בית פורומים כל העולם כולו

זאל מען צוריק שרייבן און חדשות אנש?

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-22/3/2006 05:09 לינק ישיר 
זאל מען צוריק שרייבן און חדשות אנש?



רעפערענדום אויפן עתיד פונעם פורום
איך זעה א אשכול און חדשות אנש אויב מ'זאל צוריק שרייבן דארט סאטמארע נייעס
וואס האלט דער עולם דא אויב דזוובי גייט צוריק אריין נעמען די סאטמאר נייעס איך זעה די זאליס ווילן שטארק צוריק גיין
וואס זאגט דער עולם דא דערצו דארף מען נישט מורא האבן איין שיינע טאג וועט דשוובי נאך אמאל אלעס אפמעקען

יעדער זאל לאזען הערן זיין מיינונג וואס ער האלט



דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-22/3/2006 05:25 לינק ישיר 

jewboy איז א בהמה וואס מ'קען נישט טראסטן, ער האט מיט רציחה אראפגעפלאשט שעות הארוואניע, איך פארשטיי נישט פארוואס די זאליס ווילן יא אהין גיין, האבן זיי נישט מורא אז דער תלוש וועט נישט נאכאמאל שלאגן כפרות מיט אונז?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-22/3/2006 05:27 לינק ישיר 

ער האט געהאט א ברירה צו איבערגעבן די פורום פאר א צווייטן, יעצט איז די גאנצע פורום אויפן שוועל פון אונטערגאנג



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-22/3/2006 05:37 לינק ישיר 

איך האב היינט געפאוסט די פאלגענדע מעסעדש אויף די אשכול וואס שפיטצער רעדט, און jewboy האט עס תיכף אפגעמעקט,


דאס איז די מעסעדש וואס ער האט געמעקט:

פון וואס איז די מדובר דא?

פון די אהרן - זלמן לייב מחלוקה אין סאטמאר?

פאר די וואס זענען נישט באקאנט, אין סאטמאר איז דא א שטיקלע מחלוקה צווישן דעם רבי'נס גבאי, ער הייסט "משה פרידמאן", מיטן רבינ'ס עלצטע זוהן וואס הייסט ר' אהרן טייטלבוים, וואס איז רב אין קרית יואל נו יארק, דער רבי, א 93 יעריגער איד לאוי"ט, וואס איז נעבעך אן עבר ובטל, איז גענצליך קאנטראלירט דורכן גבאי, ער פירט איהם, ברענגט איהם, לייגט איהם שלאפן געבט איהם די מעדעצינען, צו עסן, דער גבאי איז א פשוט'ער בעה"ב אבער אין א געוויסן זין איז דער גבאי דער אקטיווער אדמו"ר, ס'פעלט איהם נאר די ווייסע בעקיטשע מיט די זילבערנע שטעקן, א כלל דער עלצטער זוהן וואס איז דער פיוטשער יורש פונעם רבי'ן האט זיך אנטזאגט פון צו זיין נכנע אונער דעם גבאי, דער גבאי זעענדיג אז דער עלצטער זוהן איז נישט קיין פיוטשער פאר איהם, איז ער געגאנגען אין אפירגעבראכט פון באהעלטעניש דעם דריטן זוהן פון רבי'ן, ער הייסט ר' זלמן לייב טייטלבוים, א וואוילער איד מיט א ברייטע אויסגעקעמטע בארד, אבער אן אנפראווען קאמאדעטי, און דערקלערט אז דער דריטער זוהן גייט זיין דער נייער יורש, פארוואס? מיט פארשידענע אויסריידן, אדער אז סאטמאר איז צו גרויס, אדער אז ר' זלמן לייב איז פשוט א רחמנות אז ער האט נישט קיין דשאב, בקיצור אן אריינגיין אין אן אריכות די אלע לויעל חסידים פונעם אלטן רבי'ן האבן גענצליך מתנגד געווען דעם נייעם נאמינירטן יורש, און געבליבן ווייטער מיטן עלצטן זוהן, און געלאזט דעם גבאי הענגן טריקענען, דער גבאי האט געזען אז פלען A איז דורכגעפאלן איז ער געגאנגען צו פלען B, ער האט געמאכט א בלק-בלעם שלום פּאַקט מיט אלע שונאים פון די רבי מיט ר' אהרן, אזוי צו א פאראייניגטע מלחמה קעגן ר' אהרן'ען, דער פלאן האט געארבעט ווי א זייגער, אלע שונאים למיניהם האבן זיך ארומגרופירט ארום ר' זלמן לייב'ן און זיך גענומען טאנצען ארום אים קדוש קדוש קדוש באגלייט מיט שיינע סלאגאנען ווי למשל "אהבה מסתרת", "נועם המידות", אבער דאס איז אלעס קאוד ווערטער, און עס מיינט "מלחמה נגד אהרן ט"ב". זייט דעמאלטס עד היום פלאקערט די מחלוקה צווישן חסידי ר' אהרן אין מתנגדי ר' אהרן. אויב מ'וועט לאזן שרייבן מער וועל איך מסביר זיין מער פרטים.

