סים, האסט אויסגעטראפן אמעריקע. דו ווייסט נישט אז שושן פורים פירט זלמן לייב זיין גרעסטע טיש?
אופס, סארי, כ'האב געמאכט א טעות. שושן פורים פירט זלמן לייב נישט טיש און ער זאגט נישט קיין תורה.
וואס יא?
שושן פורים קומט פאר א פלעי אין ראדני, שיצא מוניטין שלו בעולם אלס א הערליכע שיינע פלעי, און הונדערטער "וויליאמסבורגער" קומען מיטהאלטן די פלעי.
אין די זעלבע צייט קומען זיך צוזאם צענדליגער טויזנטער אידן פון איבער גאנץ ניו יארק מיטצוהאלטן דעם געהויבענעם טיש אין קרית יואל וואו דער עולם זיצט צוקוועטשט און צודריקט פאר לאנגע לאנגע שעות און מען הערט ווי קרית יואל'ער רב זאגט איינמאל תורה, און נאכאמאל תורה, און נאכאמאל תורה, און נאכאמאל תורה, און נאכאמאל תורה, און נאכאמאל תורה. ערשט נאכדעם קומט עפעס אן אפגעריסענע שפיל משום מנהג ישראל תורה, וואס אפאר אפגעריסענע קרית יואלע כניאקעס פירן דורך.
|
|