| נשלח ב-12/3/2006 20:55 |
|
| |
ווייסט איינער פון א גיטן DIGITAL CAMERA ?
איך וויל קויפן א DIGITAL CAMERA מיין אלטע קעמערע איז געגאנבעט געווארן, איך האב געהאט ביז היינט א CANON S500 איך בין געווען ציפרידן מיט דעים אבער נישט אלץ האט עס געמאכט קלארע פיקטשערס,עס האט געהאט 5 MEGA PIXAL
ווייסט איינער פון א גיטן DIGITAL CAMERA ?
|
|
|
|
| נשלח ב-12/3/2006 21:59 |
|
| |
Stick with Cannon and you'll be ok. 5Mega Pixel set on the finest setting and highest res. should give you real nice photos.
|
|
|
|
| נשלח ב-21/3/2006 03:34 |
|
| |
אזוי ווי קיינער האט מיר נישט געגעבן א ריכטיגן ענטפער, אין איך וויל קויפן א DIGITAL CAMERA וואס איך זאל הנאה האבן פון דעם, האב איך גענימען א ביסל עקסטערע צייט היינט, אין איך בין אראפ געפארן צי B&H איך האב דארט זיך נאך געפרעגט אויף א גיטן DIGITAL CAMERA
איך בין ארויס פין דארט מיט ליידיגע הענט אבער מיט א ביסל ידיעות
די מעלה פון CANON איז אז עס געט ארויס די קלארסטע אין שענסטע פיקטשערס, מיט די בעסטע קאלערינג וואס עס איז דא, אבער כדי די פיקטשער זאל אויסקימען קלאר אין שארף, דארף מען האלטן די קעמערע זייער גראד אין נישט שאקלען די קעמערע בשעת מען מאכט א פיקטשער, אויב שאקעלט עס זיך אפילו א ביסל, וועט די פיקטשער אויס קימען נישט קלאר, PANASONIC אדער SONY האבן א זאך וואס הייסט ANTI-SHAKE דאס מאכט אז אפילו ווען די קעמערע שאקעלט זיך א ביסל וועט די פיקטשער אויס קימען קלאר, אבער די חסרון פון די קאמפעניס איז אז די קאלערינג איז נישט אזא גיטע קאלערינג ווי CANON
אבער עס איז דא גיטע נייעס CANON קימט יעצט ארויס מיט א נייע קעמערע וואס גייט האבן ביידע מעלות אין איין קעמערע, סיי די בעסטע קאלערינג אין סיי די זאך וואס העלפט א קעגן שאקעלדיגע הענט
עס גייט זיין אין די געשעפטן בערך אין צוויי וואכן ארים, די מאדל פין דעם וועט זיין CANON SD630 עס וועט קאסטן בערך $400.00
יעצט פארשטייט איר פאר וואס איך בין ארויס פין דארט מיט ליידיגע הענט?
בדרך אגב בין איך אויך דארט געוואר געווארן, אז די מעגא פיקסל איז נישט אז די פיקטשער איז קלארער ווי גרעסער די מעגא פיקסל איז, די חילוק פון א גערויסע מעגא פיקסל אין א קליינע פיקסל וועט זיין אויב מען וועט גרעסער מאכן די פיקטשער, למשל אויב מאכט איר א שיינע פיקטשער, אין איר ווילט דעוועלאפן פין די פיקטשער א גערויסע פיקטשער, לאמיר זאגן אז איר ווילט האבן פין די פיקטשער א 10X13 ווי גרעסער די מעגא פיקסל וועט זיין אלץ קלארער וועט די גערויסע פיקטשער זיין, אבער פאר א געהעריגע סייז פיקטשער איז א קליינע מעגא פיקסל גענוג.
 |
|
|
|
|
|
| נשלח ב-21/3/2006 20:54 |
|
| |
Canon Already has the Image Stabilizing in the S2-IS and they will soon have the S3-IS
|
|
|
|
| נשלח ב-21/3/2006 21:03 |
|
| |
Nikon is known to have the best lense
|
|
|
|
| נשלח ב-21/3/2006 21:58 |
|
| |
קענאן, און נאכאמאל קענאן.