נחזיר לענינו, רעדט מען פון אט די מחלוקה?

אויב יא, שטום איך 2



קען איינער זעהט וואס איז שלעכט מיט דעם? איך שרייב בלויז טריקענע פאקטן מיט ר' צו יעדן.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-22/3/2006 23:13 לינק ישיר 

חלילה , נאך אזא רשעותדיגע פארעטערישע אקט וואס ער איז באגאנגען קעגען אונז (אויפ'ן באפעל פון די זאלי שישקעס) קען מען אים נישט געטרויען מער.

זאל ער זיך גיין צי אלע רוחות דער משוגענער, ווי קען א מענטש האבן אפילו א הארץ צי טוהן דאס וואס ער האט אפגעטוהן. ניין ניין מען גייט נישט צירוק צי JEWBOY ניין ניין אין נאכאמאל ניין....

זאל ער זיצן מיט זיין פארום ביז עס וועט אינטער גיין.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-23/3/2006 00:38 לינק ישיר 

איך האלט אויך מ'זאל נישט צוריק גיין איין שיינע טאג וועט ער נאך אמאל אלעס אויסמעקן



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-23/3/2006 05:39 לינק ישיר 

אייער געטרייער ארענדאר בין  מייעץ ווי פאלגענד: 

מען זאל בעטן מר. דזשובוי, צוריק צוברענגען "אלע" אפגעמעקטע אשכולות פאר 30 טאג, אלס פראבע, און דערנאך וועט מען מאכן א באשלוס.

כאפטס אריין א וואדקע



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-23/3/2006 05:54 לינק ישיר 

פארוואס צוריקגיין? אונז זעמיר זייער באקוועם דא.

בשום אופן נישט צוריקגיין.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-23/3/2006 20:32 לינק ישיר 

דער תמימות'דיגער (שור תם) jewboy האט מיך שוין חוסם געווען פון זיין פורום.

פריער האב איך געוואלט אריינלייגן די פאוסט:

אין כל העולם כולו איז דא א ווערסיע איז ס'איז יא געווען מהומת אין שפיטאל, אמער, דער גבאי האט באזידלעט ר' אהרן'ען מיט לאזונגען אז ער איז א "יחצאל" און א "יענקל מיללער" (פרעג מיך נישט וואס יענקל מיללער האט דא געזינדיגט)

און אאפס!!! "אינך מורשה"!!!




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-23/3/2006 21:10 לינק ישיר 

ווארהייט
איך זעה נישט זאלסט זיין אזוי באקוועם דא, אין חדשות אנש האסטו אונז מער מהנה געווען.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-23/3/2006 22:37 לינק ישיר 

אלף די האלסט שוין טאקע ביי דיין טויזענסטע ניק אדער דאס איז נאר דיין ציל ?
דזשאקס אין א זייט איך האלט קלאר נישט צוריק גיין ווייל מן הסתם דער זעלבער וואס האט געגעבן די באפעל אויסצומעקן האט נאכן זיך איבער צייגן אז ס'האט נישט געהאלפן געהייסן צוריק דרייען דאס רעדל און אזוי אנפאנגען טעראריזירן מיטן אויסרייד אז אזוי פארלאנגען רוב שרייבער ( און ממילא וועט נישט העלפן די מעכטיגע עצה פון אונזער אזוי חשוב'ן ארענדאר ווייל אלעס איז נאר לפנים ) דאס איז מיין מיינונג אויב ס'איז א מיינונג פארשטייטצעך



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > זאל מען צוריק שרייבן און חדשות אנש?
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext