בית פורומים שיעור עיון

די מצוה פון "אמונה" לויט די חז"ל

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-23/3/2006 01:57 לינק ישיר 
די מצוה פון "אמונה" לויט די חז"ל

אויב די מנהלים וועלן מיר ערלויבן, וואלט איך אנגעהויבן דעם פארום מיט אן אריינפיר איבער די מצוה פון אמונה, וואס זי איז אונז מחייב, און וואס עס איז לויט איר פארבאטן.

כלפי מה הדברים אמורים ?

דער נאמען פונעם פארום שמעקט מיט דעם נאמען פון אן אנדערן פארום אויף היידפארק, וואס יענער פארום איז געשטעלט מיטן דירעקטן ציל אפצולאכן פון אלעם וואס איז ביי אונז טייער און הייליג, און איז אנגעפיקעוועט מיט זאכן וועלכע זענען אין שארפן קאנטראסט צו די ריינע "אמונה פשוטה" און די מסורה וואס אונזערע עלטערן האבן אונז געלערנט.

נישט ח"ו ווייל איך בין חושד די חשוב'ע מנהלים פון דאהי אין עפעס וואס עס איז נישט אויסגעהאלטן, אבער וויבאלד דער נאמען קלינגט אזוי ענליך, קען עס מעגליך לאדענען אזעלכע עלעמענטן וועלכע זענען פארנומען מיט דברים שאסור לשומען. און ווי עס האבן זיך געפינען עטליכע אזוינע אין דעם אלטן חדשות אנ"ש.

איך וואלט פארגעשלאגן אז די ערשטע דעבאטע אין דעם פארום זאל זיין טאקע דער דאזיגער יסוד, וויפיל און ווי ווייט מעגן מיר נוצן אונזער שכל אקעגן דעם מיינונג פון וואס מיר האבן מקבל געווען פון אונזערע עלטערן ?



דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-23/3/2006 03:44 לינק ישיר 

בא ללמד ווי די האסט מיטגעהאלטן פון אנהויב אין בחחמ"א איז די ציל דא דירעקט אנדערש ווי דארט. די רעיון איז גענומען פון דארט. אבער ווי די ליינסט אין די תקנות אויב זעסטו א זאך וואס די ביסט חושש אויף ספיקות אפיקורסות ודומה לה האסטו דעם פולסטן בעלות דערויף עס אראפצונעמען מיט איין 'קלונג' צו די מנהלים אז עס נישט אויסגעהאלטן עפ"י תורה. (און אויף די נושאים דארט קענסטו אין איין רגע אויפווייזן אז עס איז שלא עפ"י תורה). די פראבלעם איז נאר אז קיין פונקטליכע גדר איז נישט מעגליך צו געשריבן ווערן, ווייל יעדער וועט זאגן וואס זיין הארץ גלוסט אז דאס איז די גדר. דא איז אונזער פראבלעם און אויף דעם קומט די עצה פון אז אפילו אויב איינער האלט אז עס איז נישט תורהדיג איז ער גערעכט! איך וועל דיר זאגן די אמת אז איך בין דירעקט נישט געזיצען דארט צו לאנג, נאר די רעיון דערפון איז געוואלדיג. עס ליגט אין דיינע הענט אויפצוקומען מיט א פונקטליכע גדר וואס זאל אפהאלטן אפיקורסות, אבער פארט נישט אנמאכן קיין פראבלעמען צווישן היימישע קרייזן. יעצט צו דעם ענין פון אמונה פשוטה, אדרבה ואדרבה! שרייב וויפיל די קענסט! עס איז ידוע אז רוב גדולים אין אלע דורות האבן געאסרט זיך אריינצולייגן טיף טיף צו חקרנען. כידוע אז דער רמב"ם אליין שרייבט (איך געדענק נישט וואו) אז ער האט ביטער חרטה געהאט אויפן לערנען תורת אריסטו. די סיבה אויפן איסור פון מורה נבוכים איז אז ער ברענגט ארויס גאר גוט 'זייער' צד, און די אמת ברענגט ער ארויס מיט טיפקייט. וואס אויב א פשוטע איד לערנט גוט דורך די קשיא, זעט ער וואו ריכטיג די ליגנט איז. און ווען עס קומט צום אמת איז שוין צו שפעט. עס איז שוין צו טיף. ותוצאותיו מי ישירנה! אויך דארף ארויסגעברענגט ווערן אז אמונה פשוטה איז נישט טייטש אמונה אן וויסן אז עס איז דא א באשעפער אויף דער וועלט! 'דער דינסט זאגט אבער איך ווייס' איז א יסוד בתורת האמונה! מען דארף וויסן אז עס איז דא א באשעפער אויף דער וועלט! וויאזוי ווייסט מען דאס? הויכע פיליזאפען זענען ערשטוינט געווארן פון די טיפקייט פונעם חובת הלבבות. ער גייט נישט אריין אין די אנדערע צד, ער ברענגט ארויס מיט קלארקייט דעם אמתן זייט. אז עס איז פשוט נישט מעגליך צו וויסן אז עס איז דא א באשעפער אן לערנען חובת הלבבות. אויך דארף מען וויסן אז לויט כמה פוסקים איז אמונה איינע פון די תרי"ג מצוות. אמונה מיינט נישט זאגן די י"ג עיקרים, אמונה מיינט גלייבן די י"ג עיקרים! נאכן לערנען חובת הלבבות ווערט מען געוואויר ווי פארנאכלעסיגט מען איז געווען אין די עיקרים שבעיקרים. פאקטיש איז חובת הלבבות די מקור צו רוב מאמרים וועלכע זענען אריינגעפרעגלט געווארן ביי אונז אלץ קינד און איז געווארן מצות אנשים מלומדה. דאן האט מען אונז נישט געקענט אויפקלערן מיט א ברייטקייט די אמתקייט פון די ענינים. אבער יעצטאיז דאס א חיוב! הארכתי במקום שאמרו להאריך יותר.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-23/3/2006 03:59 לינק ישיר 