קויף נאר קענאן, וועסט נישט חרטה האבן, אפי' זיי האבן נישט די דינסטע און וכו'.
|
|
|
|
| נשלח ב-22/3/2006 04:01 |
|
| |
עץהדעת שרייבט אין בח"ח משפחה אידיש:
שלום עליכם ברודער, איך זעה מען שמועסט פון קאמערא'ס, וועל איך פרובירן שרייבן אביסל פון מיין ערפארונג בעז"ה
די דריי הויפט פונקטן וואס איז וויכטיג ביי א קאמערא חוץ פרייז, איז: 1) די לענז, 2) די פראסעסאר, און 3) די פיקסעלס.
און אויף מאמע לשון: Lens, Proccessor, Pixels
1. די לענז איז די וויכטיגסטע ווייל דאס איז פאקטיש דער אויג וואס כאפט די בילד, ווי בעסער דער לענז אלץ בעסער דער בילד. די ריכטיגע לענזעס זענען געמאכט פון גלאז, די ביליגערע זענען כמו-גלאז, צומאל אפילו געמישט מיט פלאסטיק. אויך האבן די בעסער לענז קאמערא'ס א אפשען ארויף צו לייגן א אנדערע (בעסערע טייערערע) לענז וואס מען קען צוקויפן שפעטער אויב מען איז אינטערעסירט. די פראבלעם איז, אז רוב קעמארע'ס אונטער 400-500 טאללער פארמאגן בלויז די ביליגערע לענזעס און אן די אפשען פון טוישן לענז.
2. די פראסעסאר איז דער מח אינעם מאשין, ענליך ווי ביי א קאמפיוטער טוט דער פראסעסאר צוזאם שטעלן די אינפארמאציע, און ווי מער פארגעשריטן די מעכאניזם פונעם פראסעסאר איז, אלץ בעסערע בילדער קען עס אהער שטעלן. די שנעלקייט פון א קאמערא ווענדט זיך אויך אינעם פראסעסאר.
3. פיקסעלס מיינט די שארפקייט פונעם בילד, ווי מער פיקסעלס די קאמערא פראדוצירט פאר'ן בילד אלץ קלארער און שארפער איז דער בילד. דאס איז ווייל יעדע בילד איז צוזאם געשטעלט פון פיצקעלע קעסטעלעך וואס מען רופט פיקסעלס, ווי מער פיקסעלס קען ווערן אריין געשטופט אין א סקווער אינטש, אלץ מער data איז דא, און ווען מען ציעט אויס א בילד עס גרעסער צו מאכן למשל, ווערט אויטאמאטיש צוגעלייגט נייע (פאלשע) כמו-פיקסעלס אנצופילן דעם בילד, ממילא ווי מער אמת'ע פיקסעלס די בילד האט מלכתחילה אלץ ווייניגער דארף ווערן צוגעלייגט און דער בילד איז סאך קלארער און שענער.
(מען קען דא אריין גיין אין אריכות אבער בקיצור איז כדאי צו דערמאנען, אז מעגא פיקסעל מיינט א מיליאן פיקסעלס, און וויבאלד פיקסעלס ארבעטן נישט גלייך אויף גלייך שתי וערב נאר 1.3 איין וועג ביי 1 די אנדערע וועג, מיינט דאס צו זאגן אז א 2 מעגא פיקסעל קאמערא למשל וועט פראדוצירן א 5x7 בילד פון בערך 1600 ביי 1200 פיקסעלס, משא"כ א 3 מעגא פיקסעל קאמערא וועט פראדוצירן די בילד מיט בערך 2048 ביי 1536 פיקסעלס.)
פארשטייט זיך אז ווי מער מעגא פיקסעלס איז בעסער, אבער אויב גייט איר ניצען די קאמערא נאר פאר געהעריגע 5x7 פיקטשער'ס איז א 4 מעגא פיקסעל קאמערא גוט און גענוג.
ע"כ די דריי הויפט פונקטען - מכאן ואילך בנוגע Canon.
בנוגע קאמערא'ס בכלל, איז טאקע קענאן די בעסטע און שטארקסטע אויפ'ן מארק ווען עס קומט צו פערסאנעל קאמערא'ס (ביי פראפעשאנעל איז נייקאן מסתמא די בעסטע), און זיי טיילן איין זייערע קאמערא'ס אין דריי חלקים, 1) ערשטע מדריגה פאר פערסאנעל, 2) אביסל בעסערע קאמערא'ס מיט בעסערע לענזעס און פראסעסאר'ס, 3) פראפעשאנעל קאמערא'ס.
און אויף מאמע לשון: 1-Point & Shoot Digital, 2) High-End Digital, 3) Digital SLR גייט צו www.powershot.com צו זעהן זייער גאנצע פראדוקט ליין, זיי האבן דארט אויך א גיטע אפשען צו פארגלייכן צווישן פארשידענע קאמערא'ס
http://masoret.hevre.co.il/hydepark/topic.asp?whichpage=2&topic_id=1488247
תוקן על ידי - איןבעיה - 22/03/2006 4:01:00
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-23/3/2006 19:10 |
|
| |
וואס איז די בעסטע קעמערע אויפצוכאפען א גרויסע מעמד?
ווען איך כאפ בילדער מיט מיין קעמערע זעט עס אויס צען % פון דאס ריכטיגע, מצד שני זעט אויס אנדערע בילדער צען מאל אזוי גרויס ווי א מעמד.
|
|
|
|
| נשלח ב-23/3/2006 22:17 |
|
| |
די דארפסט א WIDE ANGLE LENS די איינצעלע קאנסומער קעמרע וואס קען דאס טאן איז די CANON S80 וואס כאפט א ברייטקייט פין 28MM אין האט א געוואלד מיט מעניול קאנטראלס, עס איז גאר א גיטע קאמערא.
אויב דארפסטו נאך ברייטער, פאר אפאר דאלער מער וואלט איך מן הסתם געקויפט א NIKON D50 וואס איז א ENTRY LEVEL DIGITAL SLR עס קימט מיט א 18-55 WIDE ANGLE LENS

http://dcresource.com/reviews/canon/powershot_s80-review/index.shtml
תוקן על ידי - איןבעיה - 23/03/2006 22:23:18
|
|
|
|
| נשלח ב-24/4/2006 01:35 |
|
| |
בנוגע די Canon PowerShot SD700 IS
איז די קעמערע שוין אויף די מארקעט? אויב יא ווי קען מען באקימען א גיטן פרייז דערפאר? אויב
נישט ווען וועט עס זיין עוועילעבל?
יישר כח
|
|
|
|
| נשלח ב-24/4/2006 04:40 |
|
| |
אה הצלה!
דו ביסט דאס געווען דער אינגערמאן וואס האט מיך משוגע געמאכט דעמאלט ביי בי ענד עיטש.... אוי ביסטו א דרייקאפ
|
|
|
|
| נשלח ב-4/5/2006 02:06 |
|
| |
אז מ'שרייבט דא פון דיזשיטעל קעמערעס, לאמיר צולייגן אביסל מעניות דעתי.
צו זאגן אז "CANON" איז די בעסטע בלי שום פירוש איז נישט ריכטיג. דער אמת איז, אז במשך די יארן האבן זיך אלע קאמפאניס ארויפגעארבעט, און רובא דרובא מאכן שוין היינט גאר גוטע קעמארעס, הגם נישט ממש אלע. CANON איז שטענדיג געווען פון די בעסערע, אבער גאר אסאך מאל - אין געוויסע אויסגאבעס און וועבסייטס - זענען אנדערע קאמפאניס געווען RATED העכער ווי קענאן, בפרט פון די קלענערע-מדרגה-קעמערעס (LOW END). למשל CASIO איז לעצטנס שטארק אויפגעכאפט ביי פילע "REVIEWERS", אזוי אויך די נישט-אזוי באקאנטע PANASONIC קעמערעס, וכדומה.
צ.ב.ש., קענאן גייט יעצט אריינלייגן די ANTI SHAKE אין די SD700 צום ערשטן מאל, בשעת אנדערע קאמפאניס טוען דאס שוין פאר יארן. הגם "קענאן'ס" וועט זיין א "אפטיקעל" אנטי-שעיק, וואס איז פיל בעסער ווי די "דידזשיטעל" וואס רוב אנדערע האבן (KODAK, CASIO, ועוד). (כמעט די זעלבע נפק"מ ווי צווישן OPTICAL ZOOM און DIGITAL ZOOM, כידוע איז אפטיקעל "באמת", און דיזשיטעל איז פאלש, נאר נאכגעמאכט די אפטיקעל.) ד.ה. אז די אפטיקעל אנטי-שעיק האלט באמת אן די לענס און לאזט אים זיך נישט שאקלען אפילו דער בילדער-כאפער גיט א שאקל זיין האנט..
