הבדלה מיין תגובה באלאנגט לכאורה נישט אין דעם אשכול אבער אז דו האסט עס דערמאנט וועל איך דיר אויף דעם ענטפערן , אויף די הערה פון רבינו זצ"ל'ס דרשה וועגן משה ,( דאכט זיך מיר אז איינער האט עס שוין ערווענט אויפן פארום דא ) אז נאכן הערן דעם מאנטשעסטער רב'ס דרשה , פארשטייט מען שוין זייער גוט פשט אין דעם אויסדרוק ווער ס'טשעפעט אים איז פונקט ווי ער טשעפעט מיך , ווייל דאס איז נעבעך געווען דער ביטערער אמת , אז פאר יעדע זאך וואס ס'איז נישט געגאנגען לויט די פארשריפטן פון די רשעים האט ער נעבעך צאם געליטן , דער פראבלעם איז נאר אז דו און דיינס גלייכן ווייסן דאס פונקט אזוי , נאר עטץ זענטס דא אין די בחינה פון פרעה אשר לא ידע , עשה עצמו כאילו לא ידע , און מ'קען דיר אפילו נישט זאגן די ווארט וואס פאסט פאר דיר אז אם אין דעת הבדלה מנין , ווייל אין דעם הינזיכט איז דער דעת גאנץ גוט דא ,
|
|