בית פורומים כל העולם כולו

די שונאים פינ'ם באבובער רבי'ן זצ"ל האבן מצליח געווען

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-12/3/2006 02:48 לינק ישיר 
די שונאים פינ'ם באבובער רבי'ן זצ"ל האבן מצליח געווען

שומו שמים!! די גאנצע חסידישע וועלט און אלע רבנים אין אדמורי"ם אין ערליכע יידן זענען אויפגעשוידערט און דערציטערט געווארן הערנדיג פין די נידעריגע מעשה נבלה אין מיאוסע "מסירה וואס די שונאים פינ'ם באבובער רבי'ן זצ"ל האבן אריינגעגעבן צו די שטאטישע אפיסעס אין דורך דעם פארשלאסן די גרויסע זאל "איסטערן פלאזא" וואס דארט וואלט היינט נאכט געדארפט פארקומען די יומא דהילולא פין די באבובער רבי'ן זצ"ל מיט די השתתפות פין די טויזענטער באבובער חסידים מיט די פולע ידידים אין גיטע פריינט בראשם די הונדערטער רבנים אין אדמורי"ם וואס זענען געווען איינגעלאדנט צו דעם גרויסן מעמד "זכרון צדיק".

ערב שבת קודש בשעת ווען צענדליגע עסקנים שטייען און לייגן אריין די לעצטע כוחות כדי צוצוגרייטן דעם ריזן זאל פאר די יעצטיגע מוצאי שבת די ערשטע גרויסע הילולא פין די באבובער רבין ז"ל האבן זיך אהנגערוקט א סטעף פין צווישן 25 און 30 אינספעקטער'ס וואס מ'האט זיי אהנגעקאלט אין אריבער גערופן צו קומען צושטערן די הייליגע גרויסע מעמד.

די אינספעקטער'ס זענען געקומען פין די פייערדעפארטמענט, בילדינג דעפארטמענט אוף ברוקלין, אין פין ניו יארק סטעט. עמערדזענסי ברוקלין דעפארטמענט, עמערדזענסי ניו יארק דעפארטמענט, ניו יארק סטעיט פייער מארשאל, ברוקלין פייער מארשאל, האום דעפארטמענט, און אזוי ווייטער פיל מיט אינספעקטער'ס וואס די רשעים און מוסרים שונאי האדמו"ר מבאבוב זצ"ל האבן אריינגערופן מיטן וויסן אז מיט אזויפיל אינספעקטער'ס איז נישט מעגליך אז די חסידים זאלן בייקומען א "פערמיט" אין מיט דעם טוהן זיי פארמאכן די זאל אין צושטערן די גרויסע ערשטע הילולא אין מאכן שאדן פין זעהר שווערע געלטער אין לאנגע ארבעט וואס די עסקנים האבן אריינגעלייגט אין דאס פלאץ.

די פעילות פין די שונאים האט זיך שוין אנגעהויבן אנהייב וואך ווי די אינספעקטער'ס האבן אליין דערציילט אז מ'רופט זיי שוין א גאנצן וואך אין די שטאטישע אינספעקטער'ס פין 311 ליין האבן  געוויזן פאר אונזערע עסקנים די פאפירן מיט די הונדערטער קאל'ס וואס די מוסרים פין אנשי 48 מיט זייערע ראשי המוסדות האבן אריינגערופן טאראראזירן אין אנשרעקן.

און אפילו ווען אונזערע זענען געווען ביים קאמיושענער אין אפיס אין זיך שוין א דורך געקומען מיט עם נאכדעם וואס די מעיאר האט זיך אריינגעמישט האט דער קאמיושענער נאך אלס בייקומען פילע טעלעפאן קאל'ס אז ער זאל זיך נישט דערוואגן "זיי" עס צו אוועקגעבן אדער אינטערשרייבן די פערמיט אין דער קאמיושענער אליינס האט געוויזן די עסקנים זאגנדיג "קוקסט ווער צו קלינגט מיר אין וויפיל מען רופט -איך קען נישט אינטערשרייבן".

די עסקנים האבן פארן זמן מיט טרערן אין די אויגן פארציילט די עולם פין די לעצטע מסירה אין מיט א ביטערקייט מודיע געווען אז מ'וועט בלית ברירה נישט קענען דארט מאכן די גרויסע סעודת ההילולא הראשונה פין כ"ק רבינו זצ"ל.

די סעודת הילולא קומט יעצט פאר אינ'ם בנין בית יעקב אויף 15 עווניו אין 45 סטריט וואס ווערט יעצט אין די מיניטן שנעל צוגערישט פאר די ציבור האלפים וואס וועלן קומען זיך באטייליגן מיט'ן מעמד זכרון צדיק אין מיט'ן יערליכן דינר לכבוד די באבובע מוסדות

די ראשי המוסדות און פין די גרויסע עסקנים פין צד ר' בנציון וואס האבן פלאנירט די רשעות'דיגע אקט זענען באקאנט פאר אונזערע עסקנים.

אזוי אויכעט האט די פאליציי איבערגעגעבן די נעמען פין די צוויי ראשי המוסדות וואס זענען געזיצן ביי זיי אין אפיס אין אהנגעדרייט די מיאוסע אקציע.

אזוי אויכעט האט שוין די 311 דעפארטמענט איבערגעגעבן די טלפון רעקארד פין די הונדערטער טעלפאנען וואס די אנשי 48 האבן אריינגערופן דעם לעצטן פרייטיג צו מסר'ן אויף די זאל.

אבער נישט דא איז די מקום צו שרייבן זייערע נעמען אבער בעזר השם וועט מען די אלע ראיות אין אויפווייזונגען אריינברענגען אין בי"ד וואס זיצט יעצט בענייני באבוב.



תוקן על ידי - the_mouse - 12/03/2006 3:20:28



דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-12/3/2006 03:50 לינק ישיר 

הגאון הצדיק המפורסם הרב אברהם שאהר שליט"א האט היינט ביי שלש סעודות מוחה געווען ברבים אויף די מסירה און נזקים וואס די חיות פין 48 האבן אהנגעמאכט -- די מחאה איז געווען פאר הונדערטער בעלי בתים און יינגעלייט--

נאך נייעס און פאסירונגען וועלן נאכפאלגן..




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-12/3/2006 10:20 לינק ישיר 

דא איז א לינק צום בילדינג דעפארטמענט, ווי מ'זעהט אז עס איז נישט געווען קיין שום מסירה א גאנצע וואך בכלל


http://a810-bisweb.nyc.gov/bisweb/OverviewForComplaintServlet?requestid=2&vlcompdetlkey=0000741212&s=A03C41B885B461E4F46BD08866A7430E



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-12/3/2006 16:05 לינק ישיר 

בקשה דחופה פין כ"ק אדמו"ר שליט"א. אזוי ווי "זיי" האבען אנגעהויבען מיט אן עלילת שקר, זאל מען אכטונג געבען אז ווען זיי שרייען נאך אין די גאסען, זאל מען נישט ענטפערען, און מען זאל בדרך כלל אכטונג געבען נישט צו גיין צו נאנט צו זיי, ווייל זיי האבען שוין געוויזען אז מחמת זייער גרויסער צובראכענקייט און פארלוסט, שלאגען זיי און רייסען שטריימלעך, און זענען זיך מתיר צו טוהן כל דבר אסור,. ידע העם להזהר. ועל עצם הענין, האט שוין ר' משה חיים גרעדט דעם שבת, אז עס איז שער ושקר, און קלאר ארויס געברענגט וואס מען פארלאגנט פין אונז אין דעם זמן, און מען זאל זיך נישט לאזען פארפירען פין זיי. זעהט אויס אז זיי פארשטייען נישט אז עס איז קלאר א מופת פין מהרנ"ץ זצ"ל, וואס האט קלאר געלאזט צוואה אז מען זאל "נישט" נאך אים מאכען קיין שום "זכרון" און זיי זענען געגאנגען כנגד צוואתו הקדושה און געמאכט א "זכרון צדיק" האט ער נישט געלאזט מן השמים אז דאס זאל צושטאנד קומען. אבער קלאר און דייטליך, "ידינו לא היתה במעל הזה". און שטערען זיי נישט פין גיין און טוהן וואס זיי ווילען, און וועלען זיי קיינמאל נישט שטערען. נאר וואס דען? די חברה מיינען אז אונז זענען אזעלכע נידירגע פארשוינען ווי זיי, זיי זענען א חברה מוסרים, אויף די קעמפס האבען זיי געמסר'ט אהן אויפהער, ועוד ועוד ועוד, ווער נאך דארף דאס וואס זיי זענען געגאנגען אין ערכאות תומ"י נאך די פטירה פין רבינו זצ"ל, און זיי זענען נאך ממשיך עד עצם היום הזה, מיט די דין תורה אין איינעם צו גיין אין ערכאות אויף בנות ציון און מחנה גילה אהן קיים שום בושה, און יעצט האבען זיי די חוצפה צו גיין מוחה זיין אויף אונז אז אונז זענען די וואס גייען גאר אין ערכאות??? שומו שמים הישמע כזה????????? אונז רופען אויס בפה מלא, אונז זענען נישט קיין מוסרים ווי ענק, אונז זענען נישט קיים מרים יד בתורת משה ווי ענק, אונז זענען נישט קיין פראפאגאנדע מאשין ווי ענק, אונז גייען נישט אין ערכאות ווי ענק, אונז זענען נישט עובר קיין צוואה ווי ענק, אונז זענען נישט קיין רודפים ווי ענק, אונז זענען נישט קיין נרדפים ווי ענק, אונז שרייען נישט נאך אין די גאסען ווי ענק, אונז האבען נישט קיין גאפלעך ווי ענק, אונז רייסען מיר נישט קיין שטריימעלך ווי ענק, אונז רייסען מיר נישט אראפ קיין טירען אין שבת ווי ענק, אונז זענען נישט קיין גזלנים ווי ענק, גייטס ענק צו אלע גוטע יאר, און לאזט אונז במנוחה. און ביים נעקסטע פראבלעם רופט אונז נישט אהן אונז זאלען זעהן צו פועלען ביי די הויכע פענסטער מען זאל ענק געבען א פערמיט.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-12/3/2006 16:49 לינק ישיר 

