| נשלח ב-15/3/2006 23:35 |
|
| |
המקובל ר' שמאול טויסיג איז דא סגולה לשידוכים ופרנסה
הרב החסיד המקובל ר' שמואל טויסיג שליט"א פון ירושלים עיה"ק איז דא געקומען פאר רפואה ענינים, ער שטייט איין אין בארא פארק איין REGENCY 51ST 19AV זיין גבאי טלפון נומער איז 9176762463 ר' שמאול איז א בעל יסורים ער זיצט אויף א WHEEL CHAIR און צהלתו בפניו מיט א שמייכל אויף זיין פנים, ער איז פון די געציילטע אמתדיקע מקובלים וואס זיינע ברכות העלפען, בדידי הוא עובדא איך בין א חתן געוורען פון זיין ברכה, און נאך פון מיינע חברים פון ק"י ישיבה, בחורים חאפט'ס אריין פאר שידוכים, יונגערלייט חאפט'ס אריין פרנסות מיט רפאות וכט"ס
|
|
|
|
| נשלח ב-16/3/2006 03:23 |
|
| |
ביז ווען וועט ער זיין דא אין אמעריקע?
|
|
|
|
| נשלח ב-16/3/2006 14:47 |
|
| |
איך וועל פרעגען און דיר לאזן וויסען
|
|
|
|
| נשלח ב-16/3/2006 16:25 |
|
| |
געהערט האב איך אויף דעם איד אז ער נעמט 500 דאלער און איז מבטיח א ברכה און ווען ס'ווערט נישט מקוים און מען בעט צוריק, זאגט ער אז אויב וועט מען אים פארלאנגען דאס געלט וועט ער שעלטן מיט קללות נמרצות.
פון אזא איד דארף מען שטיין ווייט.
ווען איך הער עס פון א צווייפלהאפטיגער מקור וואלט איך עס נישט געשריבן דא. אבער איך האב עס געהערט פון יונגעלייט וואס זענען דאס דורך.
מען קען גיין נאך א ברכה. מען קען און מען דארף געבן פאר א איד אין א ווילטשער גרויסע נדבות, אבער נישט בארגן זיך אויפן סמך אז מען וועט זיכער געהאלפן ווערן.
|
|
|
|
| נשלח ב-16/3/2006 17:26 |
|
| |
יענגלע
האסט שלעכט געהערט, ער איז מבטיח א ברכות און ס'ווערט מקוים,
ליידער איז דא יודן וואס האבען ליב צו זאגען אזעלעכע מעשות אויף יעדען ערליכען יוד.
ווען איך בין ביי אים געוען דער ערשטע מאל האט ער מיר גאר נישט געבעטען איך האב אליין געגעבן,
גלייבט מיר רבותי איר מוזט נישט גיין אבער אויב איר דארפט א ישועה ער איז די אדרעס
|
|
|
|
| נשלח ב-16/3/2006 20:22 |
|
| |
איך קען נישט דעם איד, אבער פון באבעס דארף מען אוועקשטיין ווייט.
רוב פון זיי זענען ביליגע שארטלאנען וואס זענען נאר אויסען ארויסנעמען אפאר דאלער פון א צובראכענע איד.
|
|
|
|
| נשלח ב-17/3/2006 01:24 |
|
| |
ראשוןאחרון זיי נישט ברוגז אבער מיר שמעקט נישט די גאנצע מעשה דא, קודם כל ביסטו א נייע מעמבער דא ביי אונז אין פורום איז קיין קרעדיט עכ"פ האסטו ביי אונז נישט.
דיין היסטאריע (קוק דא) ווייזט נאר אז די האסט אנגעפירקעלט אנדערע פורמים מיט דעם זעלבען נושא, אין די האסט נאך גארנישט מגיב געווען אויף אן אנדערע נושא, דאס צינד ביי מיר אן א רויטען לעמפעל, אדרבה זאג די מיר פארוואס איך זאל גלייבען דיינע תורות. (איך גלייב ניטאמאל אז די האסט געלערענט אין ק"י ישיבה).
יאגעלע איז ביי אונז אן אלטען מעמבער אין ער ווייסט וואס ער זאגט..........איך דאנק עם פארען דאס ארויפברענגען.
איך וועל נישט זיין אנטוישט אז די ביסט גאר דער גבאי וואס זיכט דא צי רייסען יודיש געלט, מיר דא זענען אבער נישט קיין לעמעלעך דא.
|
|
|
|
|
| נשלח ב-17/3/2006 02:35 |
|
| |
לגבי די נושא פון געהאלפן ווערן מיט ישועות, די בעסטע סגולה איז צי דאווענען אין בעטן דעם רחום וחנון אליינס, יא, מען מעג בעטן א ברכה פון א צדיק אדער א ערליכע איד, אבער מען דארף געדענקן פינעם עיקר, מען דארף בעטן דעם באשעפער אליינס, אין געדענקען וואס אינזער חז"ל האבן אונז געשריבן, אז שערי דמעות לא ננעלי, יא, די חז"ל האבן געמיינט דיר, יא יא, דיר אין מיר ציזאמען, יעדע טרער האט אין זיך א ישועה, אז מען מיינט עס אמת'דיג קען מען געהאלפן געווארן, עס איז דא א מציאות אז מען זאל מיינען אז מען איז נישט געהאלפן געווארן, נישט אלעמעל וואס מען בעט איז לטובת די מענטש,
אבער איין זאך דארף מען געדענקען, א איד'ס תפילה גייט קיינמאל נישט לשוא, אויב עס העלפט נישט אויף יעצט, וועט עס העלפן אויף שפעטער, אויב עס העלפט נישט פאר די זאך וואס מען בעט, וועט עס העלפן אויף א אנדערע זאך,
עס איז דא נאך א סגולה וואס חז"ל זאגן אונז המתפלל בעד חבירו והוא צריך לאותו דבר הוא נענע תחילה,
אויב האט נאך איינער א ריכטיגע סגולה וואס ווערט אראפ געברענגט אין חז"ל, שרייבטס עס אראפ דא אין זייטס מזכה דעם עולם.
|
|
|
|
| נשלח ב-17/3/2006 17:45 |
|
| |
אלץ אן אלט געזעסענער תושב פון דעם פארום טוה איך קאנפערעמן אז איך ווייס פון א פאל וואס דער איד האט געוואונטשן און עס איז מקוים געווארן, א בחור גאר אן אלטער מיט א געבוירענעם פעלער, האט גענומען פון דעם איד א ברכה, סיז דאכצאך געווען חנוכה צייט, און איז באלד דערויף געווארן א חתן, ער איז שוין געהאלפן געווארן מיט קינדער אויך.
|
|
|
|
| נשלח ב-17/3/2006 18:50 |
|
| |
ממש חוץ לדרך הטבע.
איך ווייס אבער איין זאך אויב א איד געט ברכות וועל איך גיין צו אים. אז ער איז א נצרך און דארף געלט, מהיכי תיתי. אויב אבער מוז מען געבן א ריזיגן סכום צו זוכה זיין צום ברכה, און אויך דעמאלס מאכט זיך אפט אז עס טויג אויף כפרות איז א אנדערע פרשה.
נאכדערצו אז ער נעמט זיך סטראשענען מיט שעלטעריי, דארף מען שטיין ווייט ווייט.
נאך א מזל אז ראשוןאחרון האט נישט געכאפט מיין ריכטיגן נאמען און עס פארדרייט, אזוי וועל איך נישיט דארפן מורא האבן פאר זיינע טויטע קללות.
(מיינט נישט, איך שרייב נישט קיין שלעכטס אויף קיין שום איד. דאס האב איך געהערט פון א אלטן בחור (אן קיין שום פעלער, ב"ה) וואס איז ארומגעלאפן צו אלע כאכאמים און אויך צו דעם איד, און זיך אנגעבארגט צו קענען האבן די 500 און עס האט געהאלפן ווי צו א טויטן באנקעס.)
|
|
|
|
| נשלח ב-17/3/2006 18:55 |
|
| |
חנוכה א חתן געווארען אין שוין געהאלפען געווארען מיט קינדער....................
קאמענטארען זענען איבריג.................
|
|
|
|
| נשלח ב-17/3/2006 22:41 |
|
| |
אזוי, נאר איין טאג נישט געוען און אזא גערידער.
איך ליין שוין היידפארק כמעט צוויי יאר אבער קיין מאל נישט געוען אינטרסירט צו שרייבען, יעצט האב איך געוואלט טון א גוטע זאך און לאזן וויסען פאר אונזערע היימישע יונגערלייט און עלטערע בחורים א דבר טוב און אזא קיתון של שופכים,
איך זאג אייך ר' שמאול טויסיג האט מיר קיין געלט קיינמאל נישט געבעטען, נאר וואס איך האב אים געגעבען, איך קען אייך זאגן אז זיינע ברכות ווערן מקוים. ואידך זיל וגמור.
|
|
|
|
| נשלח ב-19/3/2006 08:04 |
|
| |
איך האב זייער נישט געוואלט שרייבן וועגן דעם איך האב מיז אבער מיין מיינונג איז ער איז אן ערליכער איד ער לייד נעבך יסורים מ'מעג עם געבן געלט און נעמען א ברכה עס קען נישט שאטן אבער איך ווייס פון 2 אידין וואס זענן געווען ביי עם 3 יאר צוריק פאר א ישועה און ער האט זיי געבעט 500 $ און ער האט זיי צוגעזאגט אז זיי וועלן געהאלפן ווערן ביז א געוויסע צייט און ליידער זענען זיי נאך נישט געהאלפן געווארן שוין 3 יאר שפעטער זיי זאגן אבער זיי האבן נישט חרטה פאר געבן די 500 $
|
|
|
|
|