הרב אנרגיה שרייבט:
קוקט אויס איז השם האט ליב מענטשען מיט "אנרגיה" (ענערדזשי בלע"ז).
שפעטער שרייבט ער:
סטאלין איז אויך געווען א סוקסעס. א רשע מרושע טאקע, אבער א פאזאטיווער מענטש וואס האט נאר געזען זיין future. ער האט דורכגעבראכן אסאך שטערונגען אבער ער האט אויסגעפירט למעשה.
דער אויבערשטער גיט כוחות פאר א מענטש כדי זיך צו באנוצן און ארבעטן אויף דער וועלט דערמיט. און אזוי ווי אנרגיה שרייבט טאקע, אז דער אויבערשטער האט געגעבן א בחירה פאר'ן מענטש זיי צו נוצן אויף סיי וועלכן אופן ער וויל, צום גוטן אדער צום שלעכט. קומט אויס אז דער אויבערשטער גיט פאר א מענטש ענערדזשי, און ווען דער מענטש נוצט דאס און האלט זיך פאזיטיוו, האט דער אויבערשטער אויסגעשטעלט די טבע אז ער זאל מצליח זיין אין וואס ער וויל טון. אבער וויאזוי דער מענטש נוצט דאס, דאס איז זיין אפארטוניטי צו ווערן גרויס אדער קליין. אויב נוצט ער דאס לטוב, ווערט ער גרויס, און השם האט אים ליב, אויב פארקערט, דאן ווערט ער קליין אפילו ער האט אויסגעפירט זיינס. און השם האט אים פיינט. (היטלער האט טאקע אויסגעפירט, אבער איז געווען פארפיינטעט ביי די וועלט, די זעלבע ביי סטאלין און אנדערע. און איך מיין אז ביי יעדן רעכטדענקיגן מענטש פריוואט איז קלינטאן אראפ געקוקט. אפשר ביי די שווארצע נישט).
ממילא דער אויבערשטער האט נישט ליב מענטשן מיט ענערגיע , ער האט ליב די מענטשן וואס נוצן די ענערגיע צום גוטס. און דאס וואס א רשע קען נוצן ענערגיע פאר זיינע מעשים, איז ווייל דאס איז די טבע, און עס איז דא אין דעם א בחירה אזוי ווי אין יעדע זאך. עס ווייזט נישט אויף אן הסכמה פונעם אויבערשטן.
הרב ביבלא:
דעם קאמפעריסאן צווישן יוסף און קלינטאן, איז נישט גוט, אפילו פון א סעקולערן שטאנדפונקט. ווייל יוסף האט בעצם נישט געטון קיין ראנג זאך, ער איז פאלש געווארן עקיוזד און געפייניגט, ממילא איז צום ארויס הייבן אז ער האט זיך געהאלטן פאזיטיוו. אבער קלינטאן האט געטון א מיאוסע פעולה (וואס ער האט שוין אליינס מודה געווען אויף CBS לעצטנס). ממילא איז גארנישט אזוי מורא'דיג אז ער האט זיך געהאלטן פאזיטיוו. עס זאגט נאר אזויפיל דאס וואס איך האב פריער ערווענט, אז דער אויבערשטער האט אריין געגעבן דעם כח אין די טבע, אז ווען איינער האלט זיך פאזיטיוו און שטארק, פירט ער אויס. אבער דער מענטש דארף וויסן עס צו נוצן לטוב.
 |
|
|