פרישע ווידיא אין ראדני
תלמידי וחסידי סאטמאר זענען אויפגעברויזט ביז גאר ווען מען האט מחזיר געווען עטרה ליושנה און צוריק אריינגעלייגט די טמא'נע ווידיא אין ראדני שול מקום שהתפללו רבינו זי"ע און האט בדם לבבו מוחה געווען אויף די טמאנע כלי. אנגעהויבן האט זיך עס פאגאנגענעם שמחת תורה ווען ר' זלמן האט באפוילן אז ער גייט נישט טאנצען נאר טאמער מען אינסטאלט ווידיא און שול, שמואל וואלדמאן האט עס אינסטאלט און האט אויפגעהאלטן א גוי גאנץ יום טוב אפצוכאפן די הקפות, ערענסטע אידן האבן דן געווען לכף זכות אז דאס דארף מען האבן אז די ארונים זאלן נישט איבערדרייען, און ווי עס האט זיך ארויסגעשטעלט איז זיי עס טאקע צוניץ געקומען. פאר אפאר וואכן צוריק ווען ראזענוואסער האט געגעבן זיין פסק האט מען עס מיטאמאל אראפגענומען ( די שטאנק איז געבליבען אבער די קאקער פון אינעווייניג נישט) אויס מורא אז די ארונים וועלן דאס צונעמן, פאר ווער עס ווייסט איז די לענס גאר א טייערע לענס. אלענספאל פארגאגענעם פרייטאג האבן זיי פריש אריינגעלייגט דעם קאקער, אדרבה גלייבט מיר נישט קומט און קוקט און האלט פאר יעדן זאלי היתכן אז עס איז דא ווידיא אין א מקום קדוש, יעצט איז נישטא די תירוץ אז די ארונים וועלן אריינקומען, וואס איז יעצט די תירוץ???? ווי זענען די מוחים? איז די איסור פון ווידיא אויך שוין עקספייערט? קען זלמן לייב מער נישט איינשפארן זין טאטען און פירן טיש נאר מיט ווידיא?? דארף מען טאקע נישט מוחה זיין ווייל עס ווערט נישט געטון אין קרית יואל? ווי זענען די וואס פארשטייען די דרך און שיטה פון רבינו הק' זי"ע? עס איז באמת נישט צו פארשטיין.
 |
|
|