|
|
| נשלח ב-27/3/2006 01:49 |
|
| |
ביטע לייג עס ארויף אויף יו סענד דער עולם וואס האט JNET וויל אויך הנאה האבן
|
|
|
|
| נשלח ב-27/3/2006 02:23 |
|
| |
די לצים זאגן אז ביים מעמד אלף שמות האט מען אויסגעראפעלט דעם "אבנטו של כהן גדול", און די "מכנסיים" פון שאול פערלשטיין......
|
|
|
|
| נשלח ב-27/3/2006 17:51 |
|
| |
דרייניץ שרייבט: אלף שמות do you want the long version or the short version?
for the long version הער אויס די דרשה פון ראש הקהל דקהלתינו הקדושה הרה"ח ר' שאול פערלשטיין שליט"א
for the short version שיק אונז אן הזמנה וועלען מיר גיין!!!!!!!!!
איינמאל האבען ענק געשיקט א הזמנה פון בית יוסף, בית יוסף האט דאס מבטל געווען און געשריבען אז זיי זענען זיך מער נישט מזדקק צו דעם דיון ווייל די ארוינים האבען אריינגעגעבען אין ערכאות תביעות שלא ברשות בית דין אין די צייט וואס בית דין האט נאר געגעבען רשות לעקל. אלזא שיק אן הזמנה וועלען מיר גיין צו דין תורה!!!!!!!!!!
און שעפעלע טאמער האסטו נאך שאלות, פרעג מיין קינד פרעג, און מיר וועלען דיר ענטפערען כפי מיסת הפנאי. פרוביר צו פרעגען קורץ און צום פינטעל אזוי וועלען די תשובות זיין קלאר.
דרייניץ, זיסער, דו ווייסט דאך אז איך האב דיך ליב, סא ביטע הער אויף צו האקן א טשייניק, איך האב געהערט דעם שאול תחתית טעיפ, נישט איינמאל, נאר נאכאמאל און נאכאמאל, איך האב שוין מזכה געווען צענדליגע אידן מיט די הנאה צו הערן א דערביטערטן טיפש ווי ער מיטשעט זיך מסביר צו זיין אז מיר זענען גאר די מסרבים לדין, על כל פנים דו דרייניץ ביסט דאך לדעתי קלוגער ווי רוב זאלונים (עכ"פ אויבן אויף זעט אזוי אויס), סא, האלט איך אז, דו אליינס גלייבסט דאך נישט זיינע שטותים,
דרייניץ, האט דער נעווארדיק'ער בית דין אמאל צוריק געצויגן פון די הזמנות, דרייניץ, ענטפער יא צו ניין, ווייטער ענטפערסטו מיט פשעטלעך, איך פרעג דיך קלאר, יא צו ניין, הע?,וואס זאגסטו?, ניין, אמת?, זיי האבן נאר צוריק געצויגן פון ענקער סירוב, נו, פיר אויס, ווייל... איר האט זיי ביטערליך טעראריזירט, סא, פרעגט זיך ווייטער פארוואס ווילט איר נישט קומען צו דין תורה???.
איך פארשטיי דרייניץ, אז ס'איז היפש ווייטאגלעך ווען מען שרייט אייך נאך "מסרבים לדין", אבער איר דארפט פארשטיין, אז טאמער וויל מען נישט גיין צו דין תורה איז מען א "מסרב לדין", און איר קענט נישט האבן ביידע וועגן, איר קענט נישט, "נישט" קומען צו דין תרה, און "נישט" הייסן א מסרב לדין, ס'ארבייט נישט אזוי, שאול תחתית קען האלטן בכיות'דיגע דרשות פאר 20 שעה, ס'וועט עם גארנישט העלפן, טאמער וויל מען נישט גיין צו דין תורה, איז מען לכולי עלמא א "מסרב לדין".