בא ללמד אז מען וויל קען מען. עייין בהאשכול קאנסטיטוציע.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-23/3/2006 15:09 לינק ישיר 

איז אזוי, צום אלעמען ערשטן האבן מיר א רמב"ם וואס שרייבט בזה"ל: ודברים אלו (חקירה בדרך פיליזופיה) עמוקים הם עד למאוד, ואין כל דעת ודעת ראויעה לסובלן" (יסודי התורה פ"ב הי"ב) איך שרייבט ער ואעפ"י שגדולי ישראל היו (בן עזאי, אחר, בן זומא, רבי עקיבא) לא כולם היה בהם כח לידע ולהשיג כל הדברים על בוריין (שם פ"ד הי"ג) און אפילו די וואס זענען יא עוסק דערין שרייבט דער רמב"ם ואין ראוי לטייל בפרדס אלא מי שנתמלא כריסו לחם ובשר, ולחם ובשר הוא לידע האסור והמותר וכיוצא בהם משאר מצווות דער חובת הלבבות אין שער היחוד האלט דאס פאר א חיוב מה"ת יא חוקר צו זיין ער שרייבט דארט אין פ"ג והמתעלם מחקור הרי זה מגונה, ונחשב מן המקצרים בחכמה ובמעשה "וכבר חייבתנו התורבה בזה". אויך דער של"ה אין פרק עשרה מאמרות שרייבט על כן חל החיוב להיות בקי במופתים של חובת הלבבות, ויהיו מובנים בלב היטב היטב, וכל שער היחוד יהיה בלב וזכרון מיוחד, לידע ולהבין כי ה' אחד ושמו אחד אינטערסאנט איז דער מנחת חינוך (מצוה כ"ה) וואס שרייבט אז מען איז יוצא די מצוה פון אמונה אויך אן ברענגען ראיות פון חקירות, אבער אז מען ברענגט זיך ראיות און מען איז עס חוקר איז עס א מצוה מן המובחר!. דער חוות יאיר (סי' ר"י) שרייבט ולדעת הרמב"ם לא נקראת אמונה רק המצויירת בלב כמו שכתב (במורה) ח"א פ"נ פון די אנדערע זייט געפינען מיר מוראדיגע ווערטער פון ראשונים ואחרונים ווי האקל עס איז אנצורירען דעם נושא. אין שו"ת הריב"ש סי' מה. ער ברענגט דארט אראפ די רשב"א וואס שרייבט אז דער רמב"ם האט פארדעם דורכגעלערנט כל התורה כולה בשלימות, דערנאך האט ער געמאכט די מורה. ער ענדיגט צו ומעתה ישא כל אדם קל וחומר בעצמו, אם שני המלכים האלה לא עמדו רגליהם במישור בקצת דברים כבודם במקומם מונח, ואם היו גדולי עולם, איך נעמוד אנחנו אשר לא ראינו מאורות לערכם. אויך די אויבנדערמאנטע חוות יאיר ענדיגט צו מכל מקום אנו טוב לנו באמונה בלי שום חקירה שפעטער אין סי' רי"ט שרייבט ער אזוי: אף כי לכאורה מדברי הרמב"ם משמע דלא נקרא אמונה כלל אם לא על צד הבירור מתוך החקירה מכל מקום ביררנו משאר דבריו שאי אפשר לתפסם כפשוטן רק נאמינם בקבל אמונת אומן. רבי יעקב עמדין שרייבט אין מגדל עוז (אלו מורה, אוצר הטוב אות י"א) הלא חרפה תהיה לנו לאבד זמן בחקירות, ודברים הרבה מרבים הבל שיש בו חטא עס איז דא נאך זייער אסאך. אבער דאס מערסטע רעד צו אונז דער הייליגער בני יששכר אין זיין ספר דרך פקודיך. ער שרייבט דארט ווערטער ממש איבער די יסודות פון אידישקייט! ליינט און שטוינט! (א דבר בעתו יעצט פאר פסח, ער רעדט דארט פון די איסור פון חמץ) http://rapidshare.de/files/16214757/derech.pdf.html (פון אות ד')



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > דת ואמונה > שיעור עיון > די מצוה פון "אמונה" לויט די חז"ל
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext