| נשלח ב-14/3/2006 16:08 |
|
| |
געהויבענע פירום בחצרות סאטמאר
מרן רבינו שליטא בביהמד ראדני ליפא געבעטן צו מאכן ברכות אבער,, ז"ל געליינט-עולם איז געווען זייער שוואך.. בביהמד המפואר געווען זייער דערהויבן ביי מגילה אין ביים טיש.. בקר"י-אב"ד אנטווערפן געליינט די מגילה
|
|
|
|
| נשלח ב-15/3/2006 07:57 |
|
| |
יעצט גענדיגט בקר"י א טיש פון קרוב צו זעקס שעה
|
|
|
|
| נשלח ב-15/3/2006 19:38 |
|
| |
נעכטן נאכט בין איך געווען ביי די סעודה ביי מיין... אהיים פארנדיג קיין בארא פארק זאג איך פאר מיין אידענע, אז איך וויל אריין קיין האפער סטריט פאר אפאר מינוט ווייל איך האב געהערט אז דער אנטווערפענער רב גייט דארט פירן טיש, ס'איז געווען בערך א קוואדער צו ניין, ווען איך שטעל אפ מיין קאר און גיי אריין אין בית המדרש המפואר, רבותי, איך האב דארט געזעהן א מחזה הוד, דער אנטטוערפענער רב שליט"א האט דאן געהאלטן אינמיטן זאגן תורה, ער האט איבערגעזאגט א הושענא רבא דרשה פון רבינו זי"ע, דער אנטווערפענער רב שליט"א האט געשריגן מיט קולות וברקים מיט בכיות נוראת, הושענא למענך אלוקינו השענא, און דער ציבור וואס האט געציילט אין די שיינע הונדערטער, האב מיט געשריגן הושענא..., ער האט אנגעוואונטשן מיט געוואלדיגע בכיות, און נאך יעדע ברכת הקודש, האט דער עולם געשריגן אמן... מיט מורא'דיגע התרגשות און דערנאך האט דער עולם אנגעהויבן צו טאנצן מיט אזא התלהבות אז מי שלא ראה שמחה זו לא ראה שמחה בימיו, איך בין געווארן צו גענאגעלט צו מיין פלאץ, אינגאנצן פארגעסן אז אין די קאר ווארט אויף מיר מיין בני בית, איך בין פשוט געווארן מיט געכאפט מיטן עולם.
אויף איינמאל הייבט אן מיין סעל-פאן צו ווייבערעטן, און מיין אידענע זאגט אז ס'איז שוין איבער א האלבע שעה וואס איך בין אריין אויף אפאר מינוט, האב איך מיך ענטשולדיגט, און געזאגט אז פליעז גיי אריין אין די ווייבער שוהל וועסטו זעהן פארוואס איך בין נאך דא, וואס זאל איך אייך זאגן, א קוואדער צו עלעף קאל איך מיין ווייב אויב זי וויל שוין אהיים קומען, זאגט זי אז ניין, און זי וויל בלייבן ביז צום ענדע, ס'איז געווען א מורא'דיגער שיינער התלהבות'דיגער טיש, דער רב איז געזעצן אויף א סטעיטש, מימינו איז געזעצן אחיו הרה"צ רבי חיים הערש טייטעלבוים שליט"א אב"ד סיגוט, ומשמאלו חתנו הרה"צ רבי יואל גלאנץ שליט"א, דער רב שליט"א האט יעדע פאר מינוט געזאגט תורה, און בין גברא לגברא האט דער עולם התלהבות'דיג געזינגען באגלייט מיט מוזיק, ביי די טישן לענגאויס פון בית המדרש זענען געזעצן בערך 250-300 אידן און אויף די ברענטשעס לענגאויס דעם בית המדרש אויף ביידע זייטן, זענען געווען אפאר הונדערט בחורי חמד מיט יונגעלייט, אויסער וואס במשך די צוויי אהאלב שעה וואס איך בין דארט געווען האבן זיך דארט כסדר געטוישט א ציבור פון נאך הונדערטער אידן,
בקיצור, מיט דעם טיש איז מיר פארעטפערט געווארן די קשיא פארוואס די אנשי דלא מעלי האבן זיך גענומען אויף די ביינער פון דעם אנטווערפענער רב שליט"א, יעצט איז דאס פארענטפערט געווארן, דער אנטווערפענער רב איז א פה מפיק מרגליות, זיין תורה איז מתובל מיט חסידות, דרש, אנגעזאפט מיט יראת שמים, און דארט זיצט א עולם מסלתה ומשמנה פון אנ"ש, אידן וואס האבן רוהיג געקענט זיין זיין זיידע, זיצן דארט, און שעפן קדושה וטהרה, זיי זיצן דארט כעבד קמי מארי, מיט א ערנסקייט, און דאס איז שוין אביסל צו פיל פאר די צושאסענע זאלונים אראפ צו שלינגען.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-15/3/2006 20:10 |
|
| |
וויפיל אזייגער איז די טיש און ק"י היינט?????
|
|
|
|
| נשלח ב-15/3/2006 20:23 |
|
| |
דער געהויבענער שושן פורים טיש וואס איז באקאנט אין סאטמאר פין די שענסטע טישן וועט זיין בקר"י בשעה 5:30
|
|
|
|
| נשלח ב-16/3/2006 18:29 |
|
| |
איבערגעבן א באריכט פונעם גאנצן פורים איז ממש אוממעגליך, בפרט ווען מ'דארף נאך אריינכאפן די ארבעט וואס מ'האט פארפעלט אינצווישן, אזויפיל קען מען יא זאגן אז פורים איז אלעמאל א צייט ווען ס'איז נכנס יין יצא "סוד", און עס ווערן צעווישט אלע מחיצות, וואו יעדער קען זען "ראו מה בין בנו הגדול לבנו יקירו"...
דער געהויבענער פורים וואס איז אפגעראכטן געווארן אין סאטמאר האט ארומגענומען יעדן סאטמארן חסיד באשר הוא, סיי אין וויליאמסבורג וואו מיר האבן געהאט די זכי' צו פארזוכן דעם טעם פון א מגילה ליינען מיט דעם געוואלדיגן התרגשות און התלהבות וואס מ'זעט נאר ביי אונזער גרויסן מנהיג שליט"א, סיי ביי די פורים טישן וואו די תורות און דער אטמאספער האבן איבערגעלאזט א רושם בל ימחה אויפן גאנצן ציבור.
פאר די אידן אין וויליאמסבורג איז דער יו"ט געווען ספעציעל אויסערגעווענליך, ממש אין די בחינה פון "קימו וקבלו", ווען נאך עטליכע "טרוקענע" הונגער יארן וואס מ'האט נישט געקענט הערן קיין אידיש ווארט במשך דעם גאנצן פורים, איז מען מיטאמאל אויפגעריכט געווארן, צוערשט מיט די זכי' צו מיטהאלטן דעם ערשטן מאל וואס עס מיינט א פורים טיש אין קרית יואל, און הערן פערזענליך די אויסטערליש הערליכע תורות וואס מ'קען הערן פון רב שליט"א פורים, און ביז היינט האט עס געדארפט זיין איש מפי איש, אפגערעדט פון דעם קאך און גערויש ביי די ווארעמע ניגונים, און דעם עקסטאז און אמת'ע שמחה של מצוה וואס האט געהערשט בשעת די געהויבענע טענץ [א מערקווירדיגן פונקט האט מען געקענט זען, אז פארקערט ווי געווענליך, וואס שוואכער מ'האט געהערט די מוזיק, אלס שטארקער האט דער עולם געזינגען און געטאנצן ! וואס צייגט אויף א אינערליכע אמת'ע שמחה].
און אלס די "קריעם" אויף די "קעיק" האט מען אונז נאך צוגעגעבן אזא שיינעם משתה היין טיש דורך הגה"צ אבדק"ק סאטמאר אנטווערפן שליט"א, וואס איך האב גראדע יא געוואלט בעסער באשרייבן וויבאלד עס איז די סאמע ערשטע מאל וואס חסידי סאטמאר האבן געהאט די זכי' צו זען דעם "כל שהוא ובנו ובן בנו"... [אויפאמאל, ווי תוס' פארלאנגט...], און איבער 200 אידן האבן געהאט די זכי' מיטצוהאלטן, אבער איך זע אז יענקעלע האט מיר שוין אביסל אויסגעכאפט, וועל איך נאר צולייגן די נקודה וואס איז מיר געווען די מערסטע אינטערעסאנט, אז ער איז אריינגעקומען ארום אכט אזייגער, און דאן זיך געזעצט טרינקען נאך עטליכע כוסות, שפעטער האט ער עס פארענטפערט מיט א ווארט פון עמיצן פון די פריערדיגע [?] אז טרינקען שושן פורים איז נאך סאך העכער ווי טרינקען פורים אליינ'ס...
און ווער קען שילדערן די געוואלדיגע הרגשים און בכיות נוראות ביים אויסרעכענען די אלע זאכן אויף וואס מ'דארף געהאלפן ווערן, איה שוקל ואיה סופר וואס האט זיך דאן אפגעטאן אין ביהמ"ד.
אזויפיל האט עס אויפגעטון אז עס זענען געפארן אסאך ווייניגער וויליאמסבורגער אידן קיין קרית יואל שושן פורים ווי ביז היינט... אבער ס'איז געווען אין די בחינה פון "ולא נודע כי באו אל קרבנה", אין ביהמ"ד אין קרית יואל האט זיך עס בכלל נישט אנגעזען...
דאס מערסטע האב איך פערזעליך הנאה געהאט פונעם שושן פורים טיש, ווי שטארק דער עולם האט הנאה אז מ'האט נישט דערמאנט קיין איין ווארט די אנדערע זייט, אויסער אלטער משה גאלדבערגער מיט זיין האטליין וואס מ'האט אביסל דערמאנט [זיין ביטול פון די התאחדות הרבנים...].
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-16/3/2006 18:50 |
|
| |
דער פריערדיגער איז הקדוש דער "עטרת צבי"
|
|
|
|
| נשלח ב-16/3/2006 22:58 |
|
| |
יישר כח יענקעלע פאר דיין שיין תגובה בנוגע פורים ביינאכט מיט הגה"צ אב"ד אנטווערפן שליט"א.
ביסט אנגעקומען א מינוט צו שפעט, נישט אז דו האסט געשפעטיקט, נאר פארן רב האט געגראמט א יונגערמאן פון קרית יואל(?) אויפן ניגון פון: א-לי א-לי למה, למה עזבתנו, מורא'דיג התרגשות'דיג.
איך געדענק נישט אלעס, איך בין געווען גוט גוט מבוסם, אבער דער רב האט אראפגעלייגט א פורים ביינאכט אזוינס וואס איך האב נאך קיינמאל נישט געהאט, מיט אזעלכע בכיות אויף צרות ישראל.
לאמיר האפן אז גאנץ כלל ישראל האט גע'פויעלט אלעס גוטס.
|
|
|
|
| נשלח ב-17/3/2006 02:24 |
|
| |
אומדירעקט, ווען איך דערמאן זיך אין די חדוה דקדושה וואס איך האב געהאט דעם פורים באקום איך די "טשילס", איך בין נאך קיינמאל פורים נישט געווען ביי קיין טיש, מען איז דאך פארנומען מיט די בני בית און איך בין פשוט נישט אנגעקומען צו קיין טיש, און יעצט ווען איך בין אזוי נישט וועלענדיג "אריינגעפאלן" צום טיש פון אנטווערפענער רב שליט"א, האט דאס מיר פארשאפט א געוואלדיגן עונג רוחני, די אינערליכע געפילן, דער ניצוץ היהודי האט זיך ערוועקט, איך בין בטבע א קאלטער מענטש, ווי מען זאגט, א צוריק געצויגענער מענטש, און דא האט מיך דער שטרוים מיט געכאפט, איך האב געלאזט טרערן, געטאנצט מיט אזא התלהבות אז ס'האט מיך אליין איבעראשט.
וראו, מה בין בני לבן חמי, מיר חסידי ותלמידי רבינו שליט"א וואס זענען אדוק צו בנו הגדול גאב"ד קרית יואל שליט"א, אונזער עונג איז פשוט, נאך א תורה, נאך א דרש, נאך א פשט, א שיין ווארט, א טיפן געדאנק, א מילתא דחסידות, א שיינעם ווארעמען טאנץ, א התלהבות דקדושה, דאס האבן מיר געזען די ערשטע נאכט אין הופפער סטריט, ביי כ"ק הגאב"ד שליט"א, אנגעהויבן מיט די קריאת המגילה און דערנאך דער שולחן הטהור, און דערנאך מיטל נאכט אין הופפער סטריט ביין שולחן הטהור מיט הגה"צ אנטווערפענער רב שליט"א, און שושן פורים מיט כ"ק הגאב"ד שליט"א אין קרית יואל, כולם שווין לטובה, פיל מיט הדרכה לתורה חסידות ויראת שמים.
