| נשלח ב-21/3/2006 05:54 |
|
| |
פלוצימדיגער שלום געיעג
איינער קען מיר אפשר מסביר זיין וואס עס איז פלוצלונג געשען, אז פון אלע זייטן האט מען מיטאמאל אנגעהויבן רודפ'ן די אהרונים אז מען זאל מאכן א "שלום" ?!
אנגעהויבן מיט די "פשרה" פארשלאג פון שאול פערלשטיין, וואו ער מעלדט אז ער איז גרייט נאכצוקומען אונזער אלטן פארלאנג פון צוטיילן לויט פראצענט [כאטש וואס די טערמינען זענען פארט נישט געווען קיין נארמאלע, איז עס פארט א נייער שפראך].
נאכגעפאלגט מיט א טעלעפאן קאל פון ר' אברהם לייטנער צו ר' אלישע הורוויץ.
יעצט הער איך אז עס מבול'ט ממש מיט פארשלאגן פון האראדענקא, פון ר' טורדוס זילבער, און נאך און נאך, וועלכע זענען אלע אויפאמאל געווארן אויסערגעווענליכע "רודפי שלום"...
איז אראפגעקומען דעם ר"ח אדר עפעס א גייסט פון שלום אויף דער וועלט ?! באדייט דאס אז עס דערנענטערן זיך די ימות המשיח ?!
|
|
|
|
| נשלח ב-21/3/2006 19:49 |
|
| |
איך עפעס אז חיים לאקס דער תורה וגדולה במקום אחד וויל עפעס אויך שלום..
ווייסט איינער מער???
|
|
|
|
| נשלח ב-21/3/2006 21:06 |
|
| |
איך האלט אז אויב א רב אדער עסקן אדער סיי ווער אימער עס האט אביסעלע POWER, וויל באמת אויפטון פאר אידישקייט זאל יעצט מאכן שלום אין סאטמאר, יעצט איז די בעסטע שעת הכושר, סיז יעצט א זמן ווי ביידע צדדים זענען נישט זיכער מיט זיך ביידע קענען אט אט פארלירן אלעס, די זאליס דורך שאול פערלשטיין האבן צום ערשטן מאל געשיקט א וואונק אז זיי ווילן פארהאנדלען, ער האט געזאגט בזה הלשון "אונז וועל מיר זיך צושטעלן און זיי געבן סך בעסער אין שענער ווי זיי שטעלן זיך פאר", איך האלט אז הגיע הזמן אז דאס עקשנות פון ביידע צדדים זאלן זיך ענדיגן אין מ'זאל מאכן אביסעלע פיינפולע קאנסעציעס.
איך האב א מעכטיגע פלאן, אפשר וועט עס אנקומען צו די רייט עדרעס.
1. ראדני סט., קליימער, אברכים, זאליס
2. ביהמ"ד ראסס, קינגס טערעס - אהרונים
3. בית רבינו מוז זיין גענצליך נייטראל, אריינשטעלן גבאים פון ביידע צדדים.
4. UTA אלעס פאר זאליס אויסער איין בנין. (ויואל משה אדער עטרת אברהם)
5. ביה"ח קאמפלעט נייטראלע שותפות.
6. זאליס באקומען א בנין אין קרית יואל.
7. זאליס מוזן אנערקענען ר' אהרן אלס מרא דאתרא פון קרית יואל.
8. וומ"ס רבנות איז נישט שייך "מרא דאתרא" - ווייל יעדער גייט זיך גיין זיין וועג. פונקט ווי סיז דא פאפא, וויען, וויזניץ, וועט זיין סאטמאר אהרונים און סאטמאר זאליס.
9. די נאמען "קהל יטב לב" זאל ווערן צוויי באזונדערע קאנגרעגעישנס מיט באזונדערע נעמען.
10. ביידע צדדים מוזן זיך מחייב זיין צו אויפהערן פירן אפציעלע מלחמות און באשמוצן איינע דעם אנדערען.
11. טאאאאאאאאאאאאאאאאאאאאאאאאא!!!! משיח איז דא!!!
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-21/3/2006 21:55 |
|
| |
מקוה איד
אויף וועמענס חשבון ביסטע אזא גיטער מיט UTA?????
פארוואס פאר די זאליס אלעס?????
בכלל פארוואס קליימער אין אבריכים ביידע פאר די זאליס??????????
עפעס שטימט נישט מיט דיין חשבון, ווייל די ארונים זענענן רוב מילט קימט זיך פאר זיי כאטש האלב
בכלל, זענענן די ארונים יעצט {לדעתי..} ידם על העליונה, מילא קימט זיך זיי א בעסערע דיל
|
|
|
|
| נשלח ב-21/3/2006 22:16 |
|
| |
זאג דו, וואס ביסטו "יא" גרייט צו קאנסידן למען השלום, פארשטייט זיך רעאליסטיק וואס די אנדערע צד זאל ערענסט נעמען אין באטראכט
|
|
|
|
| נשלח ב-21/3/2006 22:27 |
|
| |
באללמד
איך זע נישט זייער רצון פאר שלום בכלל.
