פסק'ן אז ער איז גערעכט, האסטו פערזענליך נאך
אלץ א פראבלעם דערמיט
וואס וועט זיין, אויב נחום פריעדמאן וועט דערקלערן אז די
עזרת חולים איז זיינס [און די דין תורה וועט פסק'ן אז ער איז גערעכט, האסטו פערזענליך
נאך אלץ א פראבלעם דערמיט
וואס וועט זיין, אויב ר' אהרן וועלץ וועט דערקלערן אז די
בארא פארקע מוסדות איז זיינס [און דין די תורה וועט פסק'ן אז ער איז גערעכט, האסטו
פערזענליך נאך אלץ א פראבלעם דערמיט
וואס וועט זיין, אויב דוד ראזעבערג וועט
דערקלערן אז די אלע 4 קעמפס איז זיינס [און די דין תורה וועט פסק'ן אז ער איז גערעכט,
האסטו פערזענליך נאך אלץ א פראבלעם דערמיט
וואס וועט זיין, אויב דוד ראזענבערג
וועט דערקלערן אז די מצה בעקעריי איז זיינס [און די דין תורה וועט פסק'ן אז ער איז
גערעכט, האסטו פערזענליך נאך אלץ א פראבלעם דערמיט
וואס וועט זיין, אויב ר' מנחם
גרשון לעבאוויטש וועט דערקלערן אז די ישיבה היכל התורה איז זיינס [און די דין
תורה וועט פסק'ן אז ער איז גערעכט, האסטו פערזענליך נאך אלץ א פראבלעם דערמיט
וואס
איז אויב מאיר דייטש האט דערקלערט אז די קופת חתנים איז זיינס און די דין תורה
האט האלבוועגס געפסק'ן אז ער איז גערעכט, האסטו פערזענליך נאך אלץ א פראבלעם
דערמיט
וואס וועט זיין, אויב מאיר ווערטהיימער וועט דערקלערן אז המספיק איז
זיינס און די דין תורה וועט פסק'ן אז ער איז גערעכט, האסטו פערזענליך נאך אלץ א
פראבלעם דערמיט
איך וועל ביי איטליכע מאל האבן א פראבלעם,
אמת, דין
תורה דארף מען פאלגן, אבער ווער עס געווינט ביי דין תורה מיינט נאך נישט אז ער
איז גערעכט, ווייל נישט נאר בין אדם למקום, ווי די מעשה ביי ר' שמעון בן שטח זוהן, קען
זיין אז דער וואס איז גערעכט זאל שטארבן, בין אדם לחבירו קען זיין די זעלבע
זאך
און נאכמער, ווען איך זאל וויסן אז מען זאגט אמת, פיין, גוט, וואויל, אבער ווען
דער רויטער ווערטהיימער גייט אונטערן טיש, און זאגט צו עטליכע הונדערט שטימען פאר מענדל
שווימער ער זאל פאלש עדות זאגן לטובתו [מענדל שוימער האט צוריק געצויגן, משה טובי'
בראווער האט מען איבערגעוויזן פאר בי"ד אז ער האט געזאגט ליגנט, און זיגי בראך האלט זיך
ביי זיינס] איז אויב בי"ד פסק'ט לויט דעם הייסט דאס נישט גערעכט, געוויינען יא גערעכט
נישט
און נאכמער, ווען דא רעדט זיך פון א דיין, א גראבער מארמארעשער פויער, חסיד
פון דעם מארמארישער ..., וואס איז זיין גרויסער מעלאנע קאפ, אפגעמאכט, אז ער איז דער
יחיד מומחה' און דארף זיך נישט רעכענען מיט די אנדערע צוויי בוררים אזוי ווי ער טוט
ביי אלע דין תורה'ס, פארלאז איך מיך דוקא נישט אויף די דין תורה,
ווייל אפילו
גאנץ סאטמאר וועט וויסן אז ר' יודל איז נישט געווען בעה"ב אויף די קעמפס און בעקעריי,
און אזוי ביי וועד הקרי', עזרת חולים, קופת חתנים, ווילידזש, באראפארקע מוסדות, קען נאך
אלץ דער רינדיכיגער פון עישעל לעין אפמאכן פארקערט מיט זיין רבין'ס גרויס חכמה
color=red> איז דעריבער די זעלבע זאך אויך ביי המספיק, אמת, אידן דארפן זיך האלטן
צו דין תורה, און ר' מאיר הירש, וועט דארפן [ און זיכער אז ער וועט ] איינהאלטן דעם פסק
פון דעם דין תורה, אבער פארדעם זאל איך האלטן דער וואס האט געווינען איז באמת גערעכט,
פארדעם זאל איך האלטן, אז מען האט נישט געזאגט ליגנט ביז איבער די ציין, פארדעם זאל איך
האלטן אז דער פעשליכער אפטורפוס פונעם מעגא מיליאנער פון מאנסי איז גערעכט נישט זיך צו
רעכענען מיט די אנדערע צוויי בוררים, פארדעם זאל איך האלטן, אז המספיק איז אייביג
געווען א פריוואטער אייגנטום, פארדעם זאל איך האלטן אז די בני יואל זענען באמת די בעלי
בתים אין קרית יואל, פארדעם זאל איך האלטן אז קרית יואל רב שליט"א שלוחים האבן בא'גנב'ט
די ווילידזש, די מוסדות, וועד הקר'י און אלע אנדערע נכסי ציבור,
ניין איך האלט
אז ר' מאיר הירש איז גערעכט אפילו אויב ער וועט נישט געווינען, איך האלט און איך
ווייס, אז דער רויטער ווערטהיימער זאגט ליגנט אויף שקר אויף כזב, וויפיל ער קען,
איך ווייס אז דער יעניגער שליש האט קיין הלכה'דיגער רעכט צו פסק'ן אלץ יחיד מומחה, איך
ווייס אז המספיק איז געווען נכסי ציבור און איך האלט אז עס דארף ווייטער זיין נכסי
ציבור, איך ווייס אז מיר אהרונים זענען א רוב אין שטעטל, און מיר זענען די בעלי דעה, על
פי הלכה, על פי יושר, און על פי געזעץ, איך געדענק אז די אלטע ווערטשאפט האט אנגעזעצט,
און איבער געלאזט אלעס גוט אנגעזעצט, און ווייס אז מען האט אויסגעצאלט משה טובי', מענדל
שווימער, זיגי בראך און די אנדערע גנבים געזעגן געלט, און האלט אז המספיק פונקט ווי אלע
אנדערע נכסי ציבור דארף ווייטער זיין נכסי ציבור
און איך האלט אז ר' מאיר הירש
איז "נישט" גערעכט, מיט נישט פארציילן, וואסערע פארברעכער די צוויי רויטע חברה
ווערטהיימער/כהן זענען, עס איז צייט אז יעדער זאל וויסן וואס די צוויי רויטער האבן
געזאגט פאר הייליגן רב שליט"א יענער אינדערפרי [ ווען ר' ליפא גראס האט צוריק געוואלט
נעמען דעם אפיס] די צוויי האבן גערעכט צום רב נישט קיין סאך ערגער ווי דער בעל
אהבה מוסתרת האט גערעדט צו כ"ק רבינו שליט"א אויפן חשבון פון כ"ק דער רב
שליט"א
עס איז צייט, עס איז צייט דערצו
תוקן על ידי -
פאקטיש - 13/03/2006 23:21:05
תוקן על ידי - פאקטיש - 13/03/2006 23:23:00
 |
|
|