אסאך פיליזאפן האבן שוין געבראכן דעם קאפ אויף דעם ענין. וואס טוט זיך נאכ'ן שטארבן? למעשה איז קיינער נישט צוריק געקומען פון דארטן, און עס איז נישט דא קיין קראנטע מקורות איבער וואס געשעט מיט די מענטשן נאכדעם.
למעשה געפינען מיר אבער אויף איין פלאץ אין מקרא ווי עס איז געווען א שייכות צווישן די לעבעדיגע מיט א טויטן. איך מיין אז עס וואלט געווען א גוטע פלאץ פון ווי צו אנהייבן שטודירן די זאך.
אין שמואל א (קאפיטל כח) ווערט געברענגט די מעשה פון שאול וואס האט אראפ געברענגט שמואל דורך א בעלת אוב. איך וועל קוואטען די פסוקים:
ותרא האשה את שמואל, ותזעק בקול גדול. ותאמר האשה אל שאול לאמר למה רמיתני ואתה שאול:
ויאמר לה המלך, אל תיראי. כי מה ראית? ותאמר האשה אל שאול, אלהים ראיתי עלים מן הארץ:
ויאמר לה, מה תארו? ותאמר, איש זקן עלה, והוא עטה מעיל. וידע שאול כי שמואל הוא ויקד אפים ארצה וישתחו:
ויאמר שמואל אל שאול, למה הרגזתני להעלות אתי וגו':
אין פסוק שטייט קלאר אז די פרוי האט געזען שמואל, זי האט אים דיסקרייבד פאר שאול, און ער האט מסכים געווען אז דאס איז ער. אויך האט שמואל גערעדט צו שאול, און זיך אפילו גערעגט אויף אים פארוואס ער האט אים ארויף געברענגט.
וואס איז אבער אינטערעסאנט (איך האב נאך נישט געקוקט אין די מפרשים), אז די פרוי האט זיך צושריגן ווען זי האט אים דערזען, וואס מיינט אז זי האט זיך דערשראקן. וואס פון דעם קוקט אויס אז זי האט צום ערשטן מאל געזען א טויטן. עס קען זיין אז זי האט נישט געקענט באמת רעדן צו טויטע, זיי זענען נאר געווען כישוף מאכערס וואס האבן פארדרייט א קאפ, נאר דא ביי די מעשה ווי דער אויבערשטער האט געוואלט אז שמואל זאל איבערגעבן דעם מעסעדזש פאר שאול, האט ער געמאכט אז זי זאל אים יא זען, און וועגן דעם האט זי זיך אזוי דערשראקן.
אויך, וויאזוי האט זי פארשטאנען פון דעם וואס זי האט געזען שמואל אז ער איז שאול? (פון וואס איך האב געשריבן אין פאריגן פאראגראף, קען מען דעס אויך פארענטפערן, אויב יענטס איז אמת).
וואספארא סימנים האט זי דען געגעבן אז פון דעם האט שוין שאול געוואוסט אז דאס איז שמואל?
פארוואס האט זיך שאול געבוקט פאר שמואל?
וואס איז טאקע דארט פארגעקומען?
איינער האט מיר געזאגט אז דער רמב"ם שרייבט אז דאס איז נאר געווען א חלום. אבער אין א פריערדיגן פסוק (כח ו) שטייט: וישאל שאול בה' ולא ענהו ה' גם בחלמות גם באורים גם בנביאם. שטייט קלאר אז אין חלומות האט מען אים נישט געענטפערט. האפנטליך וועט יענער אפיר קוקן אין מורה און עס מעתיק זיין דא.
נשלח ב-23/3/2006 21:05
וואס איז דער מכוון פון די דאזיגע אשכול? אזוי ווי די זאגסט דאך שוין אז קייער איז נאך נישט צוריק געקומען און קיינער וועט נישט צוריק קומען, ביז תחיית המתים, דאן וואס איז דען דא צו דיסקוסען? און די שרייבסט דאך אין אן אנדערן אשכול "עס מוז קענען ווערן א דייעלאג פון דעם שמועס", וואסערע דייעלאג קען דא ווערן?
נשלח ב-24/3/2006 04:41
דער אמת איז אז דאס אליינס צו דאס לעבן נאכ'ן טויט איז אן אישו אדער נישט, איז א נושא צו דיסקוסירן.
אין די תורה ווערט נישט דערמאנט וועגן נאכ'ן טויט. עס שטייט קיינמאל נישט אז אויב דו וועסט טון עבירות וועסטו ברענען אין גיהנם וכו'. אלע שטראפן זענען אויף דער וועלט. פון די אנדערע זייט איז היינט א גרויס חלק פון אידישקייט געבויעט אויף די שכר ועונש פון יענער וועלט. דארף מען זען אין אנדערע פלעצער אין מקרא צו אין חז"ל וואס טוט זיך דא. דארף דער מענטש לעבן מיט דעם געדאנקן גאנג פון יענער וועלט, אדער נישט, נאר פאקוסן אויף דער וועלט, וואס איז ריכטיג און וואס נישט.
עוד יש לומר, אז די פסוקים אין שמואל זענען תורה, ותורה היא וללמוד אני צריך. עס איז דאס איינציגע מאל (וואס איך ווייס) ווי עס ווערט דערמאנט א קאנעקשאן פון לעבעדיגע מיט טויטע, אין מקרא. מ'דארף דאס שטודירן, וואס שטייט דא, וואס וויל דער פסוק דערמיט. פארוואס איז דאס געבליבן מיט אונז אין דער נצחיות'דיגע תורה, זעט אויס אז עס איז דא פאר אונז א לימוד דערין.
IT SEEMS TO ME THAT THE AFTERLIFE IS A PART OF THE LIFE
LETS SEE
THE CREATOR, MANAGER, CEO, CFO AND CONTROLER OF THIS WORLD PUT IN THE PEOPLE HE CREATED- ALL OF THEM -A SET OF RULES IN THIER MINDS . INSTINCTIVELY A KID KNOWS THAT IT IS WRONG TO HIT THE BABY- JUST AS THE SPIDER KNOWS HOW TO MAKE A WEB.
THE MAN INSTINDTIVLY KNOWS THE LAWS OF MARITAL FIDELITY JUST LIKE THE ONE- DAY SNAKE KNOWS HOW TO HUNT (NOT DISCUSSING THE TORAH, WHICH THE JEWS HEARED EXCLUSIVLY FROM HASHEMS MOUTH- AND THROUGH HIS MESSENGERS) THIS IS TO ME SIMPLE BUT OPEN- OF COURSE- TO DISCUSSION
A LOT OF SINS ARE PUNISHABLE BY THEIR DIRECT NATURAL CONSEQUENCE. LIKE STEALING,MURDER AND LYING. FOR OTHER SINS HASHEM PROMISED TO PAY BACK HARSHLY AND HE OPENLY WARNS IN THE TORAH THAT HE DOES NOT FORGIVE WITH TIME WITHOUT TSHUVAH AND IMPROVEMENT
AND WE ACCTUALY FIND PLACES IN TANACH WHERE HASHEM PAYS BACK- FOR GOOD AND FOR BADRIGHT IN THIS WORLD.
SO IF WE SEE THAT IN THIS WORLD PEOPLE GET AWAY WITH SERIOUS THINGS, LIKE RAPE MASS MURDER AND CRUELTY THERE MUST BE A PLACE WHERE THEY WILL PICK UP WHAT THEY LEFT
IN GRADITUDE LET ME CREDIT THE INSPIRATIONS OF THIS THOUGHT- REB AVIGDOR MILLER ZT''L AND RAV AMNON YITZCHAK- OF COURSE EVEN THEIR THOUGHTS ARE OPEN TO DISCUSSION
NEXT UP: THE CREATOR OF THIS SMART WORLD WHY DID HE CREATE DEATH? IF DEATH IS DISTRUCTION WHYSHOULD HE DO IT- IF THAT IS THE REAL END. IS IT NOT SENSIBLE TO SAY THAT NOT ONLY IS AFTERLIFE A CONSIQUENCE OF DEATH BUT THE VERY REASON FOR IT? JUST THINKING NOW