בית פורומים באבוב

"שמחת בית באבוב"

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-22/3/2006 16:03 לינק ישיר 


איינבילדונג איז אויך א בילדונג

בלי ספק, אויף הייד פארק איז 45 סטריט דיא גרעסטע חסידות מיט דען גרעסטען רעבען. א שאהד פאר זיי אז עס איז אויך דא דיא אמתדיקע וועלט.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-22/3/2006 17:04 לינק ישיר 

איך קעהן נישט סטאפען צו לאכען פון די 48 תגובות, ווען איך וואלט געווען אין 48 וואלט איך פשוט שטיל געווען




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-22/3/2006 18:50 לינק ישיר 

גל_עיני

עס וואלט בעסער געווען אז דיא וועסט אויך שטילל זיין אויף 45 סטריט. איך שרייב נאר צו ענטפערן אויף אייערע דמיונות.

יעדער ווייס אז אונז חברה וואס שרייבען אויף הייד פארק זענען נישט פון דיא גאר אנגעהיטענע ערליכע תמימותדיקע חסידים. ממילא איז עס פאר אינז גאר א כבוד אז אויף הייד פארק זייטס איהר מער מצליח וויא אונז.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-22/3/2006 19:44 לינק ישיר 

מצורף קובץ

.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-22/3/2006 20:59 לינק ישיר 

CJL52

אפשר שרייבסטו מיר וועלעכע חסידישע אינגעלייט זענען יא געבליבען אין 48? פארגעס פון אינטערנעט.,

בעסער רעכן מיר אויס חסידישע אינגעלייט וואס זענען אין 48 אין האבען נישט קיין דשאב דארט?

אגב באראפארקער איז איינער פון די איינציגע תלמידי חכמים וואס זענען געבליבען אין 48 אין דער איינציגער וואס איז געבליבען ביי בן ציון'ס שיעור {מיט ק"ש} נאך וואס 40 זענען אוועק.

בכלל אסאך פון ענקער אינטערנעט שרייבער זענען בני ביתו פון בן ציון, איןז יי האלטען אפילו נישט פאר א סוד.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-22/3/2006 22:39 לינק ישיר 

מייזלס

דיא רעטסט שטותים. איך פערזענליך ווייס פון אסאך עכטע חסידישע בעלי בתים אונד ישיבה בחורים וואס זענען שטרקע 48 ניקעס אונד נישט צוליב פרנסה. פערקערט, עס איז צוריק געקומען א גרויסער עולם וואס איז יהרען נישט געקומען.

אינז דארפען אייך גאר נישט. נאר דער פראבלעם איז אז עטס דארפטס כסדר אויפרישען דיא מחלוקת אונד בילבולים ווייל עטס האפטס אז דורך דעם וועט עטס נאך עפעס בעקומען ביים דין תורה אונד עטס ווילטס סימפאטי פון אנדערע.

איך האב שוין גערעט מיט אסאך חסידים פון אנדערע רעבעס. יעדער איז מסכים אז ר' בן ציון איז באבובער רעבע, נאר איין חלק האלט אז ר' מד קען אויך עפעס זיין.

רעדט דיר נישט איין אז דיא וועלט האלט מיט ענק.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-22/3/2006 22:46 לינק ישיר 



אמת א גרויסער עולם איז צוריקגעקומען קיין 48 זייט די חסידים האט מען ארויסגעווארפען, אבער רוב רובם פון זיי האבען שיינע בערד גערייניגט פון אלע זייטען?

פיינע בחורים מיט אינגעלייט? מן דכר שמיה. יעדער קען אדורכגיין 48 מתיבתא אין זען זייער בחורים אינדרויסען אין ביי ליבערמאן, בשעת לעבן מתיבתא 45 זעט מען נישט קיין בחורים ווייל אלע זענען אין בית המדרש.


אינטערסאנט אז בשעת מיר בויען אונזער מקומות תורה אין חסידות זענען ענק פארנומען מיט קונטרסים פון פאשקווילען באופן קבוע אין מיט הכרזות פון מחלוקת.

פארגעס  אויך נישט אז בשעת אונזער הייליגער רבי איז פארנומען בויען תורה אין העלפען אידען רופט ענקער רבי אריין כסדר מענטשען זיי צו העצען.

ראו מה בין בני לבין בן חמי.




דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-22/3/2006 23:00 לינק ישיר 

חגי

עטס מיינסט אז ווען מען פערדרייט דען אמת אזוי לאנג, וועט דיא וועלט גלייבען דען שקר וואס עטס פארשפרייטסט. אונזערע קונטריסים זענען נאר נויטיג וועגען אייערע שקרים.

לאטסט אונז שוין במנוחה



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-24/3/2006 22:34 לינק ישיר 

Mench שרייבט אין פורום כלהעולםכולו:

עס איז יעצט 3:00 פארטאגס, איך קום יעצט פון דארט

א מעידזשער מעידזשער
חתונה

איינער (א היימישער ארוני) האט עס מיר באצייכנט ווי רבי מרדכי דוד'ס
הכתרה

איך האב געציילט ביים מצוה טאנץ 2,000 שטריימלעך!

עס האט זיך געטוהן דארט
א פארקער פון מאסן מענטשן א גאנצע נאכט

איך וואלט עס אנגערופן א בזעיר אנפין פון די
ארונישע גרויסע חתונה

פארשטייט זיך איך מיין נישט בזעיר אנפין אז למשל די ארונים האבן
געהאט פערציג טויזנט און זיי פיר טויזנט

בזעיר אנפין מיין איך, אז די ארונים האבן למשל
געהאט (ביי די צווייטע חתונה, אין דעם פארשוויצטן זאל) לאמיר זאגן הונדערט פופציג פיס די לענג
פון די ברענטשעס, ער האט געהאט א גוטע 80-90 פיס די לענג
(נאכאמאל, איך ווייס נישט די לענג
פון די ארונים און נישט די לענג פון זיי, אבער אויסערליך האט עס מיר אויסגעזען ווי בערך צוויי
דריטל פון די ארונישע חתונה)

און איך בין שוין אנגעקומען נאך צוועלף ביינאכט , איך הער
אז פריער איז געווען דזשעם פעקד

עניוועי, אביסל נייעס

קרית יואלער רב איז
געווען ביים קבלת פנים, געזעצן אויף לינקע זייט פון חתן, צורעכטס איז געזעצן דער באבובער רבי
רמ"ד

די חופה הער איך אז ס'איז געווען מעסיוו מעסיוו, מסדר קידושין איז געווען דער
באבובער רב ר' יושעלע רובין

איך ווייס נישט פונקטליך וועלכע רבנים און רביס עס זענען
געווען ביי די חתונה. ווען איך בין געוען האב איך געזען דעם קלויזענבורגער, ר' אביש ספינקער,
זידיטשובער פון ב"פ

פון די באבובער אייניקלעך (קדושת ציונ'ס) זענען געווען אלע. ר'
יעקב יוסף הלברשטאם (ובנו ר' חיים יושע) ואחיו ר' ברוך דוד הלבערשטאם, די טווערסקיס, און די
געסט אוו האונער, די צוויי פרישוואסער ברידערס פון לאנדאן, (זיי האבן ביידע באקומען ברכות
ביים בענטשן).

איך בין אנגעקומען האב איך געמיינט אז מען גייט שוין בענטשן, ווייל
ס'איז שוין געווען נאך חצות. דערווייל האט מען נאך געטאנצן א גוטע שעה, און צו מיין פלא, האט
מען במשך די גאנצע שעה נישט געזינגען קיין איין נישט-באבובער ניגון!

מען האט זייער
לעבעדיג געטאנצן. פארפאלן, האב איך געזאגט פאר איינעם. רבי מרדכי דוד'ס חסידים האבן א פּרייד,
וואס מען זעט נאר ביי די
ארונים

דער רבי זעט אויס האט שוין פריער געטאנצן. ער איז געזעצן אויבן אן און ממחה
געווען את הריקודין בכפי ידיו פון צייט צו צייט

די לעבעדיגסטע פוינט וואס איך האב
מיטגעהאלטן (ביים טאנצן רעד איך) איז געווען ווען ר' יושע רובין האט געטאנצן מיט'ן
חתן

פארן בענטשן איז כנהוג געווען דער מארש, שיין געווען

מיט בענטשן איז מכובד
געווארן דער ציעשנובער, ר' חיים יאנקל רובין (וואס מצד צעשנובער משפחה איז ער פאר ר' בנציון,
אבער ער איז א מחותן מיט רבי מרדכי דוד'ן).

