מופת הדור שרייבט אין אנ"ש נייעס אז די קאורט סעסשאן וואס האט היינט געדארפט פארגעקומען בנוגע די עלעקשאנס פין מחנה גילה איז אפגעשטיפט ביז march 8, 2006 צוויי אזייגער , וועמען איך פרעג ווייסט נישט פון קיין קאורט צו זאגען
יעקל פירער פירט דאס קעמפ שוין יארן לאנג אין לטענתו געהערט עס צו עם אין ער האט קבלות אז באבוב האט עם פארקויפט דאס קעמפ.
דאס יאהר האבן אנשי 48 באשלאסן צו רודפ'ן יעקל פירער וויבאלד ער האט נאך נישט גענומען קיין צד אין זיי קענען דאס נישט פארטראגן האבן זיי באשלאסן אז מיט פרעשע אין טעראר וועט ער זיך זיכער בייגן.
האבן זיי סוף ווינטער ארום געשיקט "בלעק מעיל" [דואר שחור=דואר מזוייף] פאר די עולם בשם יעקל פירער שרייבנדיג בשמו כאילו ער זאגט זיך אפ פין זיין אמט אין קעמפ גילה אין אז פאררופט וואלן אין 48 בימ"ד כדי אויפצונעמען נייע מיטגלידער פארן באורד.
יעקל האט ווייטער ארום געשוקט פאסט אז די איינשרייבונג גייט אהן געהעריג ווי אלע יאהר.
יענקל האט אבער מורא געהאט פין זייערע וואלן ווייל אז מארגן וועלן זיי נאכן וואלן לויפן צו דער פאליציי שרייענדיג אז מקהאט א נייעם לעגאלן באורד אין זיי זענען די עכטע בעלי בתים אין קעמפ, וואס וועט יעקל מאקסימום קענען זאגן פאר די פאליציי??? אז "איך בין דעכר בעל הבית"!!! וואס דאס מיינט אז דער פאליציי וועט פארשליסן אינגאנצן דאס קעמפ ביז דער דזאדז [שופט] וועט עם מודיע זיין ווער איז דער עכטע בעל הבית.
כדי דאס צו פארמיידן האט יעקל אריינגעגעבן א בקשה צום קאורט בעטנדיג א איסור אויף מ.ק. צו פארופן נייע וואלן אויף זיין קעמפ. אין געבעטן א T.R.O. [עיקול] אז מ'מעג נישט אהנרורן זיינע נכסים.
די סארט TRO קען יעדער לייגן אויף זיין נכס מ'דארף נישט קיין שאלת רב ווייל דאס איז נישט קיין הליכה בערכאות נאר א געוויסע ליגעלע שריט וואס יעדער יחיד מעג טוהן כדי זיך צו באשיצן פין גנבים.
נאכן באקומען די TRO האט דער קאורט געגעבן פאר מ.ק. צוויי וואכן צייט צו געבן א הסבר מיט וואספארא רעכט האט ער געוואלט פאררופן די פאלשע וואלן.
אין צום סוף האט ער אריינגעגעבן זיינע טענות אקעגן יעקל מיט זיינע הסברים פארן קאורט.
יעצט האט יעקל פירער באקומען צוויי וואכן צייט צו ענטפערן אויף אללעס וואס מ.ק. האט אריינגעגעבן אקעגן עם אין קאורט.
יענע וואך האט יענקל געשיקט זיין לויער מיט די פאפירן אין קאורט כדי עס אריינצוגעבן די תשובה.
מ.ק. האט אויפן פלאץ געזאגט אז זיי האבן געטוישט זייערע טענות אין אז ער האט פרישע עדות'ן מיט באווייזן אין פארלאנגט פינ'ם דזאדז צו צווינגן יעקל צו ענטפערן אויף די פרישע טענות ביז 24 שעה.
דער דזאדז האט אפגעווארפן זייערע פארלאנג זאגנדיג אז אויב לשיטתכם איז די קעמפ ענקער'ס אין ענק האבן דאס געקענט שלינגען 25 יאהר וועלן ענק ווארטן נאך צוויי וואכן אזוי ווי ביי יעדער נאמאלער קעיס.
זעהנדיג איין אז ס'איז נישט געלונגען זייערע מיאוסע טאקטיק'ס האבן זיי צומארגנ'ס אריינגעגעבן א אפיציעלע קלאגע אקעגן יעקל פירער אז ער האט געגנבעט פין משה ק. די קעמפ גילה
נישט קיין המשך פין די TRO נאר א פרישע קעיס וואס איז מ.ק. אקעגן י.פ. פשוטע הליכה בערכאות!!!!
אין ביים אריינגעבן זייערע צענדליגע טענות זאגנדיג אז יעקל זייערע מכלומפרשט'ן ארבייטער אין איינגעשטעלער האט געגאנבט די קעמפ פין די פרעזידענט מ.ק. אין פארלאנגט א עיקול TRO אז ער זאל נישט מעגן אהנעמען מער קיין אפליקעישענ'ס [טפסי הרשמה] אין זאל נישט קענען אריינגיין אין די קעמפ.
דער דזאדז נישט וויסענדיג גארנישט פין די היסטוריע אהן אריינצוגיין אין די קעיס האט זיי נאכגעגעבן אין געלייגט א TRO אויף יעקל פ. ביז די נעקסטע זיצונג נעקסטע וואך מאנטיג.
אין זיי די אנשי רב"צ זענען געטאנצן ביז דער הימל מיט זייערע נערישע צייטווייליגע ניצחון אין ערכאות ר"ל.
דאס איז געוועןלעצטן דאנערשטיק.
זונטיג האבן אפאר עסקנים פרובירט צו אפרעדן מ.ק. פין צו גיין בערכאות .
די לויער'ס פין יעקל האבן ערלעדיגט א אמערדזענסי זיצונג [ישיבת חירום] היינט אין קאורט וואס דארטן האט מען אראן גענומען די TRO פין יעקל אין עם קלאהר געגעבן רשות ווייטער אהנצוגיין מיט איינשרייבן קינדער אינ'ם קעמפ.
נעקסטע וואך מאנטיג גייט פארקומען די ערשטע זיצונג פין די דזאדז אויף די נייע קעיס.