|
|
| נשלח ב-19/3/2006 21:57 |
|
| |
יענקעלע11
יעצט אין קורצען דער שבת אין בני ברק.
פאר כגוונא האט דער ציבור מיט גרויס עקסטאז אנגעהובויען צי זינגען "חסדי ה'" דאנקענדיג דעם רבוש"ע אויף די גרויסע חסדים וואס ער האט געטאן אין ציונישט געמאכט די פלענער פון די רשעים, דער גאנצער ציבור האט מיט העכערע געפילען געלויבט און געדאנקעט דעם רבוש"ע.
נאכן דאווענען האט זיך דער ציבור ארום געשטעלט ארום דעם תימן'נער טאלער וואס ער איז דער גרעסטער מחרר ריב, און מען האט אנגעהויבען צי זינגען תימן'נע ליסטיגע ניגונים לכבוד זיין אבות אבותינו הקדושים...
ער האט אנגעהויבען צי שפאצירען צו ר' אלי' כ"ץ אין ער האט זיך געשטעלט לעבן אים, אזוי אויך האבן זיך געשטעלט לעבן אים זיינע צוויי גבאים, דער קווינס תלמיד יואל ערענטאל, און יואל יאזעף וואס ביידע האבן זייער שיינע הדרת פנים, מיט הערליכע שיינע געשניטענע בערד, א יופי פון א בערדעל, דער עולם האט אנגעהויבען צי זינגען וכל קרני רשעים אגדע מיטען העכסטען טאן, און זיי ארויסבאגלייט אינאיינעם ארויס פון שיל, ווי זיי זענען געלאפען ווי די אויגן טראגען זיי.
צופרי איז טאלער נישט געקומען דאווענען צוזאמען מיט ר' אלי' כ"ץ זיי האבן זיך געזעצט שבעה אינאיינעם, ביי שלש סעודות איז דער תימן'ער טאלער צוריק געקומען, מען האט אים ווידער ארויסבאגלייט מיט בזיונות עצומות, און אים באזינגען לפי כבודו.
היינט זענען זיי מער נישט צוריקגעקומען אין שול, און דער עולם האט אפגעאטמט, און איז פיל מיט פרייד אז מען איז פטור געווארן ווי די שלענג.
מיכעלע שלעזינגער האט היינט אנגעריפען הרב כהן פון די געוועזענע הנהלה פון בני ברק, אין ער האט אים געזאגט אז די רב רז"ל הייסט אז מען זאל נעמען שוין 10 אינגעלייט אין צוריק גיין מיט טאלער און הרב כ"ץ אין שול, הרב כהן האט אים געזאגט אין קען דיר נישט העלפען איך האב נישט קיין 5 מענטשען וואס זענען גרייט עס צו טאן, מיכל האט אים געוארענט אז טאמער ער וועט עס נישט טאן וועט ער אליין אריבער פליען און עס טאן...
תוקן על ידי - כל_העולם - 19/03/2006 22:12:40
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-19/3/2006 22:10 |
|
| |
די זאלונים זענען שרעקליך צושפילט און צופידלט נאך די מעכטיגע דורכפאל וואס זיי האבן געליטן אין בני ברק. דער תימנ'ער טאהלער האט היינט געזאגט פאר דעם "יוגנט פריינט" דאווידאוויטש און היימליך מיט די ארויסגעשטעקטע ציין אז ער וועט ווייזן פאר די אהרונים וואס ער קען.
טאהלער האט אויסגעזאגט פאר זיין חבר דאווידאוויטש, אז דאס ברענגען די גארדס איז געווען די מעכטיגע באמבע פון וואס משה פריעדמאן רעדט שוין פאר אפאר וואכן. מען האט זיך נאר מיאוס פאררעכנט מיט צוויי זאכן.
ערשטנס, פאר קיינעם איז נישט איינגעפאלן אז משה חיים ווייס וועט גיין צו די פאליציי און אויפווייזן אז ער איז בעל הבית, און די פאליציי וועט אוועקשיקן די גארדס.
צווייטנס, די זאליס האבן זיך געכאפט אז הרב כ"ץ מיט זיינע קינדער, מיט טאהלער, מיט דאווידאוויטש און מיט היימליך באטרעפן נישט קיין גאנצן מנין, און אויב ווארפן די זאלונים ארויס אלע אהרונים פון שוהל בלייבן זיי מיט א גרויסן ליידיגן בנין אן קיין מתפללים.
