כא, כא, כא, באטרא איז מסביר באריכות, אין חא"ס, וויאזוי זיי האבן געווינען די לעצטע געראנגל אין בני ברק, ער מאטערט זיך זייער שטארק צו איבערצייגן דעם עולם אז זיי האבן יא געווינען, טראץ דעם וואס די פאליציי האט פארטריבן די גארדס און געווארנט דעם רב ר' אלי' כ"ץ, אז נאך איינמאל ער וועט אנדרייען אזעלעכע שטיקלעך קען ער ווערן ארעסטירט. דאס בית המדרש איז געווען געפאקט, און דער אלעד'ער רב שליט"א, האט געפירט די זאך, דער פלעי איז געשפילט געווארן על אפם וחמתם פון די מחרחרי ריב, בשעת ר' אלי' איז נעבעך געזעצן אינדערהיים מיט א מנין דערביטערטע יונגלעך אבל וחפי ראש,
באטרא, YOU ARE A BUNTCH OF LOSER'S.........
נשלח ב-15/3/2006 17:57
SORRY, איך האב נישט באמערקט אז איין סאטמאר האט שוין געפענט א אשכול איבער די דאזיגע טעמע, מנהלים איר קענט דאס צוזאמען שמעלצן.
נשלח ב-15/3/2006 18:07
איך האב פריער געהאט אנגעגרייט אן אשכול די מעשה ווי אזוי איך האב געהערט פון איינעם און ב"ב איך האב נישט געהאט צייט צו עפענען די אשכול און ס'איז שוין די אן אשכול לייג איך עס דא
ב"ב פאליציי משה חיים ווייס איז בעה"ב
נעכטן איז און בני ברק פאר די אהרוינים געווען זייער א פרייליכער פורים, נאכדעם וואס די זאליס האבן געוואלט שטערן די יערליכער "פלעי" און ביהמ"ד הגדול,
די מעשה איז געווען אזוי
נעכטן נאכט 6:30 האט מענדל וואלערשטיין געדונגען גארד'ס און זיי געשטעלט ביי די טירן און האבן נישט אריינגעלאזט קיין מענטש און ביהמ"ד
ווייל די זאליס האבן געוואלט שטערן די פלעי כרגיל אז די זאליס ווילן שטערן יעדע ארוינישע זאך
אבער ר' משה חיים ווייס האט גערופען די פאליציי און די פאליציי האבן פארטריבן די גארד'ס און זיי געזאגט אז ר' משה חיים ווייס איז דער בעה"ב,
און די פלעי איז פארגעקומען מיט אזא שמחה שוין יארן נישט געווען אזוי און די זאליס זענען געווען אזוי זייער פארווייטאגט
נשלח ב-15/3/2006 18:34
דער ליגענער יוסף90 שרייבט דארט אז די פאליציי האט געזאגט אז די ארוינים מעגן נישט חוזק מאכן פון די זאליס
צום סוף שרייבט ער אז די ארוינים האבן געשאלטן און זיי האבן חוזק געמאכט פון די זאליס
האבן זיי יא געמעגט אדער נישט????????
נשלח ב-16/3/2006 05:06
דער שוטה יוסף90 מיינט אז ער וועט שרייבן מיט נאך ניקס די פאלטשע מעשה וועט מען עם גלייבן וויל איך עם זאגן אז די וועלט איז נישט אזאליכע נארנים ווי די מיינסט
דאס שרייבט ער
פעשי
נעבעך! משה חיים ווייס דער "פולמאכטיגער" לאנגיעריגער מנהל האט געמוזט בעטן דעם ציבור זיך צו שלאגן מיט די "פאר" אפגעפרעגטע זאליס, וואס האט ער אזוי מורא פון אזא "קליינע" צאל מענטשן. עס איז געווען זיס צו זדעהן ווי יחזקאל ראטער זאגט איבער די מעסעדזשעס סטראשונגען פון איצי ראזענבערג, אבער לשווא, ס'האט עם גארנישט געהאלפן.
נעכטן אינמיטן נאכט 3:00 אזייגער האט דער טעראריסט און שמוציגער יונגערמאן XXXX פון די הויפט שלעגער פון ר' חיים הערש מייזליש געמאכט "פאני קאלס" פאר הרה"ח ר' מענדל וואלערשטיין שליט"א מנהל המוסדות דירושלים און פון די מנהלים הכללים פון אלע סאטמארער פארמעגענס און בני ברק. דער שוטה האט נעבעך פארגעסן צו קאלן אויף אן אופן אז מ'זאל זאל נישט זיין נומבער, און אויף סעלך איז ארויפגעקומען דעם נומער
3:57 נשלח ב 16/3/2006
באטרא
געוואלדיג איז געווען אז די פאליציי האט אנגענומען דעם רב'ס (מהר"א כ"ץ) מיינונג אז ליצנות מאכן פון רבנים גייט אריין און גדר פון פאארלעצונג פון די "הסתה" געזעץ
אוי איך לאך נאך איצט ווי די פאליציי האט געזאגט פאר משה חיים ווייס אז דער רב זאגט אז דאס ווואס די ביסט מנהל פון די מוסדות דרייסיג יאר און די צאלסט "ארנונה טעקס מאכט דיך נאכנישט בעל הבית אויפ'ן ביהמ"ד מיט די פארמעגענס.