דערמאן דיך נאר דרייניץ'ל, אייערע פוילע נארישע תירוצים, נאר צו אונזערע דיינים... נאר אויב מען רעד פון... נאר אויב ער שרייבט אינטער די... נאר אויב מען רעדט נישט פון... נאר... נאר... נאר..., און ווי זאגט שאול תחתית, א ביסעלע טינט, שאול, מיר גייען דיר שיקן א טראק לאוד מיט טינט, אויב דער בית דין וועט אזוי הייסן, און מיר וועלן אלעס טוהן על פי התורה,אן קיין תנאים, און אן קיין זמנים ותקופות, "אלעס" און "אייביג" נאר על פי התורה, אזוי ווי ערליכע אידן פירן זיך אויף, און איר זאלטס ווייטער מסביר זיין מיט אייערע נארישע קינדערישע תירוצים פארוואס איר דארפט "נישט" פאלגן די תורה, און דאס וועט אייך ווייטער אפזיגלען אלץ "מסרבים לדין".
דרייניץ, אזוי ווי די האסט ליעב "קורץ און צום פינטל" וועל איך דיך פרעגן "קורץ און צום פינטל", האסטו געזען דעם פסק פון זקן הרבנים הרה"צ מאודווארי שליט"א, אז דער דין תורה באלאנגט צו זבל"א, נו אויב אזוי ווער זענען אייערע בוררים?, נו ווער?, דרייניץ דו הערסט נישט, ווער?, מיר האבן שוין געמאלדן ווער אונזערע בוררים זענען, און דו זאגסט דאך אז איר ווילט יא גיין צו דין תורה, נו זאג שנעל ווער זענען אייערע בוררים???
דרייניץ, YOU FAKE PHONY FRAUD.................
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-28/3/2006 00:26 |
|
| |
אבזערוואציעס און קרישקעלעך פונעם פארגאנגענעם אלף שמות.
1. סיז קלאר אז די זאליס האבן נישט קיין שום שאנס בעולם צו געווינען ביי א די"ת בזבל"א. זערא, זילטש, נאדא, און איך רעד טאקע בנוגע דאס "רבנות", וואס דאס מיינט שוין אטאמאטיש די קהלה, און דאס איז שוין נאכדעם וואס איך האב אויסגעהערט שאול פערלשטיין'ס דרשה, דאס מיינט איך האב שוין געהערט ביידע צדדים, די אהרונים וועלן האבן אן איזי טיים אויפציווייזן פאר א זבל"א אז דער רבי שליט"א בהסכם פון קהל "אינקלודינג" יענקל קאהאן האט אויפגענומען ר' אהרן פאר רב אין וומ"ס איידער מ'האט אויפגענומען ר' זלמן לייב'ן, און ע"פ הלכה איז נישט דא קיין שום וועג ווי אזוי מעביר צו זיין א רב לעולם ועד אויב מ'האט איהם שוין אויפגענומען איינמאל כדת וכדין, אויב יא, זאלן די זאליס טאקע אויך מערער זיין אויף די רבנות אין קרית יואל ווייל דער רבי האט דאך געשריבן אז ר' אהרן איז א "מועל בשליחתו", זיי וועלן האבן די זעלבע שאנסן ביי ביידע. און איך וויל נישט יעצט אריינגיין אין די מציאות הדברים, ווייל לענינו איז נאר נוגע וואס אן אביעקטיווער בי"ד וועט גלייבן, נישט וואס מיר הייד-פארק שרייבערלעך גלייבן.
2. די טענה אז ר' אהרן איז דער איינציגער צוריקהאלט צו די"ת ווייל ער האלט נישט ביים אונטערשרייבן שטרי ברורין, איז צושמעטערט געווארן אויף פיצלעך, צוליב 3 פעסטע טעמים וואס איך האב נאך נישט געהערט דערווייל קיין איין תירוץ מיט דברים של טעם פון קיין איין זאלי, 1, די זאליס ווייזן דערווייל נישט קיין שום גרייטקייט בכלל צו גיין בזבל"א, זיי האבן נאך מיטאמאל אויסגעוועלט בוררים, נו וואזשע שפרינגסטו שוין צו ר' אהרן'ען אז ער זאל אויך אונטערשרייבן שטרי בורירין, סיז דאך נאך נישט דא פארוועם צו אינטערשרייבן, 2, די נתבעים האבן ע"פ הלכה נישט קיין שום רעכט צו באשליסן ווער עס מוז אינטערשרייבן שטרי ברורין, בנוסף צו די אפציעלע נתבעים, דאס קען נאר דער בי"ד באשליסן נאכדעם וואס ביידע צדדים קומען צו א הסכמה ווער דער בי"ד זאל זיין, זעצט מען זיך אראפ ביים בי"ד און דעמאלטס לייגן פאר די צדדים די טענות ווער נאך עס מוז אונטערשרייבן, אבער די נתבעים אליין מדעת עצמם? און זיך נאך אויף דעם זיך אליינס געבן א היתר נישט צו גיין צו דין תורה? איז א טיפשות, ווייל אויב אזוי קען זיך יעדער ארויסדרייען פון קומען צו די"ת, ווייל יעדער נתבע וועט אלס טענה'ן אז "זרח משה" מוז אויך אינטערשרייבן, און זיך "אליינס" געבן א היתר, נישט קיין נפק"מ וואספארא שטארקע טענות דו האסט פארוואס דער אדער יענער מוז אויך אונטערשרייבן שטרי בורירין, דאס קען נאר דער בי"ד מחליט זיין, נישט דער נתבע מדעת עצמו, דאס איז א דבר פשוט, 3, די גאנצע זאך איז א שקר גס, קוקטס אריין אונעם בריוו וואס אלישע הורוויץ האט געשריבן צו רמ"מ טירנויער, שרייבט ער דארט קלאר אז ר' אהרן איז גרייט אינטערצושרייבן, אויב בי"ד האלט אז ער מוז.
3. די ראשי הקהל האבן באקומען אן אפטנארמאלן חיזוק פון דעם פארגאנגענעם "אלף שמות", סיי פינאנציעל און סיי מאראליש, דאס איז געווען די מערסטע סוקסעספטלע מסיבה פון די אלע פארגאנגענע יארן, ס'זענען דארט געווען לכה"פ 2000 אידן, די זאל איז בערך 2 מאל אזוי גרויס ווי ויואל משה זאל, די טישן זענען געווען באזעצט צו די מאקסימום, וויפיל בענקלעך מ'קען נאר צאמשטיפן ארום א רינדיגן טיש, אויסער דעם האט מען אריינגעברענגט בענקליך אין מ'איז געזעצין צווישן די טישן, און מ'איז געשטאנען ארום אלע ווענט, סיז געווען א מחזה הוד צו זעהן אזויפיל טויזענטער סאטמארע אידן זקנים ונערים, וואס האבן זיך ארויסגעשלעפט ביז קאנעטיקעט, און זיך נאך געלאזט קאסטן גוט געלט. לויט ווי איך הער איז אריינגעקומען עפעס אסטראנאמישע ציפערן געלט.
4. די שאול פערלשטיין קאסעטע האט מיר זייער געציפט דאס הארץ, צו זעהן ווי א ווילד פרעמדער לץ, וואס האט קיינמאל נישט געהאט קיין שום הכנעה צו רבינו שליט"א, זיין אקצענט הערט זיך מער ווי א כנסת דעפוטאט קאנדידאט, רעדט מיט אזא ווילדע פארגרעבטקייט צו אונזער באליבטן רבי, נזר מחמדינו, און מוסר'ט גאר דעם רבי'ן, א קעגן וועם? א קעגן זיינע געטרייסטע סולדאטן, זיינע אייגענע קינדערלעך, אברהם ווידער, בערל פר"מ, שמואל אבערלענדער, מענטשן וואס האבן זיך מוסר נפש געווען פאר כבוד רבינו, יא!! ליידער, דער בעלזער מנוול איז זיך נוקם פורסט הענד מיט זיין שונא נומער איינס, "סאטמאר רבי בכבודו", ער צאפט איהם דאס בלוט!! אוי איך שודדנו!!, יעדעס מאל עקסטער וואס רבינו שליט"א פרעגט מיט ווייטאג, נאכאמאל און נאכאמאל "ווער זענען זיי?", האב איך געשפירט ווי א שפיז גייט דורך מיין הארץ, וואס ברויך דער רבי נעבעך צו טראכטן אלע זיינע ידידים אלע זיינע קינדער, האבן איהם פאראטן און ער איז נעבעך געבליבן סטאק מיט וועם? יא!! שאול פ"ש, יאסל וואלדמאן, זיגי בראך, וואלי לעפקאוויטש, און אשר מיילך מייזלס, שיין דערלעבט!!! ס'דערקענט זיך קלאר אז דער פ"ש רעדט מיט א פלעזשער און זאפט. וואס זאל איך ענק זאגן זאליס, אויב דאס איז געווען ענקער ציל, זיך צו נוקם זיין אין רבינו שליט"א, האט עטס געוואנען!!! בראווא!!!
כאב נאך צו זאגן כעל קאנטיויען שפעטער...
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-28/3/2006 01:30 |
|
| |
מקוה איד,
עקסעלענט !!!!!!!!!!!!!!!!  
אגב, דערציילט מיר א רב פון בארא פארק, א רב וואס זיצט כסדר ביי דין תורות, א רב וואס איז אנגענומען ביים ברייטן ציבור, זאגט ער מיר אז ער האט זיך צוגעהערט צו אלישע'ס דרשה אויפן טעלעפאן, (זיין זוהן האט דאס געהערט אויפן ספיקער פאן, און ביי אלישע האט ער עם צו גערופן), און ער איז מורא'דיג ענטציגט פון זיין דרשה, ער האלט אז מען איז דאס מחוייב מפרסם צו זיין,
|
|
|
|
|
| נשלח ב-28/3/2006 02:10 |
|
| |
קרן התורה אין חא"ס, באוויינט מורא'דיג דעם פארגאנגענעם שמיני עצרת, שוין נאך זייערע ריזיגע נצחונות, נאך זייער מעכטיגן סטעי, נאך דעם שאול תחתית דרשה, נאך דעם מרא דאסרע דרשה, נאך די טשיף קארדינאל דעקלערעישאנס, נאך דעם אלעם, וויינט ער בדמעות שליש אז ער וועט נישט אזוי שנעל פארגעסן דעם לעצטן שמיני עצרת, ווייסט איר פארוואס??? ווייל דעם לעצטן שמיני עצרת האט זייער באלון אנגעהויבן צו באסטן, זייער סלאגן "WE ARE HERE TO STAY" האט אנגעהויבן צו וועפן, זייער "ר' זלמן לייב וועט פון ראדני קיינמאל נישט פליען" האט פשוט געקראכט, און ווייניגער פון 5 מינוט האט מען ראדני געמאכט "זאלוני פריי" און דער טשיף ראביי איז געלאפן אויף אלע פיר, כל עוד נשמתו באפו, און ווען זיי דערמאנען זיך אין דעם, ווערט זיי נעבעך ביטער אויפן הארץ, זיי באקומען נעבעך NIGHTMARES פון בלויז זיך דערמאנען פון דעם, יא דער דאטום שמיני עצרת תשס"ו וועט אייך לאנג לאנג פארבלייבן אין זכרון...
|
|
|
|
| נשלח ב-28/3/2006 05:01 |
|
| |
פארוואס זעהט מען נישט עפעס ? פיקטשורס קליפס דאקאמענטען עפעס וואס האט מען גערעדט פון מאיר ווערטהיימער וואס האט מען געמיינט דערמיט?
|
|
|
|
| נשלח ב-28/3/2006 06:05 |
|
| |
איךהאלט אז ווילי איז גערעכט, דער שמיני עצרת איז טיף טיף אנגעזייט אין זייערע ביינער און זיי וועלן דאס נישט אזוי שנעל פארגעסן, דאס איז ביי זיי THE BEGINING OF THE END,
דרייניץ איז מחזק ווילי, און ווילי איז מחזק דרייניץ, און זענען ביידע נעבעך גיט חוזק...
וויאזוי שרייבט דרייניץ? ווילי, גוט געזאגט און איך וואל נאר צולייגען, אז טאמער זענען דא עטליכע בלינדע מענטשען וואס האבען נאך נישט געכאפט שמיני עצרת מיט וועם מען האנדעלט דא, איז געקומען דער אלף שמות און געוויזען דעם בילד נאכאמאל.
דרייניץ, דו ווייסט נישט ווי גיט דו שרייבסט, דער אלף שמות האט באשיינפערלעך געוויזען פאר די וועלט מי ומי ההולכים, טויזענטער אידן מסלתה ומשמנה פון עדת סאטמאר, דאס שפיגעלע פון סאטמאר דאס סמעטענע פון אונזער קהילה הקדושה, האבן זיך דארט באטייליגט און געשריגן הויעך, אין לנו חלק ונחלה במהרסי ומחריבי סאטמאר, און דער קול ה' בכוח האט זיך דערהערט מסוף העולם ועד סופו, און דאס טיט ענק נעבעך אזוי וויי,
דרייניץ, וואלסט שוין געמעגט וויסן, אז עס קלעפט נישט, כלל ישראל זענען נישט קיין קעלבלעך, דרייניץ, עס איז נישט קיין פעלער צו ווערן אלט, עס איז נישט קיין פעלער פאר א יוד פון איבער די תשעים איבער צופרעגן עטלעכע מאל, ניין, קיינער באשולדיגט נישט דעם רבין שליט"א, אבער ווען א חצוף מחוצף, א שייגץ וואס האט צענדליגע יאר מבזה געווען דעם רבין, זעצט זיך צו עם אריין און ניצט אויס זיין זקנה ושיבה, ער ניצט אויס זיין שוואכקייט אויף צו מאכן פון עם ליצי ליצנות, מיט שקרים וכזבים, דאס איז א הימל געשריי, און דאס איז וואס ווערט פארדאמט ביי גאנץ כלל ישראל,
דער גרעסטער כבוד וואס רבינו שליט"א האט, איז וואס כלל ישראל זעט בחוש, ווער עס זענען דו וואס קימערן זיך מיטן רבין, ווער זאגט תהלים פארן בריאות השלימות פונעם רבין, און ווער עס איז עם כסדר מבזה מיט שקרים וכזבים, און ווען מען איז מגלה קלונם ברבים, זענען זיי מהפך הקערה על פיה און שרייען אז מיר זענען גאר די מחוצפים, דרייניץ, ווען די וועלט ואלט געווען אזוי פינסטער נאריש ווי דו מיינסט, וואלט דאך יעדער געווען א זאלוני, וואלט דאך זלמן לייב נאך געפירט באטעס פרייטיג צו נאכט, נאר דרייניץ יקירי, די וועלט איז פיל קלוגער ווי דו מיינסט...
דרייניץ, אפהאלטן דעם רבין פון באשיינען ביי די שמחות פון די קינדער און אייניקלעך, דאס איז דער גרעסטער חוצפה און בזיון, שלעפן דעם רבין קיין מאנסי צו משה גבאי'ס תנאים, דאס איז דער גרעסטער חוצפה און בזיון, שלעפן דעם רבין קיין בארא פארק צו כלומרשט זיך אנעמען פאר זיין טשיף ראביי דער בנו יקירו, וואס דער רבי האט נעבעך נישט געוויסט וואס מען וויל פון עם, דאס איז דער גרעסטער חוצפה און בזיון, פעלטשן חתימות פון דעם רבן של ישראל פאר אייגענע אינטערעסן, דאס איז דער גרעסטער חוצפה און בזיון, נאך מאכן זיין שטומע מיטו ליצי ליצנות און זאגן מיט זיין נאכגעמאכטע שטומע דברים אשר תסמרנה שערות אנוש, דאס איז דער גרעסטער חוצפה און בזיון, איר דרייט איבער די פאקטן האפענענדיג אז כלל ישראל וועט זיך נישט כאפן, דרייניץ, TOO BAD, אז יעדער לאכט פון ענק, I FEEL YOUR PAIN...
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-28/3/2006 07:59 |
|
| |
דאס האב איך באקומען אין אישי פון א זאלי וואס האט מיר געבעטן איך זאל דאס ארויף לייגן ווייל ער וויל נישט דא שרייבן ער האט געבעטן איך זאל נישט שרייבן זיין ניק ס'איז דא ארוינים וואס שריין אז סאטמאר איז שילדיג און די ווידיא'ס וועגן סאטמאר האט ארויס געגעבן פון ראדני ווי די ארוינים שלאגן וועל איך זאגן אז ס'איז אנדערש ווייל סאטמאר האט אויפגעדעקט פאר די וועלט וויאזוי ר' אהרן איז מחלל א מקום קדוש בלויז פאר די אינטערעסע פין דעם גייציגן אני אמלוך!
די ארוינים האבן אויפגעדעקט ווי א איד וואס איז נזהר אויף יעדן סעיף אין שלחן ערוך קלה כבחמורה איילט זיך צו עסן דעם אפיקומן פאר חצות! סאטמאר האט אויפגעדעקט פאר די וועלט אז ר' אהרן בגנותו ובעצמו פירט אן די גאנצע מסרבים לדין קאמפאני אויף טריט און שריט אין איז אריינגעקומען פראווען יו"ט אין וויליאמסבורג כדי מהרס צו זיין אין מחלל זיין כל הקודש לנו, אין ווארט אין זיין פארקלויזשטן דירה ביז מען וועט עם מבשר זיין אז דער באדן אין ראדני איז יודן ריין ח"ו!!!
די ארוינים האבן אויפגעדעקט אז אין סאטמאר רירט מען זיך נישט אן די פערזענליכע מיטטיילונג פונעם רבין שליט"א על כל פסיעה ופסיעה!
|
|
|
|
| נשלח ב-28/3/2006 08:26 |
|
| |
שיק צוריק פאר דעם זאלי וואס האט דיר עס געשיקט אין אישית . אז די סדר ווידיאו ווייזען איז געווען א מעסעדזש פאר איינעם...... אין עס איז אנגעקומען והמבין יבין ...
אין לגבי דער בעלזער פערלשטיין וואס האט זיך אויסגעטוהן זיין בעלזע לבוש די שווארצע זאקען אלס חתן וואס וואלט על פי יושר געדארפט העלפן היינט זיין ברידער וואס פירט די בחירות פוליטיק אין בעלז אין זיך שלאגן דארט אין נישט זיצן אין פייניגען דעם סאטמארען רבין זאל זיין געזונט [איינער האט מיך געזאגט אז ער ארבעט מיט זיין ברידער בשותפות פארן בעלזער נאר זיי האבן אנדערע פאזיציעס]
וואס קען אים דער רבי זאל זיין געזונט העלפן זאל איינער דא מסביר זיין נאכן הערן די טעיפ וואס וויל ער פין רבינו שליט"א איך דארף איין טעם - געלט? א בריוו? ער זאל אנטוהן באקסינג גלאווס אין קומען פייטן ? ער זאל בעטן פין די רב ער זאל געבן די קרית יואל וויליטש געלט צי פייטן אברהם ווידער? וואס האט ער געוואלט פין דעם אלטן צובראכענעם איד וואס איז די גרעסטע מנהיג אין די וועלט??????
