בית פורומים חדשות אנש אין בילדער

ווייסט איינער פון א גיטן DIGITAL CAMERA ?

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-30/10/2006 04:08 לינק ישיר 

דאס איז עס! געקויפט דעם A530 ביי סירקיוט סיטי (אויפגעפיקט לאקאל) פאר $139. א דאנק פאר די הילף.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-21/1/2007 20:51 לינק ישיר 

איך האב באקומען א מתנה פון איינעם א נייע קליינע קעמרע canon sd600 ווייסט איינער אפשר ווי אזוי מ'מאכט די אראנדזשע לייט (נעבן די וויוו-פיינדער) זאל זיך נישט אנצינדן?
איך האב שוין דורך געליינט די גאנצע בוך און גארנישט געזעהן.
אפי' ווען מ'מאכט אן פלעש צינד זיך עס אויך אן פאר א 2-3 סקונדעס.

און טאקע דא וויל זיך אויך שכויח פאר איןבעיה פאר די המלצה. 


תוקן על ידי jewboy ב- 21/01/2007 20:56:47




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-21/1/2007 22:56 לינק ישיר 

גיי אריין צו MENU, אבער זיי זיכער אז דו ביסט ביי "פיקטשער" מאוד, אויב ביסטו ביי REVIEW MODE, ד.ה. דארט וואו דו קוקסט איבער די בילדער וואס דו האסט געמאכט, וועסטו באקומען אנדערע אפציעס. דער מעניא טוישט זיך לויט וועלכע MODE דו ביסט אנגעשטעלט, (דו האסט דריי, איבערקוקן, פיקטשער, און מאווי - ס'איז אויבן רעכטס, א קליינער רוקער).

ממש אנהייב, וועסטו טרעפן AF-assist Beam, וואס איז געווענלך אנגעשטעלט אויף ON, מאך עס אויף OFF, און דער פראבלעם וועט זיין געלייזט אי"ה.


אגב, איך האב זייער געוואלט עפענען פאר אונז אין היימישע מאמע לשון, אביסעלע אינסטראקשענס ווי אזוי צו נוצן א דידזשיטעל קעמרע. עס זענען פאראן אין ענגליש אזויפיל בוכער און וועבסייטס, אבער איך בין זיכער אז רוב אידעלעך האבן נישט די מח און כח, צייט און מיה, צו גיין אדורכלייענען דאס אלעס.

למעשה רוב קעמארעס האבן אין זיך אזויפיל תוכן, און מ'צאלט געלט פאר די אלע פיעטשארס, ממש א שאד זיי נישט צו נוצן. צי ווייסט איר למשל וואס מיינט די פאלגענדע:

- פאוקאס (אוטא און מענועל)
- ווייט בעלענס
- ISO (נידריג אדער הויך)
- שאטער ספיד אדער שאטער לעג
- אפטיקעל און דיזשיטעל זאם,
- אימעדזש סטעבילייזער
- סטיטש אסיסט - (פאראנאמא)
- עקספאושער (אנדער און אווער)
- אלע סארטן פלעש, ווען יא און ווען נישט?
- סין מאודס (פארשידענע סצענעס קומען פראגראמירט)
- מעקראו מאוד

א.א.וו. צי ווייסט איר למשל אז ס'איז נישט כדאי אריינצודרוקן דעם גאנצן שאטער באטן ווען איר נעמט א בילד, נאר קודם דרוקן האלב דערפון, עס קומט ארויף אדער א גרינע באקסעלע אדער אן אנדערע צייכן, און דאן טוט עס "לאקן" (צושפארן) דעם פאוקאס און עקספושער פאר די בעסטע רעזולטאטן, און ערשט דערנאך דרוקט איר אריין גענצליך?

מיין שאלה איז דא צום עולם: איז איינער אינטערעסירט דערין? איז דא איימיצער וואס קען דאס, אדער וויל וויסן? אדער רעד איך בעיקר צום דופן?




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-25/3/2007 06:26 לינק ישיר 

שכוייח שמעק פארן אויפברענגען דעם נוצבארן אינפארמאציע צום אויבערפלאך. ווען למעשה האב איך שוין לאנג געטראכט פון אזא ענליכע איינפאל צו אויפקלערן דעם עולם וויאזוי צו נוצן א קאמערע וואס ממש ממש רוב רוב האבן נישט קיין מינדעסטע השגה דערינען, אפילו אזא סימפל זאך וויאזוי צו זאאמען ווען נענטער און ווען ווייטער, ווען גרעסער און קלענער, וכדומה ווייסן זיי נישט וויאזוי זיך צו באגיין ארויסצונעמען די מאקסימום.

