בית פורומים כל העולם כולו

מסיבות א' שמות = להצלת הקהלה

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-26/3/2006 19:35 לינק ישיר 

די מסיבה נעכטן איז געווען געלונגען אויף יעדען הינזיכט מלא תוכן, מלא טעם
איינער וואס איז נישט דארט געווען האט פארפאסט, יא באמת פארפאסט

אבער איין פוינט וויל איך ארויסברענגען

עס איז קלאר אז אלישע הורוויץ'ס  דרשה איז געווען פין די הויך פונקטען נעכטן ביי די מסיבה
א זעלטענהייט פין א געלונגע דרשה, אויף זיין שטייגער האט ער אלעס אלעס מסביר געווען אויפן בעסטן אופן וואס עס איז שייך
אבער נעכטן האב איך געטראכט, אלעס זייער פיין מיר הערן די דרשה, וואס טיט זיך אבער מיטן צד שכנגד?? ווי אזוי גייט אנקימען די דרשה צי זיי????

היינט קימענדיג אין היידפארק האב איך געזען אז יעדעס ווארט וואס אלישע האט נעכטן געזאגט איז שוין אנגעקימען צים ריכטיגען אדרעס אין עס שטעכט שוין ווי שפיזען דארט

ליינט מיט הנאה ווי דרייניץ פין די גרויסע זאלי קעפ    שעלט אין קאפעוט אויף די דרשה
{היות זיין זעלבסט איגא לאזט אים נישט שרייבען דא ברענג איך אראפ זיינע ווערטער} 

עס איז נישט נויטיג קיין קאמענטארען אויף דעם נעכטיגען מוראדיגען מעמד פון איבער 3,000 אידען וואס האבען איטליכער געגעבען לכה"פ $500 צו קענען מיטהאלטען די פרעזענטאציע לייוו, סך הכל איז נעכטען נאכט אריינגעקומען צווישען 2 און 3 מיליאן דאלאר פאר די הצלת קהילתינו הקדושה קאמפיין, ווער עס גלייבט נישט איז אזוי אן אפיקורוס ווי דער גאנצער ציבור אנש וואס יצחק ראזענבערג און אלישע האבען באקרוינט פאר אפיקורסים פארען חטא פון זיין א מבזה תלמיד חכם, איך ווייס נישט צו דאס מיינט יוסף הערש סופר צו ר' אהרן...

צום ענין, א פערזענליכער מעסעדזש צו ר' לישע, איך ווייס אז די לעבסט אין דיין וועלטעל און פאנטאזירסט אז אלע אויערען פון די גאנצע וועלט זענען אנגעשפיצט צו הערען דיינע דברי חכמה און אנעמען דיינע רעזאלוציעס, אין דיין פאנטאזיע באשטייט די וועלט פון די צוהערער וואס קלאמערען צו הערען דיינע ווערטער אין מקוה אויף גארפיעלד רד אדער אין גרענד פוד אויף פארעסט רד, די פאנטאזיע ערלויבט דיר די מעגליכקייט צו שיקען אן אולטימאטום צו אלע רבנים אויף די גאנצע וועלט מיט די מוראדיגע סטראשע אז טאמער מען ענטפערט נישט אפ דיין קונטרס איז בעל כרחך א סימן אז מען איז מודה צו דיר.

לישע טייערער איך האב נייעס פאר דיר, אלע ערענסטע רבנים איבער די וועלט זענען נעכטען נאכט 12 אזייגער אדער געשלאפען אדער געלערענט, רוב פון זיי ווייסען מיטאמאל אז עס איז דא  א לישע אויף די וועלט און די וואס ווייסען יא האבען נישט קיין מינדעסטע אינטערעסע זיך צו שטעלען אין ווארט און פארהערען מיט דיר.  נישט זיי ווייסען פון דעם אולטימאטום און נישט עס גייט זיי אן, די רבנים טוהען וואס זיי ווילען אפגעזעהן פון די דיקטאטען פון לישע און אפילו אפגעזען פון די דיקטאטען פון ר' אהרן, יא, עס איז א נייע וועלט לישע, ...........בלא בלא בלא .....................................
די לעכערליכקייט פון די אולטימאטום און טענה פון לישע שרייט ביזען הימעל...
סאטמאר, וואס פיהרט זיך על פי פסקם פון רבנים ודיינים יושבים על מדון, רבני הקהלה רבות בשנים, מפורסמים כגדולי תורה ויראה בכל קצוי תבל, און האט צו זיך די הסכמה פון הגר"י ראטה שליט"א גאב"ד קארלסבורג און הגרי"י פישער זצ"ל ראב"ד העדה החרידית און עד היום איז נאך קיין איין בית דין אדער רב ארויסגעקומען זאגען אז זיי פירען זיך שלא על פי תורה, די אלע אויבענדערמאנטע איז גלוי ומפורסם ארויסגעקומען בכתב נישט אין שופלאדען, סאטמאר איז גאר די מסרבים לדין און די וואס זענען עוקר דעם ואלה המשפטים, לויט לישע.

סאטמאר איז גאר דער וואס דארף ענטפערען אויף דעם רוף פון לישע און טאמער שווייגען אונזערע רבנים איז א סימן אז שתיקה כהודאה דמיא, אז מיר זענען מודה צו זייערע שייגעץ שטיקעס על אף וואס אונזערע רבנים האבען ארויסגעגעבען מכתבים און פסקים קעגען זיי.  די שתיקה אויף לישע'ס בריוו און זיין פארלאנג וועגט איבער דאס וואס זיי שרייען כסדר אין זייערע דרשות און אין זייערע בריווען......

משא"כ די ארוינים .....בלא בלא בלא ................, זיי דארפען לויט לישע גארנישט ענטפערען, אויף זיי איז נישטא קיין קשיא, זיי האבען א היתר פון שתיקה כהודאה ווייל א גרויסער טייל פון די רבנים האבען אונטער זייער שטארקען טעראר זיך אפגעהאלטען פון ארויסזאגען זייער דעת תורה און דאס איז גענוג פאר די ארוינים אלץ היתר.
לישע, קען זיין ביסט גערעכט, ...........בלא בלא ........., דער ברייטער ציבור איז אסאך קליגער ווי דעם, און זיי לאכען פון דיר, זיי לאכען פון דיינע אולטימאטום, און יא זיי לאכען אפילו פון דיינע מעכטיגע בריווען והעולה על כולנה זיי לאכען אין די פויסטען פון דיין רב,

ע"כ פין דעם חכם דרייניץ
מען זעט  אז די דרשה ב"ה האט געהאט דעם ריכטיגען עפעקט


יא דרייניץ מען זעט אז די אמת'ע דיבורים טיט דיר וויי
האסט נעבעך נישט געקענט שלאפן ביינאכט תוקן על ידי - kj_village - 26/03/2006 19:48:02



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-26/3/2006 19:38 לינק ישיר 

אבער ווער זענען זיי?

וויאזוי ווערט מען פטור פון זיי?

זענען זיי די בני יואל?

וויאזוי קען דאס זיין? קיינער פון זיי איז נישט געקומען צו מיר. פארוואס?



פון מיינע אויגן זענען גערינען זודיגע טרערן הערנדיג די איידעלע הייליגע שטימע פון כ"ק מרן אדמו"ר שליט"א, וויאזוי ער פרעגט די שאלות פון דעם טיפש פערלשטיין.

אבער איך דאנק דעם אויבערשטן אז איך האב געהאט שכל ארויסצונעמען 1,000 דאלאר פון טאש, זיך צו קענען באטייליגן ביי די מסיבה. קיינמאל פריער האט זיך נאכנישט ארויסגעשטעלט אזוי שטארק פארוואס עס איז אזוי וויכטיג אנצוגיין מיט'ן קאמף פאר'ן כבוד שמים.

ווער וואלט זיך אמאל געגלייבט וואספארא אפענע שקרים וכזבים זיי פארקויפן דעם רבי'ן, אן קיין טראפן בושה. נישט מער און נישט ווייניגער, נאר מיר זענען אלע בני יואל וכו' וכו'.

אונזער הייליגער רבי וואונדערט זיך וויאזוי ס'קען זיין אז די אלע אידן וועלכע זענען אלע יארן געווען זיינע פריינט זענען זיינע שונאים, און ער פרעגט מיט שטוינונג און ווייטאג פארוואס קיינער פון זיי איז נישט געקומען צו אים.

וואס ענטפערט אים דער נישט-קלוגער פערלשטיין? נישט מער און נישט ווייניגער נאר זיי ווילן נישט קומען צום רבי'ן, זיי ווילן גארנישט קומען. די טירן פון רבי'ן זענען ברייט אפן און מען לאזט זיי אריין, נאר זיי האלטן נישט ביים קומען.