|
|
|
|
| נשלח ב-28/3/2006 15:26 |
|
| |
דער מענטש דארף זיין אויסגעשפיגן איבעראל ווער עס זעהט איהם אויפן גאס איז מחויב מוחה צו זיין
|
|
|
|
| נשלח ב-28/3/2006 17:06 |
|
| |
נישט מוחה זיין,
א שפיי איז פונקט גענוג.
|
|
|
|
| נשלח ב-28/3/2006 17:26 |
|
| |
he still thinks that he is rush limbo by the yidden
|
|
|
|
| נשלח ב-28/3/2006 18:07 |
|
| |
יענקעלע האסט ארויסגעשלעפט דרייניץ פון לאק און אריין אין נעץ
דא האט איר וואס דרייניץ ענטעפערט, למען הפונקליכקייט, עס איז איינס פאר זיין לעצטע פאראגראף
וליתר שאת האט הגה"צ דומ"ץ מאנטרעאל פארגעשלאגען א זבל"א אבער נאר מיט א חתימה פון ר'
אהרן, מיר זענען גרייט, כ"ק גאב"ד סאטמאר שליט"א איז גרייט אונטערצושרייבען אפילו אן א חיוב
בית דין, איז ר' אהרן גרייט??????????
ע"כ פון דרייניץ
איז פרעגן מיר אלע דרייניץ,
1- זענט איר גרייט צו גיין צו זבל"א א יא אדער ניין
[פארוואס איך פרעג א יא אדער ניין, ווייל ווער עס האט שוין דעבאטירט מיט דרייניץ ווייסט אז
נאכדעם הייבט זיך אן, איר זענט שוין געגאנגן אין קאורט, ניין, מען גייט נאר צו די דיינים, נאר
צו די 3 בתי דינים, און פילע אנדערע תירוצים]
2- קען מען האבן בכתב ובעל פה פון ר' זלמן לייב אז ער איז גרייט צו גיין צו א זבל"א יא אדער ניין
3- אויב קען מען דאס האבן פון אים, פארוואס האט דאס נאכנישט פאסירט ביז יעצט
4- זענען כהנא און פערלשטיין גרייט צו גיין צו זבל"א, יא אדער ניין
[פארוואס איך פרעג, ווייל ווער עס ליינט זעהט קלאר ווי דרייניץ רעדט פון די דין תורה איבער די
רבנות צווישן דער רב און ר' זלמן לייב און די רבנות, און ביזדערווייל רעדט מען דא פון די דין
תורה צווישן ר' בערל פרידמאן ושותפיו און כהנא פערלשטיין, און לאמיר דא, קלאר
שטעלן קלאר, אפילו ווען ר' זלמן לייב זאל געווינען די דין תורה אז ער איז לעגיטימער רב אין
וויליאמסבורג, און אפילו ווען ר' בערל פרידמאן זאגט קלאר אז ער גלייכט נישט ר' זלמן לייב
אינגאנצן נישט, און אפילו ער זאגט אז ער איז פון ר' אהרן מענטשן האט ער נאך אלץ א דין תורה
צווישן אים און כהנא פערלשטיין , ווער עס זאל זיין די ראשי הקהלה פון קהל יטב לב דסאטמאר
וויליאמסבורג , בפרט אז וויליאמסבורג איז די צענטראלע קהלה, עס איז דא און עס מעג זיין דין
תורה'ס צווישן ערוועלטע רבנים און די בני הקהלה, צווישן די ראשי הקהלה און די רבנים, און מען
דארף גיין צו דין תורה דערפאר
 |
|
|
|
|
|