דערווייל איז שוין דריי תפלות וואס הרב כ"ץ טרעט מער נישט אריין אין שוהל. ער האט ענדליך איינגעזען אז זיין רבנות איז נישט מער ווי א טיטול אן א מיטל, און ער קען גארנישט טאן אן די רשות פון די לעגאלע בעלי בתים פונעם שיכון.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-19/3/2006 23:09 |
|
| |
די נאראנים האבן זיך אריינגעלייגט אין א קראנקן בעטל. זיי האבן זיך גענומען צו בני ברק, א שטאט וואו זיי זענען זיכערע פארלירער, און זיי זענען טאקע ארויסגעגאנגען גרויסע פארלירער.
ווען זיי וואלטן געהאט נאר אביסעלע שכל, אביסעלע שכל...
|
|
|
|
| נשלח ב-21/3/2006 16:59 |
|
| |
איך בין נישט געווען דא פאר 3 וואכן און היינט קום איך אן צום ערשטן מאל זע איך וויאזוי די זאליס ובראשם יוסעלע90 איז נעבעך צושפילט אויף טויזענט. איך זאג אייך איך קען נישט אזויפיהל לאכן וועגן בויך ווייטאג.
דא האט איר קלארע און אמת'ע פאקטן פון בני ברק, די גאנצע הלוך ילך וואס עס איז פארגעקומען אין די פארגאנגענע טעג. (איך בין מקדים פאראויס אז איך שרייב דאס נאר פאר ווער עס וויל וויסן די אמת, און איך וועל נישט ענטפערן אויף קיין שקרים איבער די נושא)
ומעשה שהי' כך הי':*:namespace prefix = o />
הכנה לפורים
צוויי וואכן פאר פורים האט שוין די גאנצע קהילה אין ב"ב געוואוסט פון די בשורה טובה אז אויך היי יאהר וועט אפגעראכטן ווערן די גרויסארטיגע "משתה היין" און "פורים שפיל" אין ביהמ"ד הגדול ויואל משה אין שיכון קרית יואל, פונקט אזויווי פאר אַ יאהר ווען עס איז געפראוועט געווארן דער יו"ט פורים מיט גרויס שמחה און פראכט, מיטן באטייליגונג פון די גאנצע קהילה ובראשם דער רב הקהילה רבי אלי' כ"ץ שליט"א דער ראש הישיבה רבי חיים צבי מייזליש שליט"א און הרב הגאון רבי חיים שלום קליין שליט"א.
ווי פארשטענדליך קענען די געציילטע פארביטערטע זאליס אין ב"ב נישט אראפשלינגען אזא שיינעם מעמד, וואו זיי קענען זיך נעבעך נישט באטייליגן (יעדער מיט זיין ביטערן פעקל..), דעריבער האבן זיי באשלאסן אז היי יאהר גייען זיי דאס צושטערן, דער תימנ'ער טאלער האט גלייך זיך פארבינדן מיטן לאנגן משה (בן פראדל) און איהם ארויסגעברענגט די חורבן פון די מעמד פורים וואס איז פאר אַ יאהר געווען אַ טויט-קלאפ פאר די זאליס, און היי יאהר וועט דאס נאך מער אפטהון ווען זיי קענען זיך נאכנישט צו זיך קומען פונעם גרויסן נידערלאגע ווען די הנהלת המוסדות האט באקומען די פערמיט צו בויען אויפן לעצטן ליידיגן שטח אין שיכון קרית יואל.
דער לאנגער משה האט גלייך איינגעשפאנט פערד און וואגן און געקאלט צו הרב אלי' כ"ץ אז ער זאל צושטערן דעם מעמד אום פורים, ער האט איהם נעבעך פארפלאנטערט מיט לעכערליכע אויסריידן מיט וועלכע איסורים צו פארמיידן דעם מעמד, (אזאלעכע תנאים וואס מען האט דאס איהם נאכגעגעבן, אבער דער לאנגער משה האט נישט נאכגעלאזט).
מפני כבודו וויל איך נישט דא ארויסשרייבן איבער די פרטים און דין ודברים פון הרב אלי' שליט"א, ווער עס ווייסט דאס פארשטייט פונקטליך פארוואס...
