די אלטע שארמאשער נער,
אין די צוואה איז געשטאנען אז מען זאל נישט געבן צדקה בפרסום לעילוי נשמתו, איז מאכן גרויסע פלאקאטן אז מען דארף געבן 36 דאללער פאר די זכות צו האבן אן אות אין די ס"ת לעילוי נשמתו מיינט נישט קיין פרסום??? ווי אין זיין צוואה האט ער געשריבן אז מען טאר נישט פאמפען די מוסדות וואס זיינע קינדער פירן אן???? אדער ווי אין זיין צוואה האט ער געשריבן אז מען זאל נישט שרייבען זיינע מופתים??? אדער ווי אין זיין צוואה שטייט אז מען טאר נישט שרייבען א נסיעה קיין מאנטריאל פון זיין איידעם??
נאר איין זאך ווייס איך יא. ראש חודש אב 2 יאר צוריק, האט ר' בן ציון געשריגען און געוואלדעוועט אז מען טאר נישט מאכן א דינער צוזאמען מיט א יארצייט סעודה, און מען האט געמוזט אפשטעלן די גאנצע זאך, כידוע לכלם ובפרט להרב י.י.ה. ולהנגיד ב.צ.ד. פון לאנדאן, נאר קומט זיין ברודערס יארצייט, אדער אזויווי ער האט עם אנגערופען ברבים די איינציגסטע מאל (יעצט האסטו מיך געכאפט ביי א ליגענט, ווייל ער האט גערעט צוויי מאל) וואס ער האט גערעט וועגן עם "דער הייליגער ברודער", גייט מען מאכן א הכנסת ס"ת בתופים ובמחולות, מען גייט טאנצען אין די גאסן, אוי גייט מען זיך פרייען, ב"ה דער ברודער איז נישטא אין נישט נאר דאס, נאר עס גייט נאך פארקומען א ריזיגע קארניוועל לכבוד די שמחה. די ס"ת גייט ארויס פון ר' שלמה אץ הויז, אין אינדרויסען דארט גייט זיין א ריזיגע טענט פאר אלע קינדער הנאה צו האבן, מען גייט טיילען קאטטען קענדי, מיט סלאש, אוןם אפשר גייט זיין געימס אויך. אויך גייט דארט שפילן איינס פון די נייעסטע שטערנס פון די שפילערס אים בארא פארק, וואס איז א שיינער זינגער אויך......
           
תוקן על ידי - כל_העולם - 10/03/2006 20:35:11
 |
|
|