אויך וואלט איך געוואלט איינער זאל גוט ארויסברענגען די הויפט מעלה פון CANON איבער אנדערע און די סיבה פארוואס זי הייסט די טאפ אויף די מארקעט.

_________________




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-25/3/2007 08:03 לינק ישיר 

די מעלה פין CANON איז זיי מאכען נישט קיין איין שלעכטען מאדעל אין זייער גאנצען פראדוקט ליין, דאס מיינט אז איר ברויכט בלויז אריין גיין אין געשעפט מיט א בודזשעט אין זיך אויסקלייבען א מאדעל.

די קאלירען פין די CANON קאנסומער מאדלען זענען ממש צו באווינדערן ווי ענדלעך זיי זענען צום לעבעדיגען קאליר.
פארשטייט זיך דאס אלעס איז נאר גיט אז איר דעוועלאפט די בילדער ביי די ריכטיגע געשעפט.....
אויף די אינטערנעט רעקאמענד איך שטארק שאטערפליי אדער קאדעק גאלערי
לאקאל אימעל איך מיינע בילדער צו Sunrise Photo, איך האב פראבירט כמעט אלע געשעפטען אין זיי שטייגען אלע איבער מיט די קוואלעטי, זיי האבען געשעפטען אין ווילי, ב"פ, מאנסי אין מאנרו.

אגב איז CANON ארויסגעקימען מיט אפאר נייע מאדלען
כאפט א בליק http://www.usa.canon.com/consumer/controller?act=ProductCatIndexAct&fcategoryid=113

דערווייל רעקאמענד איך נישט די נייע מאדלען פאר די וואס ווילען דאס ניצען בעיקר INDOOR ווייל קיין איינס קומט נישט מיט די IS סטאביליזעשאן, אויף דערווייל ווארט איך אויף די פראפעשינאל REVIEWS, עס קען זיין זיי האבען ארויסגענימען די IS צוליב די פארהעכרטע ISO וואס מיינט אז מען אנשטעלען דעם קאמערא צו זיין מען סענסעטיוו צו ליכטיקייט, אבער דאס אלעס איז נאר גיט אויב דאס אפעקט נישט די קוואלעטי פינעם בילד.



תוקן על ידי איןבעיה ב- 25/03/2007 8:19:13




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-1/4/2007 19:18 לינק ישיר 

גראדע אין די ISO הינזיכט איז CANON אביסל צוריקגעשטאנען. העכער 800 ISO, און אסאך מאל אפילו ביי 400 ISO, ווערן די בילדער זייער NOISY, אדער GRAINY ווי אנדערע רופן דאס. און זייערע פילטערס בלאקן דאס נישט אזוי גוט ווי אנדערע. למשל FUJI מאכט א בעסערע דזשאב אין דעם. ווער רעדט נאך פון 1600 אדער העכער.

ממש א שאד אז זיי האבן אפגעלאזט די IS.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-1/4/2007 20:29 לינק ישיר 

שמעק איך האב דיר אנגעפרעגט עפעס (נישט דא) בנוגע קאמערעס און דערווייל נאכנישט ערהאלטן קיין ענטפער.
ביטע לאז דיך הערן ווען דו האסט א טשענס. אדאנק.




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-6/4/2007 23:29 לינק ישיר 

און וואס זאגען די מבינים אויף די A710 IS
אדער די נייע A570 IS

לוינט זיך צו פארקוקען די נייע טשיפ Digic 3 פאר 6X zoom

שמעק, כל כבוד די וועסט מחיה זיין דעם עולם דא.




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > חדשות אנש אין בילדער > ווייסט איינער פון א גיטן DIGITAL CAMERA ?
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
לדף הקודם 1 2 3 4 5 סך הכל 5 דפים.

bholext
2009 © כל הזכויות שמורות לבחדרי חרדים. קטגוריית אקטואליה וחדשות: עשרות פורומים הכוללים חדשות נעייס, מה קורה בחצרות חסידים, חדשות מחסידויות שונות בארץ ובעולם, דיונים בנושאי אקטואליה, פוליטיקה, בטחון ועוד.