בקשה דחופה פין כ"ק אדמו"ר שליט"א.
אזוי ווי "זיי" האבען אנגעהויבען מיט אן עלילת שקר, זאל מען אכטונג געבען אז ווען זיי שרייען
נאך אין די גאסען, זאל מען נישט ענטפערען, און מען זאל בדרך כלל אכטונג געבען נישט צו גיין צו
נאנט צו זיי, ווייל זיי האבען שוין געוויזען אז מחמת זייער גרויסער צובראכענקייט און פארלוסט,
שלאגען זיי און רייסען שטריימלעך, און זענען זיך מתיר צו טוהן כל דבר אסור,.
ידע העם להזהר.
ועל עצם הענין, האט שוין ר' משה חיים גרעדט דעם שבת, אז עס איז שער ושקר, און קלאר ארויס
געברענגט וואס מען פארלאגנט פין אונז אין דעם זמן, און מען זאל זיך נישט לאזען פארפירען פין זיי.
זעהט אויס אז זיי פארשטייען נישט אז עס איז קלאר א מופת פין מהרנ"ץ זצ"ל, וואס האט קלאר
געלאזט צוואה אז מען זאל "נישט" נאך אים מאכען קיין שום "זכרון" און זיי זענען געגאנגען כנגד
צוואתו הקדושה און געמאכט א "זכרון צדיק" האט ער נישט געלאזט מן השמים אז דאס זאל צושטאנד קומען.
אבער קלאר און דייטליך, "ידינו לא היתה במעל הזה".
און שטערען זיי נישט פין גיין און טוהן וואס זיי ווילען, און וועלען זיי קיינמאל נישט שטערען.
נאר וואס דען?
די חברה מיינען אז אונז זענען אזעלכע נידירגע פארשוינען ווי זיי, זיי זענען א חברה מוסרים,
אויף די קעמפס האבען זיי געמסר'ט אהן אויפהער, ועוד ועוד ועוד, ווער נאך דארף דאס וואס זיי
זענען געגאנגען אין ערכאות תומ"י נאך די פטירה פין רבינו זצ"ל, און זיי זענען נאך ממשיך עד
עצם היום הזה, מיט די דין תורה אין איינעם צו גיין אין ערכאות אויף בנות ציון און מחנה גילה
אהן קיים שום בושה, און יעצט האבען זיי די חוצפה צו גיין מוחה זיין אויף אונז אז אונז זענען
די וואס גייען גאר אין ערכאות???
שומו שמים הישמע כזה?????????
אונז רופען אויס בפה מלא,
אונז זענען נישט קיין מוסרים ווי ענק,
אונז זענען נישט קיים מרים יד בתורת משה ווי ענק,
אונז זענען נישט קיין פראפאגאנדע מאשין ווי ענק,
אונז גייען נישט אין ערכאות ווי ענק,
אונז זענען נישט עובר קיין צוואה ווי ענק,
אונז זענען נישט קיין רודפים ווי ענק,
אונז זענען נישט קיין נרדפים ווי ענק,
אונז שרייען נישט נאך אין די גאסען ווי ענק,
אונז האבען נישט קיין גאפלעך ווי ענק,
אונז רייסען מיר נישט קיין שטריימעלך ווי ענק,
אונז רייסען מיר נישט אראפ קיין טירען אין שבת ווי ענק,
אונז זענען נישט קיין גזלנים ווי ענק,
גייטס ענק צו אלע גוטע יאר, און לאזט אונז במנוחה.
און ביים נעקסטע פראבלעם רופט אונז נישט אהן אונז זאלען זעהן צו פועלען ביי די הויכע פענסטער
מען זאל ענק געבען א פערמיט.
 |
|
|