|
|
| נשלח ב-22/3/2006 00:01 |
|
| |
מקוה איד איך האב נישט געכאפט אז דו מיינסט ערענסט, קיק מיר אריין אין די אויגן, און זאג מיר אז עס קען זיין א שלום, מקוה, איך האב עכט געמיינט אז דו ביסט קלוגער, עס קען נישט און עס וועט נישט זיין קיין שלום, ביז.... איין צד וועט זיכער זיין אז אויב נישט קיין שלום וועט ער "אלעס" פארלירן, און דאן וועט ער פרובירן צו ראטעווען וואס ער קען, לעת עתה האלט נאך קיין איין צד נישט ביי דעם, און ביז ביידע צדדים קלערן נאך צו געווינען, קען קיין שלום נישט זיין, מקוה, פארגעס נישט, די צדדים האבן זיך נישט ליב, (איידל גערעדט), און יעדער האלט אז דער צד השני האט עם אפגענארט, און אז ער איז דער וואס 100% גערעכט, נו, פארוואס זאל ער מוותר זיין?, יא, ער וועט גרייט זיין "עפעס" מוותר זיין, למען השלום, און למען הפערסעפשאן, מען זאל מיינען אז ער וויל באמת השלום, אבער NOTHING MAJOR, למשל, דרייניץ פארשטייט, אז אויב איז מען דן וועגן ירושלים, דארף מען דן זיין אויך אויף אנטווערפן, (ALL RIGHT, IT MAKES SENSE) אבער מען זאל דן זיין אויף מאנסי, דאס פארשטייט ער לגמרי נישט, ער טענה'עט, אז אויב האט מען א טענה אויף ר' חיים יושע'עס רבנות זאל מען עם רופן צו דין תורה, איי, פארוואס פארשטייט ער אז אויף קרית יואל רבנות דארף מען יא דן זיין, אן צושיקן א הזמנה לדין תורה צו רבי אהרן? כאטשיג, אויף ר' זלמן לייב'ס רבנות האט זיך תיכף אנגעהויבן א טענה, און תיכף געשיקט הזמנות לדין תורה, און רבי אהרן'ס רבנות האלט מען שוין 15 יאר לאחר המעשה, פשוט, ווען מען קריגט זיך, איז מען נישט ריאליסטיש, און אז מען איז נישט ריאליסטיש, קען קיין שלום נישט זיין !!!!!
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-22/3/2006 01:03 |
|
| |
ענק רעדן נארישקייטן, סגייט קיינמאל אין די וועלט נישט זיין קיין שלום! אפשר וועלן די צוויי ברודערס שלום מאכן, אבער די זאליס און בני יואל וועלן נעווער נעווער נעווער איינגיין אויף א שלום, אין די ערגסטע פאל וועלן זיי אינגאנצן איבערלאזן זאלי און גיין צוריק צו לייטנער און קאשוי ETC. די מענטשן זענען להשמיד ולהרוג אויפן רב, זיי זאגן כלאמפערשט אז ער איז א קליפה מיט ווייסעך וואס נאך, און דעס איז ביי זיי א גרין לייט שופך דם צו זיין נאן סטאפ פאר טויזנטער מענטשן, מוועט פון זיי קיינמאל קיינמאל קיינמאל נישט פטור ווערן. אלע איבריגע פלענער זענען פוסטע חלומות און דמיונות.
|
|
|
|
| נשלח ב-22/3/2006 01:48 |
|
| |
איך זעה שוין אז סאטמאר האט א 98% טשענס אויף די אפיעל קארט
ווייל איך זעה דא די ארוינים רעדן דא א גאנצע טאג פון שולם נעבך נעבך
|
|
|
|
| נשלח ב-22/3/2006 01:53 |
|
| |
שקל וואס הייסט אין ערגסטען פאל? פארקערט אויב עס וועט זיין ווי די זאגטס אז די צוויי ברידער וועלן שלום מאכן און די אלע שונאים פון ר' אהרן/די רבי וועלן צוריק גיין פון ווי זיי זענען געקומען וועט זיין שלום ושלוה טאאאאאאאאאאאאאאאאאא!!
