לויט ווי איך הער "מאחורי הפרגוד" [...] גרייטן זיך ראשי קהלתינו פארצושטעלן א קנאקעדיגע פרעזענטאציע ביים גרויסארטיגן מעמד "אלף שמות", וואס וועט אויפדעקן שאקירנדע אינפארמאציע איבער פארשידענע געשעענישן אין די פארלאפענע יארן אינערהאלב קהלתינו הקדושה, זאכן וואס די האר פון קאפ וועלן זיך אויפשטעלן פאר די צוקוקער, און וועלן געבן א שטיקל אינערליכן אריינבליק איבער די סאדיסטן און רשעים מיט וועלכע ראשי קהלתינו הקדושה פירן א קאמף, וואו די יעניגע שטעלן זיך נישט אפ פאר קיין שום מיטל אין דער וועלט צו דערגרייכן זייער תאוות הכבוד והשררה אויפן אומבאהאלפענעם ציבור.
מען שמועסט אז טיילן פון די אינפארמאציע זענען אזוי סענסיטיוו אז זיי וועלן ניטאמאל געהערט ווערן אויף די טעיפ'ס וועלכע וועלן פארשפרייט ווערן פון די מסיבה.
איך פארשטיי דו וואלסט חשק געהאט צו באקומען צוטריט צו די סענסיטייווע אינפארמאציע, אבער דו האסט איין ברירה דערפאר, קענסט ווערן אן אהרוני, און צאלן דעם מינימאלן סכום אלס באטייליגונג אין דיין התחייבות צו שטיצן ראשי קהלתינו הקדושה.
איך זעה נישט איך זאל דארפן צאלן א פעני די סוד וועל איך סייווי וויסען
נשלח ב-21/3/2006 17:14
יעצט איינמאל קען איך דיר נישט העלפן, דו וועסט מוזן שטילן דיין נייגער מיט די האלבעטע שטיקלעך וואס דו וועסט אפשר נאכהערן פון די אהרונים, אבער טראץ דעם גלייב איך אז דו וועסט נישט הערן פון די אהרונים אלעס וואס גייט דארט פארעפנטליכט ווערן, צוליב געוויסע סיבות...
נשלח ב-21/3/2006 18:32
אפשר וועט איינער האבען שכל און עס אויפכאפען מיט אן MP3 רעקארדער אדער וידיאו און עס
ארויפלייגען דא.
נשלח ב-21/3/2006 19:48
עס דרייט זיך ארים א ווערטל א א געוועזענער פארמעסיסט פון סטוארד פארמעסי וועט איבערגעבן פונקטליכע דעטאלן פון די פארגאנגענהייט..
רופט שוין אין קהל אפיס עס לוינט זיך נישט צו פארפאסן אזא רייכן אווענט...
נשלח ב-21/3/2006 20:33
יעצט באקומען א טעקסט מעסעדש פון די אהרונים, אז די אלף שמות מסיבה גייט זיין אין WESTERN HOTEL אין STAMFORD CT
עטס קענטס מיך נישט, אבער שטרייכט'ס אינטער מיינע ווערטער: ס'וועט נאך ארויסקומען א קול קורא פון 30-50 רבנים קעגן אונזער מלוה מלכה.
עס גייט זיין צו ציפעדיג.
(איך הייב אן צו טראכטן, וואסערע דאטום גייט שטיין אויף די קול קורא? אנו מוחים נמרצות על המעמד אלף שמות שחל במוצש"ק ויקהל ....)
מיין ווארט: מיר גייען מעגליך האבן די כבוד, צו הערן קומענדיגן זונטאג נאכאמאל ר' זלמן'ען.
נשלח ב-22/3/2006 23:21
איך האב נארוואס געהאט די געלעגנהייט צו זען די מעכטיגע פרעזענטאציע וואס גייט פארגעשטעלט ווערן מוצאי שב"ק און וואס זאל איך אייך זאגן טייערע אידן? איך האב נישט די ווערטער אין מויל!
אין קורצן:
ש א ק י ר ע נ ד ! ! ! ! ! ! s h o c k i ng
ווער עס וועט נישט זיין דארט וועט דאס זייער באדויערן זונטאג צופרי; ווער עס וועט יא האבן די זכי' דארט צו זיין וועט ארויסגיין פון זאל גאר גאר אנדערש ווי ער איז אריינגעקומען, און די זאליס וועלן זיך טיף באגראבן פאר בושה!