יום הפורים
פורים ביינאכט האבן די זאליס זיך ארומגעדרייט אין ב"ב און זיך געשוואוירן אז יהי' מה שיהי' די כינוס פון פורים גייט בכל מחיר נישט פארקומען אין ביהמ"ד הגדול אין שיכון, דערביי האבן זיך די שליחים געשושקעט אז עס איז גרייט אַ פארטיגן פלאן דערויף.
די ציבור האט אבער זיך נישט פארגעשטעלט וואספארא אומגלויבליכע מיטלען זיי וועלן נוצן אויסצופיהרן די רצון פון זייערע שלעכטע משלחים, און בו בזמן ווען די בני הקהילה זענען געזעצן פורים נאכמיטאג איש ובני ביתו און געפראוועט די סעודת פורים בשמחה וטוב לבב, האבן די ביטערע פערשוינען באשטעלט אַ גאנצע מחנה פון גארד'ס ארומצונעמען די בית המדרש הגדול און פארשליסן די אלע טירן מיט דיקע שלעסער און קייטן, אין יוצא ואין בא רח"ל.
אויף ווער עס זאל מיטקומען מיט די גארד'ס האט זיך געטהון א גאנצע עפאכע, דער תימנ'ער טאלער האט געטענה'ט אז עס פאסט נישט ער זאל מיטקומען מיט זיי ווייל ער איז דאך דער "הרבני הנגיד", ער האט אבער געזארגט אז דער פרישער מגולח יואל'י עהרנטאל זאל מיט זיי קומען, אבער פורים מיטאג האט ער זיך אפגעזאגט ווייל מ'האט אים פון שטוב נישט צוגעלאזט, גענוג וויפל די שוועסטער ליידט שוין וועגן די נארישע מעשים פון איהר מאן (אהרן הערש היימליך),
וירא כי אין איש האט דער לאנגער משה אויפגעהויבן אַ טעלעפאן צו חיים מרדכי יאזשעף (זיין פעקל איז ווייל ער איז אלס בחור פארשיקט געווארן פון ישיבה...וד"ל) און ער האט איהם געצווינגען צו קומען ווייזן פאר די גארד'ס וואו די ביהמ"ד איז, דער שלימזל איז נעבעך געקומען און אזויווי אפאר אינגלעך האבן איהם באמערקט האט ער אפגיאגט און געלאזט די גארד'ס אליין אויף די וואסער.
מוצאי פורים
אַ שאקירונג האט באנומען דעם ציבור ווען זיי האבן אנגעהויבן צו קומען ביינאכט אין ביהמ"ד צו לערנען, דאווענען מעריב און דערנאך מיטהאלטן די פייערליכע כינוס הקהילה, ווען פאר זייערע אויגן האט זיך ענטפלעקט אַ שוידערליכן בילד, פרייע בלוט-דארשטיגע בריונים שטייען ארום די שערי ביהמ"ד און זענען מטיל אימה אויפן ציבור נישט לאזנדיג אריינגיין, די זעלביגע בארבארישע בילד האט זיך אפגעטהון פון אונטער'ן ביהמ"ד ביים אריינגאנג צום עזרת נשים וואו עס האבן זיך פארזאמלט הונדערטער פרויען און מיידלעך צו מיטהאלטן דעם גרויסארטיגן כינוס נאה, און צו זייער שאק זענען זיי פארטריבן געווארן מיט גסות און אכזריות ה"י דורך די פרייע רוצחים.
אידן פון פרעמדע קרייזן וועלכע זענען שוין צענדליגע יארן קובע תורתם ותפילתם אינעם סאטמארער ביהמ"ד, זענען געבליבן שטיין געפלעפט נישט קענענדיג גלייבן וואס זיי זעהן מיט די אייגענע אויגן, אז נישט מער און נישט ווייניגער די סאטמארער ביהמ"ד איז אפגעשפארט דורך ציונים גסים ושפלים, און דאס איז נישט אין די צייטן פון די קאמעניסטן גרועים שבאומות.
עלטערע אידן און בעה"ב מנכבדי הקהילה וועלכע האבן זיך בייגעשטייערט מיט מסירות נפש פאר'ן אויפבוי פונעם ביהמ"ד, זענען געשטאנען און צוגעקוקט מיט אנגסט דאס אומגלויבליכע אז אַ מחנה פון גארד'ס האלטן זיי אפ מיט בראטאלישקייט אריינצוגיין אין זייער בית המדרש, און דאס איז נאך אויפן באפעל פון אידן וועלכע פאררופן זיך אלס די סאטמארער חסידים.