ווידער ביי (ר') זלמן לייב, זענען זיי אזוי גליקלעך פון די זיסע שיינע דזשאקס וואס מען האט געזאגט, און חוזק געמאכט פון רבי אהרן שליט"א, און די קעלבלעך מיטן מרה דאסרע בראש האבן זיך געקאטשעט פאר געלעכטער, א באנדע פויערן אן קיין שום רגש קדושה, אן קיין שום תורה, ליידיגע שטריקעס, און זיי שעמען זיך גארנישט זיך אויף צוטון מיט דעם, דאס מאכט מיך אויסשרייען פון טיפן הארצן, "אשרינו מה טוב חלקינו ומה נעים גורלינו ומה יפה ירושתינו", מיר דארפן אלע זאגן ערליך, מודה אני לפניך ה' אלקי ששמת חלקי מיושבי בית המדרש ולא שמת חלקי מיושבי קרנות, שאנו משכימים והם משכימים - אנו משכימים לדברי תורה והם משכימים לדברים בטלים, אנו עמלים והם עמלים - אנו עמלים ומקבלים שכר והם עמלים ואינם מקבלים שכר, אנו רצים והם רצים - אנו רצים לחיי העולם הבא והם רצים לבאר שחת"...
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-17/3/2006 02:40 |
|
| |
איך הער ווי אז ר' זלמן לייב זאגט אויפן רב אז
רבינו סר מן הדרך
ער זאגט תורה שושן פירם ביים טיש דער שטריק ונועם הערץ ובעל שקל שלם דהלכות שהחינו ע"י יהללוך בעצם ליל ניטול יחד עם השור שנגח ער איז דער ריכטיגער ממשיך פין רבינו זי"ע ווייל ער האט יעטץ באוויזן נאך א קונץ אז עס איז געווען דרייט טעג יו"ט אין ער האט זיך קיין איינמאל נישט גע'ענפט די מויל מיט א דבר תורה!!!
תוקן על ידי - kj_village - 17/03/2006 2:39:52
תוקן על ידי - כל_העולם - 19/03/2006 21:44:37
|
|
|
|
| נשלח ב-19/3/2006 04:03 |
|
| |
איך ווייס נישט פארוואס קיינער האט נאכנישט געשריבן וואס די גאנצע גאס רעדט אז ביי די מגילה ליינען פורים אינדערפרי איז געווען אין ראדני נישט מער ווי 25 טליתים! אזוי ווייט אז מאיז געקומען צולויפן פון אנדערע פלעצער אליינס מיטצוהאלטן די היסטארישע ליידיקייט אין ראדני פורים צופרי! ביינאכט איז געווען ארום 160 מענטשן.
|
|
|
|
| נשלח ב-19/3/2006 21:07 |
|
| |
וואס גייט דא פאר ? ראנדי איז מבני בניו של המן?
|
|
|
|
| נשלח ב-20/3/2006 16:29 |
|
| |
אז מען קוקט גיט איז נישטא מער ווי 60 מענטשען נעביך אהרונים אבי עטס זאגטס אז ראדני איז ליידיג.....
|
|
|
|
|
| נשלח ב-20/3/2006 17:44 |
|
| |
וואס זאגט מען צו מאנסי??
תענית אסתר ביי מגילה איז געווען
אין ביהמ"ד חמדת ישראל 70 שטריימלעך ווי הרב חיים יושע האט געליינט אין די זעלבע צייט אין ביהמ"ד התאחדות אברכים דקיט"ל איז געווען 75 שטריימלעך אין הרב יעקב ווייס האט געליינט....
קאמענטארן זענען איבריג!!!
|
|
|
|
| נשלח ב-20/3/2006 17:45 |
|
| |
I made a quick count I got 90
|
|
|
|
|