נאכן הערענדיג אזעלעכע ווערטער פון די פאליציי, איז נישט קיין וואונדער וואס משה חיים האט גערעדט אוי, ר' דוד מאיר טאהלער מיט ר' מענדל וואלערשטיין (וואס איך מיין אז לעת עתה זענען זיי נישט קיין רבנים).
תוקן על ידי - כל_העולם - 17/03/2006 18:50:03
נשלח ב-16/3/2006 07:02
איין זאך וואס מנובל בן יוסף (א קיצור פון צוויי פון זיינע נעמען בןמנובלאב און יוסף90) זאגט ענק נישט איז, אז ס'איז נישטא נאך א פלאץ אין די וועלט וואו די אהרונים זענען אזוי שטארק ווי אין בני ברק.
ווען מען קומט אריין אין שיכון סאטמאר בני ברק אטעמט מען אהרוניזם, מען לעבט אהרוניזם, מען עסט אהרוניזם, מען שלאפט אהרוניזם. מען זעט נישט קיין זאלי פאר די אויגן, ווייל אויב איינער איז יא א זאלי מאכט ער א שטרענגען סוד דערפון, פשוט ווייל עס איז דא אזוי ווייניג זאליס דארט אז ס'איז א בושה צו זיין א זאלי.
עס איז אזא בושה צו זיין א זאלי אז די איינציגסטע וואס שטעלן זיך ארויס אלץ זאליס זענען אפאר פאלנע משוגעים, נישט נארמאלע מענטשן און קראנקע פעדאפיילס וואס זענען שוין געווען מיט אנדערטהאלבן פיס אין חד גדיא, און זייערע בילדער זענען געווען אויסגעשמירט אין די ציוניסטישע פרעסע.
און די וואס קוקן זיך צו פון די זייט און זעען וואספארא סארט מענטשן די זאליס זענען באשליסן דאן צו שטיין ווייט פון זיי און צו ווערן אהרונים.
אבער הרוצה לשקר ירחק עדותו, וועגן דעם פארציילט אונז מנובל בן יוסף מעשיות פון בני ברק, ווייל מיר זענען דאך אלע דא און מיר זענען נישט אזוי באקאנט וואס ס'טוט זיך דארט.
פארוואס איז ער אזוי פארנומען מיט בני ברק? ווייל ער וויל אונז זאל מיר זיין פארנומען מיט בני ברק און דעריבער נישט רעדן פון ירושלים, וואו די אהרונים האבן זיך אויפגעבויט א פעסטע קהלה און וואקסן אין בליען, אויף א פארנעם וואס מען זעט נישט אין ערגעץ.
די אהרונים אין ירושלים האבן א מעכטיגן אפאראט זיך צו בויען ביי די יונגע יונגעלייטלעך. מען שטעלט פאר זיי צו שיעורים און חברים און מען ווארימט זיי אן צו אידישקייט מיט די תורה'ס פון רבי'ן און פון רב. מען זעט ממש יעדע וואך וויאזוי נאך א יונגערמאן לאזט איבער די זאלונים און ווערט אן אהרוני, ווייל די יונגעלייט זוכן ווארימקייט, נישט פראסטקייט.
מנובל בן יוסף האט אבער זייער מורא אז מען וועט רעדן דערפון, וועגן דעם פארפירט ער אונז קיין בני ברק, וואו עס איז דאך קיין שום שאלה נישט אז די אהרונים זענען 125 פראצענט בעל הבית, כדי אונז זאל מיר נישט רעדן פון זיינע צרות אין ירושלים.
נשלח ב-17/3/2006 18:32
יוסף90 טוישט מעשה און ח א ס.
ער שרייבט אזוי
באטרא
פון בני ברק קומט איצט א באריכט אז די געמיטער איז זייער אנגעצויגן.
און די אהרונים פלאנען צו בלאקירן דעם ביהמ"ד און נישט אריינלאזן געוויסע אידן דאוווענען.
אזוי שרייבט יוסף90 און ח.א.ס איך האב עס געדארפט אסאך צוניזירן
אהרונים און בני ברק באגייען זעלבסטמארד
באטרא
אהרונים אין בני ברק געפערליך צושפילט ביזן טויט
פרייטאג
די אהרונים פון בני ברק זענען די וואך שבת געווען צושפילט עד לב השמים, א גאנצן פרייטאג זענען זיי געווען בייז אויף יעדן אנגעשריגן און נאכגעשריגן יעדן איינעם וואס גייט נישט בתלמם.
דער שונד בלאט "קול התאחדתינו" האט אריינגעדרוקט 2 מחאות מיט קללות קעגן מרא דאתרא הגאון הגדול רבי אלי' כ"ץ שליט"א, און האבן עם באטיטולט מיט'ן תואר "מחרחר ריב", וועלכער האט געוואלט פארמאכן א ביהמ"ד ווי די קאמאניסטן.
די מחאות זענען געווען אונטערגעשריבן די "פורים" קהלה פון בערל פרידמאן מיט זכרי' ברוינער מיט מושקה שעהער, און מיט א סימבאל פון "מרכז" מוסדות בני ברק.
ליל שבת
שבת ביינאכט פאר "כגוונא" האט איינער פון די טערארריסטן אנגעהון "חסדי ד'" צוזאמען מיט נאך 20 יונגעלייט.
נאכן דאווענען האבן די טערארריסטן אנגעהויבן זינגען "וכל קרני רשעים אגדע, אבער די מערהייט פונעם ציבור איז אריבער – ווי יעדע וואך – גוט שבת פאר'ן רב שליט"א. איינער פון אונזער יונגעלייט האט זיך ארויפגעשטעלט אויפ'ן "ארון קודש" אין זיך גענומען פאטשן שרייענדיג פאר די אהרונים, העכער! העכער!
דערנאך האבן די באנדע טעראריסטן באגלייט דעם מרא דאתרא שליט"א צוזאמען הרבני הנגיד ר' דוד מאיר טאהלער שליט"א זינגענדיג דעם ניגון "וכל קרני רשעים", און האבן באגלייט דעם רב שליט"א ביזן האטעל מיט זינגען ניגון.
עלטערע יונגעלייט תלמידי חכמים האבן זיי געבעטן זיי זאל אפשטעלן זייערע אומווערדיגע אקציעס וועלכע מאכט זיי אייגענע שאדאנס, אבער זיי האבן נישט אויסגעהערט די תוכחת מוסר פון אייגענע מענטשן, און ממשיך געווען און מבזה זיין דעם מרא דאתרא שליט"א בבזיון מחפיר.
שבת צופרי מיט סעודה שלישית האט דער מרא דאתרא שליט"א געדאווענט בבית מדרשו פון אביו גאב"ד ריסקעווא זצ"ל, אבער דער ציבור אנ"ש האט געדאווענט נארמאל צופרי און ביהמ"ד און אלעס איז אנגעגאנגען כרגיל.
ביי סעודה שלישית נאכן דאווענען האבן די באנדע טעראריסטן ווידער באגלייט הרבני הנגיד ר' דוד מאיר טאהלער שליט"א מיט "וכל קרני רשעים", און ער איז זיי געשטאנען און געלאכט פנים,
תוקן על ידי - שפיטצער06 - 19/03/2006 7:33:30
נשלח ב-19/3/2006 07:38
נאך פון יוסף90
פון צווייטן זייט איז געווען קולות פון יונגעלייט "ר' אהרן טייטלבוים שר"י", ממש ווי אין די גוטע צייטן ביי הרב החסיד זיכה ומזכה את הרבים, רב הפעלים, כביר המעש ר' יוסף וואלדמאן שליט"א פון קרית יואל אדער נעבן צעהלים'ער ביהמ"ד און וויליאמסבורג.
מ'דארף געדענקען דעם גרויסן "חטא" פונעם מרא דאתרא שליט"א, וועלכער האט ערקלערט זיין "דעת תורה" קעגן מאכן דעם "פלעי" און ביהמ"ד הגדול אויף א גוי'אישן אויפן , אויסגעשטעלט ווי א טעאטער מיט קאלירטע לייט'ס, מאכענדיג ליצנות פון רבנים ותלמידי חכמים, און האט זיי געשטעלט די צווי תנאים פאר'ן געבן רשות צו מאכן דעם "פלעי".
די באנדיטן די טעראריסטן אנגעפירט דורךXXXX האבן אנגעפיפן דעם מרא דאתרא שליט"א וועלכער האט געטאן כדת של תורה מעמיד זיין דת ישראל וקדושתה על תילה, און איצט וויינען זיי אז ער איז א מחרחר ריב, און דער ר' חיים הערש מייזליש דער דעעש'ער בנן של קדושים איז געווען נוכח ביי דעם "פלעי" און איצט שטעלט ער אוועק א פנים אז ער ווייסט נישט פון וואס מ'רעדט, אזוי ווי זיין פעטער ר'אהרן טייטלבוים וועלכער ווייסט קיינמאל נישט פון וואס מ'רעדט נישט ביי יוסל וואלדמאן און נישט ביי די הליכה לערכאות.