עס איז נישט דא גענוג בייזע ווערטער ארויסצוברענגען די חילול שם שמים וואס איז פארשאפן געווארן פון דעם מחזה מחריד איום ונורא, די בזיון איז נאך געשטיגן פיהל-פאכיג ווען די גארד'ס אליין האבן זיך געטראפן אין אַ פאסטקע צוזעהנדיג אז מ'האט זיי פשוט אוועקגעשטעלט פארטרייבן מענטשן פון די אייגענע ביהמ"ד, און זיי האבן פראבירט צו רופן די יעניגע וואס האבן זיי באשטעלט אבער יענע שרייען אז זיי קענען יעצט נישט קומען אבער זיי זאלן זיך נישט לאזן נאר אפהאלטן די אריינגאנג בכל חומר.
אינצווישן האבן די ציבור אנגעהויבן צו שטראמען אין די מאסן און דער געטרייער עסקן הר"ר הערשל האלצער הי"ו האט איינגעהאלטן דעם ציבור פארשפרעכנדיג אז ביז געציילטע מינוטן ווערן די גארד'ס פארשיקט, אזוי אויך האט ער שטרענג אנגעזאגט דעם הויפט פון די גארד'ס אז ער זאל וויסן אז ער שפילט זיך מיטן געזעץ און ער זאל זיך נישט וואגן צו הייבן אן האנט אויף קיינעם דער הויפט האט צוגעשטימט,
די ציבור האט פארשטאנען דעם וואונק... און האבן אויפגעבראכן די שלעסער און ארויפמארשירט אין ביהמ"ד, אינצווישן האט דער הויפט באקומען שארפע טעלעפאנען פון די זאליס פארוואס זיי לאזן אריין די אנשי שלומינו, און יענער האט גענטפערט אז ער זעהט אז דא איז נישט קיין שטח הפקר דא איז דא אַ בעה"ב און ער האט גערופן די פאליציי.
אזויווי די פאליציי איז אנגעקומען האט ר' הערשל האלצער זיי צוגעפיהרט צום שטוב פונעם מנהל המוסדות ר' משה חיים ווייס הי"ו און דארט האט זיי דער מנהל געוויזן אלע נויטיגע דאקומענטן אז ער איז דער ריכטיגער מנהל המוסדות און ער האט די בעלות אויפן שיכון קרית יואל, די פאליציי האט פארשטאנען די גאנצע עסק און ביז געציילטע מינוטן איז מקויים געווארן עוצו עצה ותופר דברו דבר ולא יקום, די פאליציי זענען אריבער געקומען אין ביהמ"ד און פארטריבן די גארד'ס בבושת פנים צוזאמען מיט זייערע לעכערליכע פאפירן אז מענדל וואלערשטיין (פון ירושלים) איז דער מנהל המוסדות.
אינצווישן ביז די גארד'ס זענען אוועק האט נאך דער לאנגער משה איבערגעדרייט וועלטן און געהייסן פאר הרב כ"ץ אז ער מוז מעלדן פאר די פאליציי אז אויב וועלן די הנהלת המוסדות קומען אונערחתמענען אפאר תנאים מיט איהם, וועט הערשן אַ רואיהגקייט אין ביהמ"ד, ער האט טאקע מיטגעשיקט איינע פון זיינע בענאקעס (ל"ע) יודעלע כץ אז ער זאל גיין באפעלן משה'ס באשלוס, ווי פארשטענדליך האבן די חברי הנהלה נישט נאכגעקומען דעם לעכערליכן פארלאנג און געזאגט פאר די פאליציי אז די וועג צו רואיהגקייט איז נאר דורך פארשיקן די גארד'ס, ווייל דא איז נישטא קיינער צווישן די הונדערטער מענטשן וואס זענען עפעס קעגן דעם מעמד, אזוי האבן זיי טאקע געטהון, פארשיקט יודעלע כץ און די אלע גארד'ס און אוועק געפארן.
