דער מהר"ש זצ"ל פלעגט ביי יעדע חתונה איבערזאגען דעם זוהר הק' וועגען די זיידעס קומען אויף די חתונות.
און יא, איך זאג עס נאכאמאל: מי שלא ראה שמחה זו לא ראה שמחה מימיו! באבוב האט נאך אזא חתונה נישט געהאט.
פרעג דיך נאך ביי די וואס זענע געוועןן צו איך בין מגזם. די אלע נישט-פארביטערטע פון 48 זענען געקומען. נאר די פארביטערטע זענען געבליבען אין דער היים ווייל זיי האבען עס נישט געקענט צוקוקען.
נשלח ב-23/3/2006 19:20
רק כדי לשבר את האוזן, דער מארטש איז געווען 1:30 אינדערפרי.
דער וואס האט זוכה געווען צו זיין ביי אין כאלוקינו, הייבט אן צו פארשטיין וואס מיינט א איד פלאמט פארן באשעפער. מהייבט אן צו פארשטיין וואס הרה"ח ר' לייב'לע סטעמפל שליט"א זאגט נאך אז ער האט געהערט פון פריערדיגן רב ז"ל ווען ער האט זוכה געווען אריינצונעמען רבינו אין שטוב אז ער טרייסט זיך אויף זיין מרדכי דוד'ל, וואס כידוע איז ער געוועזן א אינגל מיט א הייליגן חן און א פיקח עצום.