דער שקרן פעשי פארקויפט אויף ח.ש.ס. אז עפעס איז פארגעגאנגען אין ב"ב פורים, איך ווייס אז וואס ער פארציילט איז זיכער שקר, אבער עס איז אינטערסאנט צו וויסן וואס איז יא געווען, דע ב?ב גולשים זענן מכובד צו פארציילן.
אט איז וואס ער פארציילט
פאליציי ערקלערט ווער איז בעל הבית און סאטמאר בני ברק
נעכטן איז און בני ברק אינערהאלב "שיכון קרית יואל" געווען צהלה ושמחה, ווען די "אהרונים" האבן זיך געמוזט בייגן צום כח המרא דאתרא פון הגה"צ מהר"א כ"ץ שליט"א, און האבן געקענט פארזעצן א "פלעי" און ביהמ"ד הגדול, נאר נאך ווען זיי האבן זיך מתחייב געווען פאר די פאליציי פירשאפט אז זיי גייען נישט מסית זיין קעגן רבנים וגדולי תורה.*:NAMESPACE PREFIX = O />
אנגעהויבן האט זיך עס פאר א יאר צוריק, ווען די אהרונים האבן באשלאסן צו מאכן א "פלעי" און בית המדרש מוצאי פורים, מיט א סטעטש מיט קאלירטע לייט'ס, מאכענדיג פורים פון רבנים גדולי תורה ובתוכם הגאון הצדיק מסאטמאר שליט"א.
פאר א יאר האט דער רב שליט"א מהר"א כ"ץ געלאזט מעלדן די באנדע יחזקאל ראצער, יצחק בראך, הערשל האלצער, אז ער לאזט לאזט זיי גארנישט טאן און ביהמ"ד, נאר אז מ'וועט אכטונג געבן אויפ'ן כבוד פון רבנים, און דאס אז חיים הערש מייזליש וועט זיין אנוועזענד איז עם נישט גענונג צו זיין רואיג אז עס איז קאנטארלירט, נאר ער וועט פערזענליך אראפקומען זיין אנוועזענד.
למעשה האט איז דער רב שליט"א פאר א יאר געוועזן אנוועזענד, אבער מ'האט נישט איינגעהאלטן זיין ווארט איבער נוהג כבוד זיין ברבנים גדולי תורה.
היי יאר האט זיי דער רב שליט"א געלאזט מעלדן אז ער פארבאט צו מאכן די "פלעי", ער האט געלאזט רופן יצחק בראך און עם איבערגעגעבן זיין חוות דעת האיתנה, זאגענדיג אז עס איז גורם צו קלות ראש נורא, ווען מ'הערט די ווייבער לאכן בקולם פון "עזרת נשים" ווי ער האט אללין געהערט א יאר צוריק, און צווייטן די "פלעי" אויף א גוי'אישן סטייל איז א חילול בית הכנסת, און דריטנס אז מ'איז מבזה און מ'איז מסית גדולי התורה.
דער רב שליט"א האט צוגעלייגט אז מיט 18 – 20 יאר צוריק איז פארגעקומען צווי יאר א "פלעי" מוצאי פורים און ביהמ"ד (דאן האט מען נישט פורים געמאכט פון רבנים מיט אטאקעס וכדו') און אזוי ווי עס איז ליידער געשעהן דאן אן אומגליק, ווען האברך ר' יחיאל קליין ז"ל בן להבחל"ח הרה"ח ר' ברוך שליט"א איז קראנק געווארן מיט די עכטע מחלה, און איז דערנאך נפטר געווארן, האט מען דאן מבטל געווען די פלעי'ס, און איצט וויל ער עס נישט אנהויבן נאכאמאל בשפו"א.
בכלל פירט חיים הערש מייזליש זיין מסיבת פורים יערליך, ביי זיך און ישיבה, און אויב וויל ער נעמען דאס אחריות אויף זיך זאל ער עס מאכן בישיבתו, נישט און ביהמ"ד הגדול וועלכע איז תחת סמכותו פונעם רב שליט"א.
די אהרונים האבן כדרכם נישט געוואלט פאלגן דעם רב שליט"א, און האבן נעכטן צופרי אנגעברענגט די "סטעטשעס" און האבן אנגעהויבן צו אראנזשירן די "פלעי".
אבער 6:30 פארנאכט האט זיי געווארטא "סופרייז" "גארד'ס זענען געשטאנען ביי די טירן און האבן נישט אריינגעלאזט קיין נפש און ביהמ"ד.
די אהרונים זענען געקומען צו לויפן צו די גארד'ס זאגענדיג אז משה חיים ווייס איז דער אייגנטימער, אבער די גארד'ס האבן זיי געזאגט אונז ווייסן מיר גארנישט מיר האבן פאפירן אז ר' מענדל וואלערשטיין איז דער איינגטימער, און אז דער רב שליט"א לאזט נישט מאכן קיין פלעי.
אזוי ווי זיי האבן גארנישט געקענט טאן האבן אויפגעבראכן צווי פענסטערס פון די אונטערשטע זייט פונעם ביהמ"ד, און אזוי ווי עס איז געווען ווייניג גארד'ס זענען א טייל איינגעבראכן און ביהמד.
די "אהרונים"האבן גערופן די פאליציי זאל אוועקשיקן די גארד'ס, משה חיים ווייס האט זיי גע'טענה'עטאז ער איז שוין דרייסיג יאר מנהל, און ער איז בעל הבית, די פאליציי האט עם געזאגט אז ער איז נישט אנערקענט כלל וכלל, און ער ערשיינט נישט און קיים שום לעגאלע פאפיר.
די פאליציי האט געמאלדן די גארד'ס אז זיי קענען בלייבן על מכונם ועל משמרתם, און האבן געמאלדן אז זיי גייען אריבער צום רב שליט"א און וואס ער וועט זאגן כדת מה לעשות וועלן זיי טאן.
די פאליציי איז אריבער צום רב שליט"א וועלכער האט זיי מסביר געווען דעם פראבלעם, און האט זיי געמאלדן אז ער איז מסכים צו אז עס זאל בלויז היי יאר פארגעזעצט ווערן די "פלעי" נאר מיט א תנאי אז זיי וועלן זיך אונטערנעמען אז זיי וועלן נישט מסית זיין קעגן רבנים.
די פאליציי איז אריבער מיט הרה"ג ר' יודא כ"ץ שליט"א זון פון רב שליט"א און ביהמ"ד,און האבן און לעקטער שטיבל אריינגערופן יחזקאל ראטער, און האבן עם געשטעלט אן "אולטימאטום", איינס פון די צווי אדער ער איז זיך מתחייב צו די תנאים פון רב שליט"א, אדער פארמאכט מען דאס ביהמ"ד.
ראטער נישט האבענדיג קיין ברירה האט זיך מתחייב געווען פאר די פאליציי צו איינהאלטן די תנאים.
ראטער מיט בראך האבן קודן פרובירט צו סטראשען ר' יודא כ"ץ זאגענדיג פאר עם בקול חמה וזעף, דיי טאטע גייט ווערן דא אויס רב, יצחק ראזענבערג האט מיר געבעטן איבערגעבן אז שוין היינט נאכט וועט מען מכתיר זיין א נייען רב דאהי.
אבער ר' יודא כ"ץ האט זיי געזאגט א רב סטראשעט מען נישט און מיר האבן גאנץ ווייניג מורא פון אייך.