עס איז איבעריג צו שילדערן די שמחת פורים וואס האט זיך אויסגעגאסן אויפן ציבור ווען עס איז צושטאנד געקומען ונהפוך הוא אשר ישלטו היהודים המה בשונאיהם, און די לאנג-געפלאנטע אקציע וואס די פארביטערטע מחרחרי ריב האבן אויספלאנירט טעג און וואכן איז געגאנגען לטמיון און איז צוגאנגען געווארן אין מינוטן ווי אַ זייפן בלאז, עס איז צונישט געווארן ווען די שערי ביהמ"ד זענען געפנט געווארן לרווחה.
משתה היין
מיט אַ קול רינה וצהלה האט די ריזן ציבור אריינגעשטראמט אין ביהמ"ד הגדול און אנגעפיהלט דעם חלל הביהמ"ד וועלכע איז געווען אויסגעשורה'ט מיט לאנגע רייעס פון טישן און בענק, עס זענען באזעצט געווארן דורך די בעה"ב נכבדים און אונטער זיי די אברכים חשובים איש על מחנהו ועל דגלו, לענגאויס די זייטן פונעם ביהמ"ד האבן זיך געצויגן הויך שטאקיגע פארענטשעס וועלכע זענען אנגעפיהלט געווארן דורך די בחורי חמד תלמידי הישיבה, און אויפן אויבנ-אן האט זיך געצויגן אַ בימת הכבוד באשיינט דורך רבני ופני הקהילה מרביצי תורה און רמ"י הישיבה שליט"א.
די ציבור האט אנגעהויבן צו זינגען און צו טאנצן מיט גרויס שמחה וצהלה, די עקסטאז איז געשטיגן ווען עס האבן זיך באוויזן אויפן אויבנ-אן די געטרייע חברי הנהלת המוסדות ובראשם דער באגאבטער מנהל המוסדות הרה"ח ר' משה חיים ווייס שליט"א, די קהל הקודש האבן זיך אריננגעלאזט אין געהויבענע טענץ באגלייט מיט מוזיק, זינגענדיג חסדי ה' כי לא תמנו, וכל קרני רשעים אגדע א.א.וו.
דאן האט דער מנהל הרה"ח ר' משה חיים הי"ו גענומען די מייק אין די הענט און געלאזט הערן פאר'ן ציבור מ'זאל זיך האלטן שטארק ה' עמנו, מ'זעהט דאס אויף טריט און שריט ווי מ'ווערט באגלייט מיט אן השגחה פרטית, און די גאנצע אקציע איז נאר אויף אויסצוגעבן די ביטערניש נאכ'ן ליידן אזעלעכע נידערלאגעס מיט נישט קענען צושטערן צו באקומען פון די שטאט די ערלויבעניש צו קענען בויען אין שיכון, דעריבער דארפ'ן מיר זיך האלטן ווייטער פעלזן פעסט באילנא דחיי פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א און בנו הגדול כ"ק מרן גאב"ד קרית יואל שליט"א וואס בצילם אנו חיים, און כהיום הזה ווען מ'איז ששים ושמחים זאל מען שטענדיג זוכה זיין אז לא ינוח שבט הרשע און די עלעמענטן זאלן אונז לאזן לעבן און אנגיין מיטן עבודת הקודש לרומם קרן הקהילה..
עס איז געווען אַ ערהארבן בילד און מחזה הוד צו זעהן דעם שיינער ציבור בני הקהילה טאנצן אינאיינעם יונג און אלט און פארברענגען כאיש אחד בלב אחד, ווען אין די לופט שפירט זיך אַ היימישע און פרייליכע אטמאספארע, און אַ באטעמטע כאר פון יונגעלייט מיט בחורים באגלייט בתופים ובמחולות זענען מנעים בקול שירה וזמר.
ביים ענדע פונעם מעמד איז פארגעשטעלט געווארן אַ הערליכע און תוכנ'פולע "פורים שפיל" ווי בחורי חמד מיט אינגעלייט האבן אפגעשפילט אַ סיפור פון אַ בלוט בלבול און יצירה פונעם "פראגער גולם" וועלכער איז ווי באקאנט באשאפן געווארן דורכ'ן הייליגן מהר"ל צו ראטעווען די אידן פון טרויעריג-בארימטע עלילות דם פון די גלחים שונאי ישראל.