און שוין נאכדעם וואס דער רבי איז זיך מתמרמר אז זיינע גוטע פריינט קומען נישט צו אים, זאגט פערלשטיין פאר'ן רבי'ן וואספארא מחוצף שמואל אבערלענדער (מען רעדט נישט דא פון א יונגערמאנטשיק, נאר א זקן מיט א הדרת פנים, א תלמיד חכם) איז, אז ער וויל דירעקט קומען צום רבי'ן זאגן גוט שבת. יעדע וואך שטופט מען אים אוועק און מען גיט אים פעטש, אבער דער מחוצף און עזות פנים קומט צוריק.

ווער וואלט זיך געגלייבט אז אין די 21סטע סענטשורי קען אזאנס פארקומען?




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-26/3/2006 19:39 לינק ישיר 

איך האב א קליפ פון די גאנצע מאחורי הפארגוד זאל איך עס ארויף לייגן ס'איז גאנץ גיט???



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-26/3/2006 19:46 לינק ישיר 

יא, לייג עס ארויף



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-26/3/2006 20:03 לינק ישיר 

מצורף קובץ

the clip is too big, it's 232 MB. some one has an idea how to make it smaller?



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-26/3/2006 20:04 לינק ישיר 

יא לייג עס ארויף וועבט מהנה זיין הונדערטער אדער טויזענטער מענטשען.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-26/3/2006 20:06 לינק ישיר 

אמעריקע איז זייער א גוט לאנד - האט געזאגט שאול קליינקעפיגשטיין פאר'ן רבי'ן - נאר איין שלעכטע זאך האט עס, אז מען קען רופן גנבים און רויבערס אין קאורט.

נאכ'ן הערן פערלשטיינ'ס ווערטער טראכט איך אז איך ווייס שוין איבער וואס ס'איז געווען די באוואוסטע גרויסע היסטארישע מלוקה פון די צדיקי הדור איבער'ן קייסער נאפאליאן.

נאפאליאן האט געוואלט געבן אלע פרייהייטן פאר אידן, אבער מיט'ן פרייז פון די איין שלעכטע זאך אז מען זאל קענען רופן גנבים און רויבערס אין קאורט. די צדיקים האבן דן געווען צו ס'לוינט זיך צו באקומען די אלע גוטע זאכן, אז אידן וועלן זיך אזוי ביטער צוזאמליידן פון די איינע שלעכטע גזירה.
 
נישט אזוי, בא ללמד?



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-26/3/2006 20:11 לינק ישיר 

עכטע נייעס
מוזט עס נישט מאכן קלענער
סעט נאר רעדוצירן די קוואליטי
יו סענד איט האט זייער א שנעלע סערווער
קענסט עס לאזן לאודן סעט נישט נעמען מער ווי אשעה זיכער



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-26/3/2006 20:14 לינק ישיר 

אקעי איך וועל עס בלי נדר ארויף לייגן שפעטר נאכמיטאג אדער ביינאכט יעצט קען איך נישט



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-26/3/2006 20:20 לינק ישיר 

kj-village און גוטזאגער,
איר האט זייער גיט ארויס געברענגט, און מיינע קאמענטארן זענען איבעריג,
היינט אינדערפרי ביים דאווענען אין 53טע סטריט, האב איך געזען אז ס'איז ב"ה העכסט געלונגען,
השם לי בעוזרי, ואני אראה בשונאי, פון  ווי ווייס איך אז דער בוכ"ע העלפט מיר, ווייל איך זעה ווי מיינע שונאים שימפען און שעלטן,

ס'איז געווען א פלעדזשער צו הערן די קללות נמרצות פון די שונאי רבינו, ווי זיי שעלטן, בעיקר האבן זיי געשאלטן ר' אלישע, זעט אויס אז ער האט זיי ארויף געטרעטן אויף די הינער אויגן, און נישט געוואלט אראפ גיין, ניין ער האט זיך נישט געבעטן  צו קומען פארהאנדלן (ווי שאול תחתית האט זיך געבעטן), ער האט נישט געשריגן "אנשים אחים אנחנו" (ווי שאול תחתית האט נעבעך געוויינט מיט דמעות שליש), ער האט נאר געשריגן הויעך און קלאר, "ואלה המשפטים אשר תשים לפניהם" מיר האבן א סכסוך און מיר דארפן גיין צו דין תורה, נישט קיין חילוק וואס ר' ישראל חיים, ר' זלמן לייב פיליפ, ר' שלמה ליים און ר' חיים דוד האלטן, די תורה הקדושה שרייט הויעך "לפניהם" מען דארף גיין צו א "בית דין", און אויב ווילט איר נישט קומען לדין תורה זענט איר "מסרבים לדין" צו איר ווילט יא צו איר ווילט נישט, און וואס שאול תחתית זאגט איז לגמרי נישט מאסגעבענד, דער עיקר איז וואס רבינו יוסף קארו האט צו זאגן אין דעם אינזיכט, און עפעס איז ער זייער נישט געאייגענט פאר ענק, ער רופט ענק אן מיט שרעקלעכע לאזענגען, און דאס נעמט ענק נעבעך ארויס פון גלייך געוויכט,  



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-26/3/2006 20:26 לינק ישיר 

פארוואס קענסטו נישט יעצט?
קענסט רואיג ניצן דעם קאמפ.
עס שטערט נישט גארנישט אונעם קאמפיוטער
קענסט עס לאזן לויפן און קענסט ראויג ניצן אונטערנעט עס מאכט נישט עס זאל גיין שטאטער ווייל עס ניצט נאר אפלאוד און בראוזן ניצט דאונלאוד
מינימייזס און פארטיג
זיי מהנה דעם עולם



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-26/3/2006 21:35 לינק ישיר 

עכטענייעס:

א גיטס פון ר' יצחק

ער האט געזאגט אז די זאלי'ס האבן געזאגט אז אויב זיי זענען נישט די פיילעט פון די פליגער וועלן זיי עס אראפ קראכן האט ער הויך אויס גערופען יא יא זיי האבן אראפ געקראכט די פליגער אבער נישט די ווי די ארוינים זענן געווען




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-26/3/2006 21:36 לינק ישיר 

abi_gezint:

The best in my opinion was what Lisha Said

"Don't Confuse me with the facts as I already have set up my mind" which in our case
describes the Zolis at best




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-26/3/2006 21:40 לינק ישיר 

א גוט מארגן אידן.
וואס זאל איך אייך זאגן די נעכטיגע מעמד האט נישט פארשעמט מיין ניק,

"מלא תוכן"

נאר פאר'ן זעהן אזא ריזן ציבור אחים לדעה וואס יעדער וואס איז געקומן האט באצאלט פאר'ן זיץ. דיינו!
נאר פאר'ן זעהן די עקסטאז ביים עולם ווען מ'האט אויפגערופן הרבני החסיד ר' יצחק ראזענבערג שליט"א סגן ראה"ק דקהילתינו. דיינו
נאר פאר'ן הערן די דברי פי חכם חן פון הרה"ח הר"ר אלישע שליט"א. דיינו!
נאר פאר'ן מיטהאלטן די העצע פון'ם שאול תחתית. דיינו!

על אחת כמה וכמה
אזא מסיבה!
אזא עולם קיע"ה!
אזעלעכע דרשות!
אזוי אפען ווייזן למי החותמים ולמי הפוסלים!

יעצט זאל זיך דער "גרויסער לץ" אדער דער "בעל שלא עשני גוי" נאכאמאל אויפשטעלן מיט א פלאמפייערדיגע דרשה בעטן
אביסעלע טינט פונעם קליינעם פעדער
 און מיר וועלן בעטן
געב אונז נאר דעם צעטיל ווי צו לייגן די טינט און איר וועט עס באקומן אויפן מינוט




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-27/3/2006 00:47 לינק ישיר 

קרעדיט zalishor

ר' ז"ל זאגט תורה בעט א סידור גאר גוט http://video.google.com/videoplay?docid=4938332520831192745&q פאר וואס האט מען דעס נישט געוויזען נעכטן



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > מסיבות א' שמות = להצלת הקהלה
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
לדף הקודם 1 2 3 4 5 6 לדף הבא סך הכל 6 דפים.

bholext
2009 © כל הזכויות שמורות לבחדרי חרדים. קטגוריית אקטואליה וחדשות: עשרות פורומים הכוללים חדשות נעייס, מה קורה בחצרות חסידים, חדשות מחסידויות שונות בארץ ובעולם, דיונים בנושאי אקטואליה, פוליטיקה, בטחון ועוד.