 

תוקן על ידי - Mench - 12/03/2006 16:50:34



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-12/3/2006 19:50 לינק ישיר 

מצורף קובץ

1



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-12/3/2006 19:55 לינק ישיר 

מצורף קובץ

2

תוקן על ידי - אלעסאמת - 12/03/2006 19:54:40 תוקן על ידי - אלעסאמת - 12/03/2006 19:58:15



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-12/3/2006 20:03 לינק ישיר 

מצורף קובץ

3



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-12/3/2006 20:03 לינק ישיר 

באראבארקער ידידי

טוה מיר א טובה איך בין פונעם אלטען חדר..

אנשטאט "אונז זענען נישט..." 
שרייב  אדער "אונז זענען מיר נישט " אדער "אונז זעמיר נישט" אדער "מיר זענען נישט"

"אונז זענען נישט" קריטשעט מיר אין די אויערן ...


ווי טרעפט מען דעם פערשוין וואס האט אויס געטראפען דעם מין אופן פון אידיש.. YIKESSS
אונז וועלען איהם אויספּרַאקען

אדער "אונז וועל'מיר איהם אויספּרַאקען" כצ"ל




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-12/3/2006 20:04 לינק ישיר 

מצורף קובץ

4



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-12/3/2006 20:05 לינק ישיר 

מצורף קובץ

5



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-12/3/2006 20:19 לינק ישיר 

מצורף קובץ

7



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-12/3/2006 20:21 לינק ישיר 

מצורף קובץ

8



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-13/3/2006 04:24 לינק ישיר 

באראפארקער

איך אויף דיין פלאץ וואלט געווען שטיל די וואך.

די גאנצע שטאט איז אויף אז אזא  אזא היסטארישער רשעות איז נאך נישט געווען קיינמאל.

דיינע ליגענט כדרכך בקודש לאז פאר א אנדערע מאל.




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-13/3/2006 06:05 לינק ישיר 

ווענד זיך וועלכע שטאט.
אין מיין שטאט איז מען אויף מיט דער חוצפה פין מורדים בדת התורה וואס ווען עפעס גייט זיי נישט גיט, האבען זיי די העזה ארויף צו לייגען אויף אונז די זאך.


און צו דיר מענדעל וועל איך פרעגען, וואס איז די ראי' אז עס איז געווען א מסירה וואס די ווייסט צו זאגען אז עס איז געווען א מסירה?

זיי זאגען אזוי אהן קיין שום ראי', און די טפשים גלייבען אהן קיין שום ראי'.

ווען עס וואלט געווען א מסירה וואלט געווען דערפין א זכר אין די ארכיווען פין די שטאט.

און נישט נאר דאס, נאר דער טיפש מייזעל האט נאך די טפשות צו שרייבען ווארט ביי ווארט וואס מען זאגט ביי זיי אין ביהמ"ד, און שרייבט אז זיי האבען די רעקארדס פין 311, וואס איינער וואס איז א שטיקעל בר דעת, ווייסט אז זיי וואלטען דאס נישט ארויס געגעבען פאר קיינעם.

באלט וועל איך פאסטען די הכחשה בריוועל פין קהלתנו הקדושה.

אז איינער וויל גלייבען זאל ער גלייבען, אבער ער זאל וויסען אז עס ווייזט אויף זיין טפשות.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-13/3/2006 06:24 לינק ישיר 

/



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > די שונאים פינ'ם באבובער רבי'ן זצ"ל האבן מצליח געווען
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
1 2 לדף הבא סך הכל 2 דפים.

bholext