בית פורומים שיעור עיון

דער גר"א איבערן קץ הגאולה

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-23/3/2006 00:41 לינק ישיר 
דער גר"א איבערן קץ הגאולה

דער גר"א אין זיין פירוש אויפן ספר ספרא דצניעותא פ"ה [ווילנא, ל"ג ע"ד] גייט אויפן דרך אז
יעדע טויזנט יאר פון די שית אלפי שנה איז קעגן א טאג, און עס ווערט איינגעטיילט לויט די שעות
פונעם טאג.

לויט דעם אז מען טיילט איין די אלף אין שעות, קומט אויס איין שעה בערך 41 יאר און 8 חדשים.

ער ענדיגט צו: מכאן תדע קץ הגאולה, כשהוא "בעתה" ח"ו, כשלא יהיו זכאים שהוא קץ האחרון.

"ומשביע אני את הקורא בה' אלוקי ישראל שלא יגלה זה".

עס איז זייער אינטערסאנט די לשון. ווייל ער זאגט דאך אפן וואס דאס מיינט. און די שאלה איז
גענוי וואס עס מיינט מגלה זיין.

האט מיר איינער נאכדערציילט אז ער האט געהערט פון הגאון ר' משה שטערנבוך שליט"א (א אייניקל
פונעם גר"א) וואס ער האט געהערט פון זיין רבי ר' משה שניידער זצ"ל, אז אין די צייטן פון
ניקאליי ימ"ש ווען עס האט זיך געטוהן מיט די באקאנטע "כאפערס" מען האט אוועגעכאפט קינדער פון
די עלטערן. האבן די רבנים געמאכט א אסיפה און אלע האבן זיך אויסגעדרוקט אז אלע סימנים צייגן
אז משיח קומט שוין אט אט.

האט זיך דארט אויפגעשטעלט א אלטע מקובל, און אראפגעברענגט דעם גר"א זאגנדיג "לויט די גרא"ס
חשון איז נאך דא א היפשע פאר יאר צו ביאת המשיח, האב איך זייער מורא אז זעהנדיג אז משיח וועט
נישט קומען יעצט וועט מען פארלירן די בטחון, דעריבער פארשטיי איך אז דער גר"א איז יא מסכים אז
איך זאל מגלה זיין די קץ הגאולה, און איך וועל עס דא מגלה זיין..."

אין יענע רגע ממש איז ער געפאלן חלשון פון א הארץ אטאקע לעין כל. ויהי לנס!





דווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > דת ואמונה > שיעור עיון > דער גר"א איבערן קץ הגאולה
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext