היינט צפרי זענענן די עסקני וחברי הקהלה געזיצען אין ביהמ"ד אין אנגעהויבן צי נעמען געלט אזוי אויך האט מען זיך געקענט איינשרייבען זיך צי פארזיכערן א זיץ ביי דעם געהויבענעם שיינעם מעמעד א שמות וואס גייט פארקימען דעם מוצש"ק,
דער עולם האט אויסגעקיקט מורא'דיג ווארעם פאר די זאך, עס קיקט אויס אז דאס מאל גייט עס זיין מיט א גרויסע באטייליגטע ציבור
ווער עס האט פרטים איבער די מסיבה זאל עס ביטע מיטיילען מיטן ציבור
נשלח ב-19/3/2006 19:56
וועליכער ארויני איך פרעג צו ער גייט געבן געלט פאר אלף שמות
זאגן זיי די מיינסט איך בין משיגע
מ'האט שוין צו געזאגט 100 מאל מ'גייט געווינען מ'גייט געווינען מ'גייט געווינען מ'גייט געווינען
און גארנישט
די נארמאלע ארוינים פלאנען נישט צו געבען געלט דאס מאל
נשלח ב-19/3/2006 20:04
היינט אינדערפרי זענען חברי ועסקני הנהלת קהילתינו הק' געזוצען אין די סאטמארע בתי מדרשים אין וויליאמסבורג - בארא פארק - קרית יואל ווי מען האט זיך געקענט איינשרייבן פאר א זיץ און רעזערווירן א קארטעל פאר די קומענדיגע מסיבות "אלף שמות"
אז געלט דארף מען סיי ווי געבן אפילו ווען זיי מאכן ווען נישט די שיינע מסיבה פשוט מען דארף זיי באצאלן פאר זייער ארבייט אין ארויסווייזן הכרת הטוב
די מסיבה איז נאר באנעס
רבותי!! אייער געלט גייט פאר א הייליגען צוועק
עפענט אייער הארץ!! עפענט אייער טאש!!
נשלח ב-24/3/2006 04:39
די לעצטע פאר שעה האבן די ארוינים דא אויף הייד פארק געפענט א מעכטיגע קאמפיין אז מ'זאל געבען געלט פאר וואס??
איך וועל ענק זאגן
ס'איז אריין געקומען זייער ווייניג געלט האבן די ארוינישע קארפן קעפ געהייסן פאר זייער באצאלטע שרייבערס דא צו מאכן א מעכטיגע קאמפיין און דאס זעהט מען דא יעדע 20 מניט נאך א אשכול וועגן אלף שמות
נשלח ב-24/3/2006 04:40
please rodny please dont tell anyone about it we r not going to make nothing
נשלח ב-24/3/2006 04:44
ראדני, זיי נישט קיין שוואנץ, די האר וועט זיך דיר אויפשטעלן פון קאפ, ווען דו וועסט הערן די סאקסעס וואס קהל יטב לב דסאטמאר (די עכטע) , האט מיט די מסיבה פון "אלף שמות", ס'איז פשוט מיינד באגלינג, די השגות און ווארעמקייט וואס אנשי שלומינו האבן פאר די מערכה, אי"ה נאך די מסיבה וועל איך אראפ ברענגען קראנטע נאמבערס,
נשלח ב-24/3/2006 06:00
בקשה צו אלע חברי הקהלה חסידים ותלמידים פון כ"ק רבינו שליט"א און פון כ"ק הגאב"ד שליט"א אויב האט איר נאכנישט אייער "אלף שמות קארטל" דאן פיקט עס שוין אויף!
מיין אינגערער ברודער וואס האט ]פאראיאר חתונה געהאט דערציילט מיר נעכטן אז ער האט געקויפט 12 איינטריט טיקעטס פאר $500 יעדע איינצלענע (ער איז דאך א אברך) און האט שוין פארקויפט 8 שטיק פאר $750 יעדעס איינע, פאר בעלי בתים (וואס פאר זיי דארף ווען צו קאסטן $1000 א שטיק), און זאגט מיר מיט א שמחה אז ער האט געמאכט ריוח $2000 אין צוויי טאג, האב איך עם געזאגט אז לדעתי טאר ער דאס נישט טוהן, ווייל די טיקעטס וואס ער האט געצאלט $500 איז אויסשליסלעך נארפאר אינגעלייט, און אז ער פארקויפט דאס פאר בעלי בתים איז דאס רעכט גנבה פון קהל, ער האט זיך מיט מיר געשפארט און געטענה'עט אז בשעת ער האט דאס געקויפט האט מען עם בכלל נישט געזאגט אז עס דארף זיין נאר פאר אינגעלייט און לדעתו האלט ער אז ער האט די פילע רעכט דאס צופארקויפן און מאכן געלט,
הקיצור איך האב עם געשיקט צום דיין, און ער האט מיר צו געזאגט אז אינדערפרי ביים דאווענען וועט ער צו גיין צום דיין רבי חיים דוד שליט"א און ער וועט עם פרעגן, לעת עתה האב איך פון עם נאכנישט געהערט, (איך האב נאר געהערט אז ער האט שוין צו געקויפט ביי קהל נאך 10 איינטריט טיקעטס, זעט אויס אז די פרנסה גייט זייער גיט), איך בין סתם אזוי נייגעריג וואס דער עולם האלט, מעג ער דאס טוהן צו נישט???
נשלח ב-24/3/2006 17:55
The Westin Stamford. 1 Stamford Pl Stamford, Connecticut 06902