די שפיל האט זיך געצויגן איבער צוויי שטונדעס ווען די ציבור איז די גאנצע צייט געזעצן ווי צוגענאגלט צו די ערטער צוקוקנדיג די קונצליכע און ערנסטע אויסגעהארבעטע שפיל וועלכע האט ווי אריינגעשלעפט די צוקוקער'ס אין די מעשה אליין.
עס איז שוין געווען שפעט אין די נאכט ווען די עולם האט זיך צושפרייט פיהל מיט סיפוק וחדות הנפש נאכ'ן מיטהאלטן אזא שיינע און סוקסעס'פולע מעמד וואו עס האט זיך ארויסגעוויזן אז לא ירעו ולא ישחיתו בכל הר קדשי און שום רוחות שבעולם וועט נישט צושטערן דאס וואוילזיין און אחדות פון די קהילה נאה ומעטירה.
תוקן על ידי - jhhoruyr - 21/03/2006 17:11:12
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-21/3/2006 17:04 |
|
| |
שבת קודש\
בעפאר שב"ק האט די צענטראלע קהל יטב לב פון אמעריקא ואתם עמם הנהלת הקהילות פון בארא-פארק, קרית יואל, און לאנדאן געשיקט אַ שארפן מכתב מחאה אויפן חילול ה' פון די פארביטערטע לייט, די מחאה איז אויפגעהאנגען געווארן אין ביהמ"ד צום פרייד פונעם ציבור שפירנדיג אז מ'האט אַ שטארקן רוקן ביין, אזוי אויך האט די ארטיגע הנהלת המוסדות פארענטפליכט אַ שארפע קול מחאה קעגן די זינדיגע מענטשן וואס זיכן יומם ולילה צו שטערן די מנוחה און רואיהגקייט פון די קהילה בשליחותו פונעם הויכן רשע בן פראדל (באקאנטער פארלירער).
פרייטאג צונאכט'ס האט געהערשט אין ביהמ"ד אַ יו"ט'דיגן שטימונג, די ציבור איז געווען לוסטיג און פרייליך אז מ'איז דורכגעגאנגען אזא געלונגענע יו"ט פורים טראץ די שווערע באמיהונגען פון בן פראדל און זיין אגענט (בן ... ) טאלער פון תימן, אזויווי טאלער האט זיך באוויזן אויף די טרעפן פונעם ביהמ"ד האט מען איהם מקבל פנים געווען מיט א געזאנג באגלייטנדיג ביזן טיהר פון ביהמ"ד.*:namespace prefix = o />
פאר כגוונא האבן די גאנצע ביהמ"ד אויסגעבראכן אין אַ געזאנג אויף חסדי ה', די ציבור האט געפאטשט און געזונגען בעלי בתים און אינגעלייט איבערן גאנצן ביהמ"ד, לויבנדיג השי"ת וואס האט ווידער געוויזן אז כל כלי יוצר עליך לא יוצלח, והעברת פי ה' וחילול שמו היא לא תצלח...
נאכ'ן דאווענען האט זיך די ציבור אלס מחאה ארומגענומען ארום דעם תימנ'ער טאלער און איהם באזונגען מיט וכל קרני רשעים אגדע, דער טאלער דאך אַ תימנ'ער עקשן האט געוואלט ווייזן אז ער פייפט זיך אן אויפן גאנצן ציבור, און אנשטאט ארויסלויפן פון ביהמ"ד בעצייטנ'ס האט ער אנגעהויבן צוגיין אין ריכטונג פון הרב כ"ץ ביי מזרח וואנט, און די גאנצער ציבור (נאכאמאל: יא דער גאנצער ציבור) וואס האט געציילט אפאר הונדערט אידן בליעה"ר בעלי בתים און אברכים זענען זיך צוזאמגעלאפן ארום דעם טאלער און אויסגעדרוקט אַ קול מחאה בקול אדיר וחזק אויף זיינע מעשים תעתועים און מחלוקת וואס ער פראבירט צו אנזייען קעגן די קהילה און קעגן די מוסדות הק', מ'האט איהם באזונגען און באזידלט אז וואס אנדערע זענען געשטראפט געווארן פארן חרוב מאכן קהילות זאל מיט איהם אויך געשעהן.