די פאליציי האט ערקלערט מוצאי פורים אז די גארד'ס זענען געברענגט געווארן געזעצליך, און די גארד'ס זענען אוועק נאר נאך ווען יחזקאל ראטער האט זיך מתחייב געווען פאר פאליציי אז ער וועט נישט מאכן קיין "הסתה" קעגן רבנים.
דער סך הכל פונעם שבת:
1) די אהרונים מיט'ן מאכן דעם "פלעי" זענען צושפילט און צורודערט עד לב השמים.
2) זיי האבן פארלוירן קאנטראל אויפ'ן ביהמ"ד, ואיש כל הישר בעיניו יעשה קעגן זייער רצון, אריינגערעכענט ברענגען גארד'ס.
3) און בני ברק ווי ר' אהרן טייטלבוים טענה'עט אז דארט איז ער פולקאם בעל הבית שלאגט מען זיך היינט צו טאג ערגער ווי אין ראדני פאר 3 יאר.
די פאליציי האט דאך זיי אוועק געשיקט פון די פלעי נאר ווייל מען גייט נישט מאכן קיין גענאר פון די רב דארט ווייל ער איז דאך בעה"ב
און דא ווארפט מען ארויס די רב עכט נישט ביי א פלעי און די גארדס קומען נישט צוריק ווי זענען זיי??????????????????
און נאך וואס איך פארשטיי נישט אויב רוב צוביר איז געגאנגען זאגן גיט שבת געהעריג פאר וואס קומט ער מער נישט דאווענען???????
נשלח ב-19/3/2006 18:29
לויט די קללות פון באטרא אין חא"ס זעט אויס אז חיסורי מיחסרי והכי קתני....
דער סך הכל פונעם שבת:
1) די אהרונים מיט'ן מאכן דעם "פלעי" זענען די וואס האבן צושפילט און צורודערט די זאלונים עד לב השמים.
2) זיי די זאלונים האבן פארלוירן קאנטראל אויפ'ן ביהמ"ד, ואיש כל הישר בעיניו יעשה קעגן זייער רצון, אריינגערעכענט ברענגען פאליציי אוועק צו שיקן זייערע גארד'ס.
3) און בני ברק ווי ר' אהרן טייטלבוים טענה'עט אז דארט איז ער פולקאם בעל הבית שלאגט מען זיך היינט צו טאג מיט די זאלונים ערגער ווי אין ראדני פאר 3 יאר. און זיי פליען פון דארט ווי די הינט...
5) זיי האבן געוויזן פאר די וועלט אז און בני ברק איז נישט רבי' אהרן טייטלבוים שליט"א אליין דער שליט נאר ער מיט ר' משה חיים ווייס שליט"א זענען בעל הבית ביחד
די פלעי איז פארגעקומען ווי געהעריג, טראצדעם וואס די זאלונים האבן געברענגט גארדס
מען האט חוזק געמאכט פון ר' זלמן לייב, טראצדעם וואס מען האט צוגעזאגט אז מען וועט נישט עובר זיין אויף הסתה
מען האט באזינגען די זאלונים אין די גאסן, טראצדעם וואס די אהרונים זענען נישט מער ווי 5 פראצענט פון די סאטמארע אידן אין בני ברק
הרב כ"ץ איז מיט גרויס בושות געצווינגען געווען צו דאווענען ערגעץ אנדערש, טראצדעם וואס די שוהל באלאנגט פאר אים
אבער די זאלונים האבן געווינען...
פעלט עפעס פונעם פאזל וואס איך ווייס נישט?
תוקן על ידי - כל_העולם - 19/03/2006 22:08:52
נשלח ב-19/3/2006 21:55
אכן נודע הדבר
יעדער ווייסט דאך, אז איך וויל חלילה נישט עובר זיין אויף גילוי, איך בין דאך אלץ זייער נזהר אין איינהאלטן די תקנות, אבער טראכטן הויעך איז דאך נישט בניגוד התקנות, על כן טראכט איך אז... באטרא איז (געווען) מרת דייטש ע"ה (ר' סענדער דייטש'ס אלמנה), יוסף90 איז (געווען) ר' זלמן בינער ע"ה, ווייל זייט די צוויי זענען נפטר געווארן, הערט מען נישט אין חא"ס פון באטרא אדער יוסף90, כאטש עס איז דא אזויפיל נייעס אין בני ברק, און זיי האבן דאך ווייטער געווינען כדרכם... ת.נ.צ.ב.ה.