ווער רעדט פון שלום מאכן מיט זיי? מען רעדט שלום אזוי ווי תשנ"ו ביים אבן הפינה פון נייעם ביהמד דעלמאט זענען נישט געווען די אלע וואס רופן זיך היינט זאליס
|
|
|
|
| נשלח ב-22/3/2006 01:56 |
|
| |
דא האסטו ראדני152 וכל שום וחניכא מבני בניו ווילי יונג אני יהודי ETC זיי ווילן נישט קיין שלום זיי שרייען נעבעך פון זיי רעדט מען נישט
|
|
|
|
|
| נשלח ב-22/3/2006 01:58 |
|
| |
חידא!!
אויב בוש זעהט אז בין לאדין שטייט גוט און סיי אמעריקע און סיי בין לאדין קענען געווינען וועט בוש מאכן שלום מיט אים ? און אים אפפערן האלב USA?
|
|
|
|
| נשלח ב-22/3/2006 02:05 |
|
| |
קראל ראוו יא יא די קליגסטע מענטש קען זיך אויך א מאל פאר רעדן די שרייבסט מבני בניו וויל נישט קיין שלום יא ביסט גערעכט ווייל מבני בניו איז אן ארויני
|
|
|
|
| נשלח ב-22/3/2006 02:10 |
|
| |
פאטאקי 
סוועט אין סאטמאר נישט זיין שלום פיריעד
זאל מען אויפנעמן ליפא פאר רבי וועלן זיי אויך בלייבן דארט אבי נישט די רב
|
|
|
|
| נשלח ב-22/3/2006 02:14 |
|
| |
ראדני152 איז א ארויני
ראדני איך ווייס דאך יא...
תוקן על ידי - קארל_ראוו - 22/03/2006 2:14:01
|
|
|
|
| נשלח ב-22/3/2006 02:25 |
|
| |
קארל ראוו
אפילו פאר א טעות זאג נישט אזוי עס באדערט מיר פערזענליך אז מ'זאגט דאס ווארט ארויני אויף מיר צוריק צום ענין די ארוינים מיט זייער פירער ר' אהרן האלטן נישט ביים גיין צו דין תורה און מאכן שלום
|
|
|
|
| נשלח ב-22/3/2006 05:07 |
|
| |
אין קרית יואל איז שוין עטליכע מאל געווען וואלן זייט תשנ"ט, פאר מעיאר, ווילידזש טראסטיס און פאר סאסמאן אלס סופערווייזער אדער קאונטי עקזעקעטיוו, איך געדענק שוין נישט גענוי
די זאליס האבן אלעמאל געשריגען אז די וואלן זענען א רעפערענדום אויפן רבנות
דער איד, דער אפיציעלער ווארטזאגער פון די זאליס, האט אפן אזוי געשריגען אין זייער עדיטאריעל אז די וואלן זענען געווען א רעפערענדום אויפן רבנות אין קרית יואל
ביי וואלן געווינט מען מיט איין שטימע מער
בוש קעגן גאור אין די 00' פרעזידענט וואלן האט געווינען מיט א נישטיגע פאר הונדערט שטימען
פארפאלן, ר' אהרן האט געווינען די וואלן אין קרית יואל, ער איז היינט רב מיט וואלן
|
|
|
|
| נשלח ב-22/3/2006 14:12 |
|
| |
MENCH איך מיין אז וואלען אין ק"י איז נישט א רעפערענדאם אויף די רבנות, די ביסט מיטגעכאפט געווארען מיט "דער איד'ס" פראפאגאנדע איך האלט אז וואלען אין ק"י איז א אויסדריק פין יעדענס פערזענליכע עקספיריענס מיט זיך רעכענען זיך מיט עיהם בנוגע סערוויסעס פין דעם שטעטעל וואס ער מיינט אז עס קימט זיך עיהם בין לטוב או לרע
למשל
פרייזען פין הייזער וואס מען ברויך צאהלען
פערמיטס צי בויען
סכסוכים צווישען שכנים
רעכענען זיך מיט מיין מיינונג
טעקסעס
פערזענליכע הכרת הטוב אין ידידות מיט די קאנדידאטען