די ביטערליכע גאוה פון נישט נאכגעבן (אזויווי בן פראדל) האט איהם נעבעך ארויפגעפיהרט אויפן ארון הקודש נעבן הרב כ"ץ וואו ער האט געוואלט לאכן פאר'ן עולם, בליץ שנעל האט מען אבער אנגעהויבן איינע פון די תימנ'ע ניגונים און מ'האט בארירט זיין ביטערן פינטל און גלייך האט ער בלייסערהייט אפגעטראגן, און מ'האט איהם ארויסבאגלייט ביז אינדערויסן, ופני המן חפו.
פרייטאג צונאכ'טס האבן די פארביטערטע זאליס נישט געקענט עסן די סעודת שבת און זענען ארומגעלאפן ווי פארסמ'טע מייז וואס טהוט מען קעגן די שטערבליכע בזיונות וואס די אהרונים האבן אנגעמאכט פאר הרבני הנגיד, זיי האבן זיך נעבעך געוואלט צונויף נעמען אינאיינעם אבער דאס איז זיי אויך נישט געלונגען (גיי בויע מיט אזאלעכע פארביטערטע אַ חסידות ווען טייל פון זיי האבן זיך אויסגעדריקט ענק האבן אונז שוין גענוג זיך געלאזט איינרעדן אויף נצחונות וועלכע זענען איבערגעדרייט געווארן צו פארשעמטע נידערלאגעס, ווי צום ביישפיל: די פערמיט צו בויען גייט נישט זיין – עס איז דא, די שפיל פורים גייט נישט זיין – עס איז געווען, און נאך וויאזוי...).
נאך לאנגע באראטונגען האבן זיי באשלאסן אנצוזאגן פאר הרב כ"ץ שליט"א אז ער טאר נישט מער קומען דאווענען שבת אין ביהמ"ד נישט אינדערפרי און נישט ביי שלש-סעודות, הלמאי די ציבור האט זיך דערוואגט צו פארשעמען טאלער אויף אזא שרעקליכן אופן, און נאך דערצו זאל נישט קיינער קיינער פון די נאנט צו דריי הונדערט מתפללים נישט אויפשטעלן מוחה זיין, ופשע על פשע הושברנו אז אויך ווען מ'האט פייערליך געזנגען חסדי ה' איז אין פוצה פה ומצפצף.
שבת צופרי איז אריבער שטיל, דער תימנ'ער צדיק האט זיך נישט באוויזן, ניין, נישט וועגן חרטה אדער צדקות, נאר ווייל ווי יעדן טאג איז ער מקפיד נישט צו דאווענען פאר חצות היום, אינדערוואכן צו שבת און דאס איז נאך געזאגט גאנץ פרי, דערפאר דאוונט ער אין אַ ביהמ"ד וואו מ'פאנגט אן די שפעטסטע און מ'ענדיגט די פריסטע (ער מעג דאך עפעס שלאפן אויך נאך אזא באגלייטן פרייטאג צונאכט'ס).
מוצאי שבת ביי שלש-סעודות איז דער שווארצער טאלער ווידער געקומען אין ביהמ"ד און געזעצן ווי אַ מצורע בדד ישב מחוץ למחנה מושבו, איין שוואגער'ל זיינע אברהמ'עלע יוזשעף (מגולח זקן ומגדל בלורית) האט זיך אויף איהם מרחם געווען און זיך מיט איהם אונטערגעמורמולט מיט גרויס רחמנות, נאך מעריב האט אבער ווייטער די ציבור נישט צוגעלאזט דעם תימנ'ער מהרס און איהם אנגעפאנגען באגלייטן בקול רעש גדול, דער מהרס האט ווידער פון אנפאנג געשמייכלט און פראבירט דאס אנצונעמען גרינג אבער ווי ער האט נאר געזעהן וואספארא ציבור בכמות ובאיכות באשייגעצ'ן איהם פאר זיינע שוידערליכע מעשי ארס והירוס, האט ער אנגעפאנגען צו לויפן צו זיין שווער אהיים אין די האטעל.
די ציבור האט אבער נישט נאכגעלאזט און איהם באזונגען ברחובה של עיר שרייענדיג ער זאל זיך אפשאקלען פון אונזער קהילה קדושה בין טוב לרע, דא איז נישט תימן אדער רוסלאנד וואו אידישע קינדער זענען געפייניגט געווארן דורך די רשעי ישראל.
