איך זיץ פערצופאל יעצט אויף וועקי-פידיע, און איך הייב נישט אן כאפן בחייכון וביומיכון מאי דקאמר רעבעצין, אדרבה, אפשר העלפסטו מיר ארויס כאפן דעם פארטל.
נשלח ב-22/3/2006 16:15
איך שרייב אויך אז איך קען זיך ווייניג אויס דערמיט, אבער איך האף אז דו וועסט אין די ענדע כאפן דאס פארטל, און עס בארייכערן מיט דיינע געוואלדיגע ידיעות.
ווען איך פלעג ליינען דאס ענגלישן און פון צייט געגעבן א בליק אריין אין דעם אמאליגן אידישן וויקפידיע, וואס די ווערטער האט נישט געקלעבט איינס אין צווייטן, האב איך אלס געהאפט אז עס וועלן זיין אביסל היימישע אידן וואס וועלן זיך אביסל אפגעבן דערמיט און ב"ה לא אלמן בישראל.
די צרה מיט וויקיפידיע איז אז איינער קען שרייבען א גאנצע מגילה אין מארגען קומט א צווייטער אין מעקט עס אויס אין שרייבט זיין בויך-ווייטיג.
נשלח ב-24/3/2006 22:34
באקומען פון א ניק "זעמל"
יישכ פארן זאגן אפען און גראב וואס באדערט
נושא
מחבר
נשלח ב - 17:22 24/3/2006
דיך מיטן וויקיפעדיע, אז דיינע געשרייבאכצער ווערן געמעקט און אנדערן'ס דעה וואס דו האלטסט עס פאר בויך קרעמפן ווערט יא געדולדעט.
טאקע דאס איז דער גאנצער ציל מעלה און מיסיע פון וויקיפעדיע ברענגן פרייהייט צו די אידישע שרייבער און איר עס ארויסנעמען פון ענקערע קאמיניסטישע הייד פארק געפיראכצער.
דו באהאלט דיך ווייטער אין דעם פארמאכטן הערמעטיש פארשלאסן תפיסה חדשות אנש. און ווען דו וועסט נאמאר מורא האבן אז אן אנדערער קען פארעכטן דיינע בייעסעס ביסטו העפליך געלאדענט צו וויקיפעדיע. איך בין א מנהל דארטן און איך וועל שור מאכן אז קיינער מעקט נישט קיין אמת פון דיינע ווערטער, און אויך אז דו זאלסט נישט מעקן קיין אנדערן'ס ווערטער ווייל עס איז לויט דיר בויך קרעמפן.
די צרה מיט די אידישע וויקיפידיע איז, אז וואו מען קען - אויך וואו מען קען נישט - לייגט ער אריין באגריפן פון פרויען, ליבע און געשלעכט, עס ווערט אפט גענוצט דער געמיינער אלגעמיינער אויסדרוק אויף אינטימע פארבינדונגען, וואס צוליב הרחק מן הכיעור וועל איך עס נישט דערמאנען. דער רעדאקטאר מאכט זיכער אז צווישן די טעגליכע הויפט-נייעס אויפן פאדערשטן בלעטל זאל ערשיינען כאטש איין נייעס איבער באלעסטיגטע מיידלעך, ליבע אדער געשלעכט.
אין צוגאב צו דעם אלעם, טראגט עס כלל נישט קיין צורה פון קיין אינציקלאפעדיע. די אידיש איז דריטע קלאס. עס דערקענט זיך א טיפע האס צו ערליכע אידישקייט. די משמרת הצניעות פארדינט זיך א גאנצן ארטיקל מיט באזונדערע לינקס צו די נעמען פון אירע אנפירער. ווארשיינליך זענען די אינציקלאפעדיע שרייבער געווען - אדער זענען - פאציענטן פון דעם ועד.
איך האב ב"ה Jnet, קומט מיר אפט ארויף דער מעסעדזש:
Address: "http://yi.wikipedia.org/wiki/סעקס" Blocking reason: "The Jnet category Sex is filtered." You are under filter: "Level3"
אינטערעסאנט אז עצור כאן חושבים ואס דאף מיינען נארמאלע מענטשען ארבעטען ציזאמען מיט דעם קראנקען משיגענעם אבער איך מיין אז נישט צי לאנג אין זיי וועלען באמערקען מיט וועלעכע מטירף זיי האבען צי טין און עם שיקען ווייטער ציריק צי זיין וויקפידיע
תוקן על ידי - יאמאמיי - 30/03/2006 0:30:15