אין אסאך וואס האבען א פילאסעפי אז קיינער זאל נישט זיין צי שטארק אין אביאזען זיינע פאווערס אין אפילו ער וואוט פאר א קעגענער וויל ער נאך נישט אז יענער זאל באמת געווינען
למשל ווען יאסעל וואלדמאן האט מכלומרשט באקימען איבער 600 וואטס בין איך זיכער אז זייער ווייניג מענטשען האבען באמת געוואלט אז דער מטורף אין מסור זאל געווינען אויסער זיינע טעכטער וואס האבען געוואוט עטליכע מאל ביז מען האט זיי געפאקט
בקיצר אז טאמער די וואלען וואלט געווען נאר אויף די רבנות וואלט ר' אהרן אריין געקימען מיט 75-80% אין דאס איז שוין מיט די פאלטשע פראפעגאנדע אקעגען רב פין דעם צד המסרבים לדין וואס וואלטען אויפגענימען אפילו יאסעל וואלדמאן אבי נישט דער רב
אין דאס איז מיט אסאך מער ווי אפילו דער רבי זי'ע האט געווינען אין סאטמער דאס רבנות
דאס איז מיין מיינונג אבער איך קען דערהערען אן אנדערענס אויך
תוקן על ידי - 13Hooper - 22/03/2006 14:20:30
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-22/3/2006 18:07 |
|
| |
איך ווייס נישט וואס מֹאיז יעצט אויפגעקימען מיט א שלום פלאן?
סאטמאר האט שוין לאנג א שלום פלאן און ":דאס" וועט אי"ה אויסגעפירט ווערן.
דאס איז
שלום
לאנדאֹס
פלאן
תוקן על ידי - monroe06 - 22/03/2006 18:07:42
|
|
|
|
| נשלח ב-22/3/2006 23:21 |
|
| |
אויב מ'זאל מיר אנעמען אז קרית יואל האט נישט קיין מרא דאתרא, און סיז א שטאט מיט אסאך חסידות'ן יעדער איז מרא דאתרא אין זיין חסידות, האט דאך נישט קיין פירוש צו נעמען די ווילעדש וואלן פון א געמישטע שטאט אלס א מוסטער פון וויפיל פראצענט מ'זאל זיך צוטיילן אין סאטמאר, ביי די ווילעדש וואלן האבן דאך געוועהלט אלע חסידות'ן, דאס איז דאך א נייטראלע מוניסיפאלער עלעקשאן, פונקט ווי ס'פאלט קיינעם נישט ביי אז אין וומ"ס זאלן שטימען אלע חסידות'ן אין די סאטמארע קהלה וואלן, אדער ס'פאלט קיינעם נישט ביי אז מ'זאל נעמען די לעצטע מעיאר אדער גאווערנער וואלן אין וומ"ס אלס א מוסטער פאר די סאטמארע קהלה, די זעלבע אין קרית יואל פארוואס זאלן די חסידות'ן טאהש, ספינקא, ברסלוו, שארמאש, בני יואל, קאשוי, תולדות אהרן, בארדישל, בעהוץ, אריינרעדן אין די סאטמארע מחלוקה, אויב וואלן, זאל עז זיין לויטער חסידי ר' אהרן אין חסידי ר' זלמן לייב.
ואת"ל אז אלע זענען לעולם סאטמארע חסידים ותלמידים וואס האבן אינוועסטירט אין די שטעטל, נו פארוואס עפעס זאל די גאנצע 40% גיין נאר פאר ר' זלמן לייבן, וואס איז ער א גרעסערע מיוחס ווי די אנדער חסידותן, זאל מען טאקע צוטיילן יעדער לויט זיין פראצענט, למשל בני יואל באקומט 15%, ר זלמן לייב 15%, טאהש 5%, תו"א 5%, באדישעל, .00005%, וכדומה, אנדערש ביסטו נישט גאראנטירט אז מארגן וועט זיך נישט אנרוקן אלתר משה גאלדבערעגער מיט די טענה למה נגרע.
בית רבינו מוז ווערן געשליכטעט אונעם סיכסוך ווייל דאס די די שורש און איינע פון די עיקר טענות פון די מחלוקת, און אויב דאס וועט נישט ווערן געשליכטעט איז נישט דא קיין מציאות אז זאל זיין שלום, און זאל טאקע משה פרידמאן אויך אונטערשרייבן שטרי ברורין, און מ'זאל דאס אויך דן זיין צו עקסטער צו ביינאזאם, נישט קיין נפק"מ ווי אזוי.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-22/3/2006 23:25 |
|
| |
די נאאיווע זאלונימלעך וואס האלטן שוין ביי די גסיסה, געבן נאך דעם פארשריפט וויאזוי דער שלום זאל אויס זעהן, ניין, נישט חלילה קיין שלום, ווייל דאס זענען זיי אויך מודה אז ס'קען נישט און וועט נישט זיין, נאר זיי געבן דעם בלא-פרינט פון די חלוקה, און מען זאל צו טיילן די בנינים און נישט מער און נישט ווייניגער זיי פארלאנגען 40 פראצענט, פאר זיך, איי זאלונים חזירים, וואס איז מיט בני יואל? קומט זיי נישט כאטשיג 20 פראצענט, און וואס איז מיט שארמאש, עטליסט 30 פראצענט, און וואס מיינט איר, טשאד קומט גארנישט?, לאמיר זיי אויך ווארפן א 15-20 פראצענט, און טאש, ברעסלעוו, סאסמאן, רעבעצין, חרדים, אייזיק ספינקע, און נאך עטליכע עזות פנימער, לאמיר יעדן געבן, 10 פראצענט EACH, איין מינוט, שיעור פארגעסן, פון יפו, עם קומט כאטשיג 25 פראצענט, (ער איז דאך געלאפן פאר טראסטי...),
זאלונים זיסע, עס ארבייט נישט אזוי, עס קענען זיך נישט אויף שטעלן אפאר מחוצפים אין א קהילה און זאגן עד כאן, מיר זענען 30 פרצענט על כן געב אונז 30 פראצענט פון דיין רכוש, ניין, אין אמעריקא ארבייט דאס נישט, נישט על פי חוקי התורה, און נישט להבדיל חוקי המדינה, דא איז פשוט WINNER TAKES ALL, און יעדער ווייסט אז מיר אהרונים גייען אלעס געווינען און איר זאלונים וועלן בלייבן מיט די צונג אינדרויסן, (טאמער גלייבט איר נישט, דאן פרעגט ר' לייטנער, און ר' טודרוס מיט דעם הורדענקע רב, וואס האבן זיך עפעס אויף געוועקט, און פארלאנגען שלום, עפעס פארלאנגען זיי מען זאל גיין צו דין תורה, (האט דער סמכות העליונה אויך עקספייערט???) רעבע לייטנער, מה היום מיומים? וואס איז עפעס געשען? האט אייך ראזענוואסער געוויזן דעם שולחן ערוך ווי עס שטייט אז "לפניהם" ולא לפני עכו"ם, איר האט דאך שוין ארויס געגעבן א קול קורא מודיע זיין דעם "ולא לפני עכו"ם" און פונעם "לפניהם" האט איר לגמרי פארגעסן, ווער האט אייך יעצט דערמאנט? הא?,
אין שלום אמר ה' לרשעים, מיט רשעים טאר מען נישט און מען קען נישט מאכן קיין שלום, און אויב די אהרונים מיט זייער גיט הארץ, באשטייען עפעס צו געבן פאר די זאלונים, אבי פטור צו ווערן פון זיי, דאן הערטס גיט צו זאלונים'לעך, שטעלט אייך ביי די וואנט, האלטס אפן די האנט, און מאכט צו די אויגן, און מיר וועלן אייך עפעס אריין לייגן אין די האנט, זאגט שיין א גרויסן יישר כח, און פוצט אפ פון דאנעט...
תוקן על ידי - יענקעלע11 - 22/03/2006 23:58:05
 |
|
|
|
|
|