גראדע אויף די נייע SD700 זענען שוין דא עטליכע קאמפלעינטס (צב"ש לייענט דא: http://forums.dpreview.com/forums/read.asp?forum=1033&message=17341006) און ס'איז נישט עפעס אזוי איי איי איי ווי מ'האט זיך פארגעשטעלט.
עס איז אויך ארויסגעקומען יעצט א נייע CASIO, מאדעל איז EX-Z850, וואס איז 8.0 מעגאפיקסעל און האט א געוואלד מעלות, און איז מיט א הונדערטער ביליגער ווי די קענאן, אבער אויך דאס האט געוויסע קריטיק, ווי למשל אז די "ווידיאו" איז נישט אזוי קלאר ווי די אנדערע קעמערעס - אריינגערעכנט אלטע CASIO קעמערעס. די CASIO איז אסאך שנעלער פון קענאן'ס - אפילו פון די נייע קענאנ'ס (וואס האבן די DIGIC II פראסעסאר), כאפט קלארערע בילדער, עס האט א קליינע לייט וואס מאכט ליכטיג ווען עס איז טונקל און מ'דארף נישט נוצן קיין פלעש, דאס איז ספעציל נוצבאר אויב איר כאפט א ווידיאו אין א טונקעלערע פלאץ. עס האט אויך די שטערקסטע פלעש, און מ'קען ADJUSTEN ווי שטארק די פלעש זאל זיין. אויך האט עס די בעסטע בעטערי, וואס קען כאפן ביז 440 פיקטשערס (אן קיין פלעש און אן נוצן דעם סקרין). אויך האט עס די בעסטע ווידיאו פארמעט, עס איז קאמפרעסד פאר א MPEG-4 אבער עס איז א AVI פייל, ד.ה. איר קענט עס זעהן אויף WINDOWS MEDIA PLAYER, און עס איז קאמפרעסד אזוי ווייט אז אויף איין GB 1 קארטל קענט איר רעקארדירן א שעה קלארע ווידיאו. CANON האט נאר נישט-קאמפרעסד, וואס לאזט נישט נעמען מער ווי 8 מינוט אויף א 1 GB קארטל, און דער קארטל איז שוין פול.
KODAK הייסט נישט איינע פון די בעסטע קעמערעס, אבער איז דאך גוט פאר רוב מענטשן. זיי זענען יעצט ארויסגעקומען מיט א 6 מעגאפיקסעל V603, מיט די קלארסטע סקרין, (230,000 פינטעלעך "פיקסעלס" - אנשטאט די 115,000 פון CASIO און 175,000 פון CANON). עסס איז אויך די איינציגסטע קעמערע פון די אויבנדערמאנטע וואס לאזט נוצן דעם OPTICAL ZOOM בשעת איר רעקארדירט ווידיאו - CASIO און CANON לאזן נאר נוצן DIGITAL וואס איז ממש גארנישט ווערד. די ווידיאו איז אויך קאמפרעסט, אבער אויף QUICKTIME פארמעט, וואס איז בעיקר גוט פאר מעק נוצערס, נישט אזוי גוט פאר PC נוצערס.
די אלע אויבנדערמאנטע קעמערעס זענען פון די גאר קליינע. אויב קען מען באשטיין צו נעמען אביסל גרעסער, איז דער אויסוואהל פיל מער. CANON האט אויך א ליין וואס הייבט זיך אן מיט אן A. למשל (A620, A700) וואס מיינט אז זיי נוצן AA בעטעריס, און איר בלייבט קיינמאל נישט סטאק ווען איר זענט אונטערוועגנס.
מ'קען נאך שרייבן מער, אבער איך האב בלויז אנגערירט אויפן שפיץ גאפל, וישמע חכם ויוסיף לקח.
 |
|
|
|
|
|