איך קוק זיך אזוי ארום היינט אויף וויקעפעדיע, צו מיין וואונדער זעה איך אז דער אבישי האט זיך
אפגעטראגן פון דארט נאכן אטאקירן חסידישע באנוצער. לכאורה איז צו ערווארטן א פרישע בלאג אדער
פארום אין די קומענדיגע טעג.
עס בלייבט איבער צו זען וויאזוי עס וועט זיך יעצט אויסארבעטן די וויקעפידיע.
כאפט א בליק אין דעם חסידישן הייד פארק באנוצער וואס האט ארויסגעזרקט אבישי מיט אלע זיינע ניקס:
http://yi.wikipedia.org/wiki/%D7%91%D7%90%D6%B7%D7%A0%D7%99%D7%A6%D7%A2%D7%A8:%D7%90%D7%9C%D7%96%D7%95%D7%96
נשלח ב-6/9/2006 18:22
קרינסקי
איך זעה נישט די פראבלעם מיט די לינק וואס דו ברענגסט
ער האט נישט געשריבען וועגן די אנדערע איידעמער?
נשלח ב-7/9/2006 00:09
אבישי ארויף אבישי אראפ, דער פראבלעם איז כלל נישט דער אבישי נאר פשוט אז דער וויקי אין אידיש איז אן עקל און א גרויל, אנגעפירט דורך אפאר אויסוואורפן וועלכע האבן נישט וואס צו טון מיטן ליידיגען טאג. עס איז גארנישט, און עס וועט דערפון גארנישט ווערן.
איך וועל נאכקאפירן וואס איך האב געשריבען אין א צווייט פלאץ: איי, עס איז געוואלדיג דער פלאץ דארט. מען שלאגט זיך דארט ארום ווי קליינע קינדער אז עס גייט א רויך. איינער זאגט א ווארט, זאגט דער צווייטער פארקערט. עס פליט דארט פעטש פון רעכטס און פון לינקס. עס קומט מיר צו לאכן יעדעס מאל וואס איך גיי אהין זיך אביסל אונטערהאלטן מיט די ליצנות געמיטער וואס הערשט דארט אויף א גרויס פארנעם.
איך האב בעיקר הנאה צו זעהן די פאר משוגעים וואס חלומ'ען דעם שיינעם חלום פון ככל הגויים בית ישראל, אז דער אידישע וויקיפידיע וועט ביום מן הימים זיין אן ערנסטע נוצבארע זאך. זיי זעהען נישט וואס עס גייט פאר? זיי זענען אינגאנצן בלינד? מען ברויך זיי אוועקשטעלן פאר א סטאדע כהנים, און זאלן זיי אפזאגען דעם "חלום חלמתי ואיני יודע מה הוא" מיט אן ערנסטקייט, וועט זיך דער בייזער טייוול פון זיי אפטאן...
א כפרה אפאר ארבעטסלאזע יונגאטשען...
תוקן על ידי - משוגענער - 07/09/2006 0:16:00