אויסגערופן צום מצוה טאנץ האט הרב צבי ארי'
ריינהאלד

זייער שיין געגראמט, מען דערקענט אז דער מענטש איז א תלמיד חכם עצום מלא
וגדוש בחסידות

אינטערעסאנט אז אין באבוב שעמט מען זיך נישט צו רעדן פון פאליטיק ביי א
שמחה, אפיציעל

דער גראמער האט אינמיטן דערמאנט גאנץ אפן מען זאל זוכה זיין צוריק צו
קומען צום "מלך'ס פלטין", און ער האט נישט געמיינט דעם בית המקדש...
אויך האט ער פיל
ארומגערעדט פון חתנו כבנו, אז דאס איז א הלכה, און אין (איך געדענק נישט וואו) שטייט "וכן
נוהגין", און מנהג עוקר דינים, מתפלל זיין אז אזוי זאל נתברר ווערן הלכה. וכו' וכו'
ער האט
אלעס זייער שיין און קונצליך אלעס אריינגעפלאכטן, אבער מיר איז געווען א וואונדער "דער"
מנהג... (שטעלטס ענק פאר אין סאטמאר זאל דער בדחן ביים מצוה טאנץ בעטן אז דער אפעלאט זאל
אורטיילן אזוי ווי ראזענוואסער...)

דער רבי האט פארן טאנצן אנגעוואונטשן קורץ, און
דערנאך געטאנצן זייער שיין, קודם מיט א גארטל לפני הכלה, ווי דער זיידע רבי שלמה'לע (טראץ
זייער איינגעהאלטן, איידל) און דערנאך ארומגעלאפן ארום די כלה, כמנהג חותנו ר' נפטלטשע
וועלכער האט זיך אזוי געפירט כמנהג טשערנאביל

דער גאנצער זאל האט זיך געהויבן אין די
לופטן

מיינע ארומיגע האבן געזאגט אז פארפאלן, ער מאכט עס נישט אזוי גוט ווי ר' בנציון.
איך ווייס נישט צי ער קען נישט אדער ער וויל נישט. אבער מיין מיינונג איז, אז נאכמאכן איז
נישט קיין קונץ.
פאר זיך איז עס זייער שיין געווען, נאר נישט נאכגעמאכט

נאך זיין
מצוה טאנץ האט מען אויסגערופן אלע בחורים ארויס, יעדער איז ארויס, און עס איז אויך געווארן
כמעט ליידיג, געבליבן נאר עטליכע הונדערט מענטשן

עניוועי, ער איז א מעידזשער ליג רבי,
מען קען זיך דינגען צו ר' בנציון האט אכט הונדערט מענטשן און ער נאר פינף הונדערט אדער זעקס
הונדערט

נאך אזא חתונה איז במילא נישט קיין נפקא מינה

ער איז א ריזיגער רבי און
ס'איז נישט קיין שום נפקא מינה צוואנציג מענטשן ארויף פופציג מענטשן אראפ, ער האט האלב באבוב.
פינטל
און ווער עס איז דארט געווען וועט עס באשטעטיגן

http://masoret.hevre.co.il/hydepark/topic.asp?topic_id=1852638 תוקן על ידי - 45street - 24/03/2006 22:36:21



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > באבוב > "שמחת בית באבוב"
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
לדף הקודם 1 2 סך הכל 2 דפים.

bholext
2009 © כל הזכויות שמורות לבחדרי חרדים. קטגוריית אקטואליה וחדשות: עשרות פורומים הכוללים חדשות נעייס, מה קורה בחצרות חסידים, חדשות מחסידויות שונות בארץ ובעולם, דיונים בנושאי אקטואליה, פוליטיקה, בטחון ועוד.