ער וויל דער רב זאל אוועקגעבען בנינים אין קרית יואל ווי ער איז מרא דאתרא שוין צוואנציג יאר פאר זיינע שונאים?
ער מיינט דאך נישט אז מיר זענען בהמות.
ער וויל בסך הכל אז ווען ער וועט וויינען דין תורה נאך זיין הפסד אין קאורט זאל מען אים נישט קענען זאגען ביסט א מסרב ואין נזקקין לך.
|
|
|
|
|
| נשלח ב-21/3/2006 22:27 |
|
| |
מקוה איד.
ביזט גערעכט אז עס איז נישטא קיין בעסערע צייט ווען צו מאכן שלום, נאר אין א צייט ווען זאכן זענען פארנעפלט אויף ביידע זייטן, אבער וויפיל איך האב פרובירט האב איך בשום אופן נישט געקענט דערגיין אויף וועלכן באזיס דו האסט פארגעשלאגן דיין טערמינען.
שאול פערלשטיין האט ארויסגעברענגט זייער א גוטן געדאנק, וואס איז אייגנטליך געגנב'עט פון די אהרונים נאך מיט פינף יאר צוריק, אז מ'זאל מאכן וואלן און צוטיילן די קהילה לויט פראצענט. דער פראבלעם איז נאר אז ער האט אפן געלאזט די - צענטראלע - פראגע איבער ווער עס איז בארעכטיגט צו שטימען, וואס איז די נקודת היסוד אין די מלחמה.
אבער ווען עס קומט צו די מוסדות, איז די פראגע געלעזט מעיקרא, שטימען קען נאר דער וואס האט א קינד אינעם מוסד, העכסטנס וועט מען אפשר אויך רעכענען דעם וואס האט געהאלטן אלע זיינע קינדער אין דעם מוסד, און אזוי זאל מען צוטיילן לויט די פראצענטן.
אין קרית יואל וואו אסאך זאליס האבן זיך געעפנט באזונדערע מוסדות ברויכן זיי - לדעתי - נישט באקומען קיין שטים רעכט, אפילו שאול פערלשטיין האט בשעתו געזאגט אז דאס מיינט נישט אז זיי געבן אויף זייערע רעכטן, איז עס אבער אין מציאות דירעקט יא אויפגעגעבן די רעכטן, ואם כן אין לדבר סוף.
אבער דאס איז אמאל זיכער אז אין וויליאמסבורג ברויך מען זיכער מאכן וואלן, און זיך צוטיילן לויט פראצענט, וואס איז בלי שום ספק פיל מער ווי איין בנין.
מעגליך אז עלטערן פון מערערע קינדער דארפן האבן א גרעסערן שטים רעכט.
אדרבא, זאג דו, לויטן חשבון האבן די אהרונים אין וויליאמסבורג [אן די ישיבות, וואס עלטערן פון בחורים וואס זענען ארויס פון 82 דארפן טאקע נישט זיין בארעכטיגט צו וועלן] מינימום 4 טויזנט קינדער בליעה"ר, וואו וועט מען פלאצירן די אלע קינדער ?! אין ברכה סימא - דער גרעסטער בנין וואס א מוסד פארמאגט אין דער וועלט ! - איז שוין לאנגע יארן נישטא קיין פלאץ זיך צו רירן. דאס זעלבע מיט אלע אנדערע בנינים, וויאזוי קלערסטו זאלן די אהרונים זיך פלאצירן דאס אלעס אין ויואל משה אדער עטרת יואל ?!
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-21/3/2006 22:36 |
|
| |
מקוה איד, כשם שאין פרצופיהן שוות כך אין דיעותיהן שוות,
איך האלט אויך אז יעצט איז די צייט פאר א שלום, אבער איך בין אינגאנצן מחולק מיט דיין פלאן, דיין פלאן איז גארנישט אזוי מעכטיג, אפשר אמאל וואלט עס געמאכט סענדס, (און דאס איז אויך א גרויסער "אפשר") BUT NOT ANYMORE,
דאס איז מיין "מעכטיגער" פלאן, עקשעלי, איך האב צוויי פלענער, PLAN A און PLAN B.
PLAN A, מען זאל צוריק גיין צו בעפאר תשנ"ט, (נאר מיט די גוטע זאכן) דאס הייסט ר' זלמן לייב זאל צוריק גיין קיין בארא פארק, רבי אהרן וועט ווייטער זיין קרית יואל'ער רב און ראש הישיבה, און דער רבי זאל "צוריק" ווערן רבי... בני יואל זאל ווייטער זיין... ר' אברהם לייטנער זאל צוריק ווערן... און מען דארף "יא" לאזן מאכן די תשנ"ט וואלן מיט די 3 ליסטעס. ניין, (איך האב געוויסט אז דו גייסט דאס פרעגן...) מען טאר "נישט" שלאגן קיינעם, מען טאר "נישט" פארברענען ילד שעשועים, און מען טאר "נישט" קיינעם ארויס טראגן פון די מקוה נאקעטערהייט... (פארפאלן משה גבאי וועט מוזן מסכים זיין צו דעם...)
PLAN B,
1. ראדני סט., ביהמ"ד ראסס, קינגס טערעס, קליימער - אהרונים
2. זופניק אברכים, מירטל, סאוט 8, זאליס
3. בית רבינו מוז זיין גענצליך נייטראל, אריינשטעלן גבאים פון ביידע צדדים.
4. UTA אלעס פאר אהרונים אויסער איין בנין. (ויואל משה אדער עטרת אברהם)
5. ביה"ח פאר קאמפלעט נייטראלע שותפות.
6. זאליס באקומען א בנין אין קרית יואל פון די בנינים ווי רבי אהרן האט "נישט" קיין דריסת הרגל.
7. זאליס מוזן אנערקענען ר' אהרן אלס מרא דאתרא פון קרית יואל.
8. וומ"ס רבנות איז נישט שייך "מרא דאתרא" - ווייל יעדער גייט זיך גיין זיין וועג. פונקט ווי סיז דא פאפא, וויען, וויזניץ, וועט זיין סאטמאר אהרונים און סיגוט זאליס.
9. עס זאל ווערן צוויי באזונדערע קאנגרעגעישנס מיט באזונדערע נעמען. די נאמען "קהל יטב לב" פאר איינעם, און א צווייטן נאמען (דברי יואל אדער ויואל משה וכו') פאר דעם צווייטן.
10. ביידע צדדים מוזן זיך מחייב זיין צו אויפהערן פירן אפציעלע מלחמות און באשמוצן איינע דעם אנדערען.
11. טאאאאאאאאאאאאאאאאאאאאאאאאא!!!! משיח איז דא!!!
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-21/3/2006 22:36 |
|
| |
מענדל.
ביי אידן איז נישטא אזא טערמין ווי "סטעטשו אוו לימיטעישאנ'ס". עס איז נאר דא א דין פון חזקה און מחאה, וואס דוכט זיך אז עס איז נישט במציאות קיין גרעסערע מחאה ווי דאס וואס איז פארגעקומען אין קרית יואל די פארלאפענע 20 יאר [גערעכט צו נישט, מחאה איז עס געווען].
נאר וואס דען, דא קומט לגמרי נישט אריין דער דין פון מחאה, פאקטיש האט רוב ציבור מקבל מרות געווען פון רבינו שליט"א בלי שום חולק, און אפילו ביים רב שליט"א איז עס געווען נישט מער ווי א וויסטע העצע פון אפאר גרויסע מויל מאכער, וואס דער מציאות האט שוין מערערע מאל איבערצייגט אז זיי זענען מאקסימום 40 פראצענט פונעם שטעטל.
אין די הלכות פון א ציבור און קהילה איז דער מיעוט געצווינגען צו גיין נאכן רוב, און במילא איז דער גאנצער צוטיילן לויט פראצענט בכלל נישט רעלעוואנט אין הלכה'דיגע טערמינען, נאר ווען עס איז די רעדע פון מאכן א פשרה, וואס דאן שטעלט זיך די הלכה אין דער זייט און לאגיק נעמט איבער די פירנדע ראלע.
לאגיק, צב"ש, פארלאנגט אז בני יואל וואס האט זיך גענצליך אויסגעשלאסן האט נישט וואס אריינצורעדן.
לאגיק, פארלאנגט אז ווער עס האט שוין ארויסגענומען זיינע קינדער פון די מוסדות - סיי אין קרית יואל, סיי אין וויליאמסבורג - האט מער נישט קיין טענה ותביעה צו די מוסדות, און ער זאל געזונטערהייט גיין דארט וואו עס איז אים געפעלן.
לאגיק פארלאנגט נאך פילע פרטים וועלכע עס איז א שאד אויסצושמועסן, ווייל דער גאנצער שמועס איז פטפוטי דברים בעלמא דען עס זעט זיך נישט אויפן האריזאנט קיין ערנסטע שלום פלענער פארן נאנטן צוקונפט, ווי לאנג איין צד האט נישט באפעסטיגט זיין לעגאלע אחיזה אויף די בנינים.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-21/3/2006 22:39 |
|
| |
יענקעלע, האסט מיר דערמאנט א וויכטיגער פרט.
מקוה, אפשר ביזטו מיר מסביר וויאזוי דער נאמען "קהל יטב לב" ווערט צוטיילט ?!
ווי איז מעגליך אין דער וועלט צוויי קהילות מיט איין נאמען ?!
חוץ אויב דו האסט געמיינט אז איינס וועט הייסן "קהל יטב לב ד'סאטמאר", און די צווייטע "קהל יטב לב ד'ארשיווע", אבער אויב אזוי, מה הועילו חכמים בתקנתם ?! איז דאך די מחלוקה צוריק צום א' ?!
|
|
|
|
| נשלח ב-21/3/2006 22:52 |
|
| |
גראדע אין דעם פרט דארט מען זיין ריאליסטיש.
עס איז נישט דא קיין מעגלייכקייט אז די זאליס גייען זיך נישט רופען סאטמאר, בסך הכל קען מען פארהאנדלען אויף קהל ייטב לב אין דער אנדערער קהל ויואל משה. אזוי ווי אין קרית יואל.
סאטמאר לדאבוני וועט שוין אייביג זיין צוויי.
|
|
|
|
| נשלח ב-21/3/2006 23:01 |
|
| |
בא_ללמד,
האסט שוין געהערט די שפריכווארט "אל תהיה צודק היה חכם"?
זיי נישט גערעכט, זיי ענדערש קלוג.
טראכט נישט וואס איז גערעכט, טראכט וואס איז די מערסטע רעאליסטיש זאל צושטאנד קומען מיט די מינימאלע קאנצעסיעס, וואס זאל דיך שטעלן אין א גוטע פאזיציע.
דו האסט א גוטע פוינט אז אויב מ'רעדט פון וואלן איז דער עיקר מי ומי ההולכים, ווען ביידע צדדים שרייען "יחידים המשתלטים על הציבור" זענען לכאורה ביידע גערעכט, ביידע רעדן אבער פון אנדערע יחידים און פון אנדערע ציבורים, ווען שאול פ"ש האט געזאגט אז ער האט רוב "ציבור", רעדט ער פון גענצליך אן אנדערן ציבור ווי פון וואס די אהרונים רעדן, די מיליאן דאלאר שאלה איז: ווער האט די לעגיטימע ציבור????
דאס איז דער דעד-לאק!!! און דאס איז די סיבה פארוואס איך האלט אז די פארשלאג פון "וואלן" וועט זיך נישט אויסארבעטן.
איך האלט אז אויב מיר האב מיר די ביהמ"ד אויף ראסס מיט די נאך גציילטע בנינים זעמיר אין א גענוג רעספעקטפולע פאזיציע.
דער עיקר פארשטייט זיך אז בית רבינו מוז זיין גענצליך נייטראל, דאס איז א זאך וואס מ'טאר נישט נאכגעבן קיין אינטש.
|
|
|
|
| נשלח ב-21/3/2006 23:01 |
|
| |
לויט מיין סטראטעגיע...
וועט זיך צוטיילן נישט ברענגען קיין שום שלום און יעדע זאך וואס איין צד וועט וועלן טון עפעס וועט ווערן מחלוקת (למשל וואלן און קר"י פאר מעיאר) און מען וועט נישט קענען אויפוהן קיין איין זאך ווען עס איז דא צוויי זייטן
די איינציגסטע שלום פלאן (וואס קוקט נישט אויס אין די וועלט עס זאל מעגליך זיין...) אז דער ר' אהרן זאלן ווערן רב הצעיר און ר' זלמן רב און וומס און סאטמאר זאל צוריקבעקן צו תשנ"ח סיון (געדענקסט כ' סיון קרן הצלה , חתונה מיט גאבד ירושלים ז"ל ?) אבער עס איז נישט מעגליך חוץ אויב משה גבאי און ליפא איז מסכים זיך צו בייגן אונטער ר' אהרן
און פארגעסן די אלע אהבה מוסתרת מיט זייער עכטע שנאה גלוי'ה צום רבין זאלן זיך גיין צוריק צו בני יואל, שארמאש, קאשוי,מונקאטש, אברהם לייטנער,ETC און אנדערע ווערטער מיינט דעיס שלום זיך צוטיילן מיינט נישט קיין שלום עס מיינט אפשר שטילשטאנד, אראפ לייגן געווער סיון תש"ס איז שוין געווען עפעס אזא רעדע פון שלום אבער.......
תוקן על ידי - קארל_ראוו - 21/03/2006 23:02:53
תוקן על ידי - קארל_ראוו - 21/03/2006 23:08:37
|
|
|
|
| נשלח ב-21/3/2006 23:36 |
|
| |
דאס איז אויך נישט קיין שלום. פארוואס בלייבן די ארונים מיט איינעם אין די זאלונים מיט צוויי?...
|
|
|
|
|