אנקומענדיג ביים האטעל זענען ארויסגעקומען אויפן גאס זיין געטרייע שוויגער צוזאמען מיט איהר שוואכע טאכטער (אשת חיל פון א. יוזשעף) און האבן אנגעהויבן זיך אנצונעמען פאר'ן מהרס, שרייענדיג שקצים אהרונים, און נאך אומווערדיגע איידעלע ווערטער וואס מען הערט נישט פון קיין בנות ישראל כשרות, די ציבור האט זיך אויסגעדרייט פון די נשים חצופות, און אהיים מיט אן האפענונג אולי ילמוד תועה בינה, דער ביטערער עקשן ומהרס זאל שוין איינזעהן צו וואס ער איז צוגעקומען, און מיטן אויספאלגן די פקודות פונעם לאנגן משה וועט ער אנקומען דארט וואו ער זעלבסט איז אנגעקומען, און אויף דעם שטייט בור כרה ויחפרהו ויפול בשחת יפעל, דמ"ה בנפשו ללכוד ונלכד, גאה בעשרו וכרה לו בור טיף טיף זייעהר טיף.
עד כאן אומרים בשבת פרה
אצינד גיב איבער דאס ווארט פאר יוסף בן תשעים און אלע אנדערע כאלאס'ן צו פיטערן זייערע קעלבלעך מיט שיינע מעשה'לעך אבער נעבעך נישט פאקטישע, הייבט אן לעבעדיג... שעלט און שרייט.. מיר וואלטן נישט אנדערש געטהון ווען עס וואלט געווען פארקערט, אבער דערווייל איז דאס אזויווי איך האב עס דא אראפגעלייגט, ווער עס וואקלט זיך און וויל וויסן די אמת זאל אויפהייבן אַ טעלעפאן קיין בני ברק און וועט הערן וואס ער וויל צו וואס ער וויל נישט אבער וואס עס איז פאקטיש געווען.
תוקן על ידי - jhhoruyr - 21/03/2006 17:05:28
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-21/3/2006 17:52 |
|
| |
jhhoruyr
ישר כוח פארן אראפ ברענגן דעם אמת כה לחי 
|
|
|
|
|
| נשלח ב-22/3/2006 12:24 |
|
| |
ס'טוט זיך לעבעדיג!
איך וויל נישט צו פיהל אויס זאגען, אבער דער מצב איז אביסל נישט ששון' דיג. ס'איז דא עפעס א בריוו, אשארפער בריוו, אנטקעגן די מוסדות אין בני ברק, מחאה אויף כבודו פון הרב כץ. טאמער דער ברייול וועט ארויס גיין, וועט זיין זייער נישט סימפאטיש.
לויט וואו ס'זעט זיך אויס יעצט, וועט דער בריוו וואס איז שוין גע'חתמ'ט, נישט ארויס קומען.
התייצבו וראו. פרטים יבואו
|
|
|
|
| נשלח ב-23/3/2006 01:14 |
|
| |
איך הער יעצט פון ב"ב
אז מ'האט היינט אראפ גערופען ר' משה חיים ווייס און בית משפט און מ'האט עם דארט אויס געפרעגט
ווייסט איינער וואס עס איז געווען דארט
|
|
|
|
| נשלח ב-23/3/2006 01:41 |
|
| |
דו מיינסט די בריוו פון רב וואזנער?
|
|
|
|
| נשלח ב-23/3/2006 02:42 |
|
| |
ס'איז נישט אמת!
ס'איז היינט גארנישט געווען.
|
|
|
|
| נשלח ב-23/3/2006 04:04 |
|
| |
איך האב עס קאנפארימד אויף 100% אז משה חיים ווייס איז היינט געווען און בית משפט מ'האט עם פארהערט דארט
|
|
|
|
| נשלח ב-23/3/2006 10:35 |
|
| |
איך האב געמיינט טאקע דאס בריוו פון הרב וואזנער. ווען איך האב עס געשריבן, איז דער בריוו נאכנישט געווען צוריק ביי רב וואזנער, וועגן דעם האב איך נישט קלאר געשריבן.
אגב, צוויי ליטווישע רבנים האבן שוין געחתמ'ט אויף דעם בריוו, ר' נסים קארעליץ, מיט ר' מיכל יודא לעפקאוויטש. זיי האבן געחתמ'ט אויף דעם אינאיינעם מיט דעם 'חוב קדוש' פון די ג'.
|
|
|
|
|