בית פורומים כל העולם כולו

פרישע קלאפ פאר די זאליס אין בני ברק

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-23/3/2006 02:30 לינק ישיר 
פרישע קלאפ פאר די זאליס אין בני ברק

פרישע קלאפ פאר די געציילטע פארביטערטע זאליס אין ב"ב - לאנג'יעריגער בלוט'יגער וועלט'ס קריג פון כץ-דאווידאוויטש שלום געמאכט אויף איין טאג



ווי באקאנט האט די פירמע פון בן פראדל-טאלער בן תימן ארויפגעצווינגען אויף הרב אלי' כ"ץ נישט אריינצוטרעטן אינעם סאטמארער ביהמ"ד, אלס מחאה און באליידיגונג אויף די ביטערע בזיונות וואס מ'האט אנגעמאכט ליל שב"ק פאר דעם "הרבני נגיד" טאלער.

ר' אלי' וועלכע ליגט נעבעך אין זייערע הענט געבינדן האט געמוזט פארלאזן בני ברק און איז אריבערגעפארן אויף זייער באפעל קיין ירושלים ביי זיין בענאק יודל'ע כ"ץ, און ווארט אויף בן פראדל'ס באפעל אהיימצוקומען.

אינצווישן האבן זיך די חכמי כעלעם צונויפגעזעצט כדת מה לעשות צו לערנען בלק פאר די קהילה, דער לאנגער געוועזענער חכם איז אויפגעקומען מיט אַ געדאנק, מ'זאל ארומלויפן צו די רבנים פון ארה"ק און אויסדרייען פאר זיי ווי כאילו מ'האט ליל שב"ק באזינגען און מבזה געווען נישט טאלער נאר ר' אלי' כ"ץ אליין, והא ראיה ער וויל נישט אהיימקומען צוליב די בזיונות וחרפות וואס מ'האט "איהם" געטהון.

צום ערשט האט מען אפירגעקראצט דעם גרויסער גאון (המידות) אברהם שלמה כ"ץ ער זאל אריבער גיין צו רבי חיים קאניעבסקי שליט"א און ווי כאילו זיך דורכרעדן מיט איהם אין לערנען, און בתוך הדברים האט ער איהם אריינגעריקט אז שומו שמים מ'האט פארשעמט זיין טאטן ר' אלי' כ"ץ און מ'דארף מוחה זיין,

אבער צו זייער באדויער האט הרב קניבסקי איהם געזאגט עד כאן, ער איז נישט אינטרעסירט צו הערן און ספעציעל ווען עס איז נאר איין צד.

זעהענדיג אז דער גאון אברהם שלמה איז נישט טויגליך צו פארקויפן דעם בלויף האט מען שוין כמעט געלאזט פאר ר' אלי' אהיימקומען, אבער דער לאנגער בן פראדל האט אנגעהויבן צו נוצן מח און איז אויפגעקומען מיט א בליציגע געדאנק, ר' אלי' זאל נאך אביסל זיצן אין ירושלים, און מ'וועט דא טהון אַ היסטארישע פעולה, מ'וועט מיט אַ סכום געלט ארייננעמען אינעם בילד דעם באקאנטער שקרן און וועלט'ס בלויפער מענדל דאווידאוויטש, און ער מיט זיין פלאסטיקן פנים וועט שוין גוט מאכן די ארבעט ביי די רבנים, ער וועט זיך צווויינען און שרייען כדרכו, און די רבנים וועלן חתמ'נען מחאות פשוט אלס פיקוח נפש.


אבער דא האט זיך די שיף איינגעאנקערט...
ווי באקאנט איז דאך מענדל דאווידאוויטש דער גרעסטער לאנג-יעריגער בלוטיגער שונא פאר זיין שוואגער ר' אלי', און זה לעומת זה וויל ר' אלי' איהם נישט קענען ער נעמט נישט קיין טייל אין זיינע שמחות וכדו',

נו וואו קומט דער קאץ איבער די וואסער, האט אבער בן פראדל מסביר געווען אז ער קען די דאווידאויטש'לעך און פאר נאך איין הונדערטער (!) וועט אלעס ווערן אויסגעגלאט.

די געלט האט אויפגעטהון און מענדל דאווידאוויטש האט אנגעהויבן ארומצולויפן ביי די רבנים מיט אַ יאמערליכע געוויין, הלמאי מ'האט זיך דערוואגט צו טשעפען זיין שוואגער ר' אלי'.

כאפט אייך גוט אן איהר שלאפט נישט: מענדל דאווידאוויטש וועלכער האט צענדליגע יארן געצאפט דאס בלוט פאר זיין שוואגער ר' אלי', ער מיט זיינע קינדער מיט זיינע ברידער ארום, צו איז דאס געווען מיט זייערע בלוטיגע מערכה איבער די ישיבת מהרי"ט, ווען יעדער בחור וואס האט דעמאלטס געוואלט נושא חן זיין ביי מענדלע'ן האט געוואוסט אז מ'דארף אפשפעטן פון ר' אלי', און אזוי אויך עד היום הזה ווען ער רופט איהם אן "דער גראָבּער קאץ", ער און נישט קיין צווייטער לויפט אויסבלאפן און וויינען פאר רבנים אז ער קען נישט פארשטיין וויאזוי אידן מזרע ישראל קענען טשעפען זיין שוואגער ר' אלי'.

די פלאן איז געווען אז דינסטאג וועט מענדל ארומלויפן צו די רבנים פון בני ברק און מיטוואך וועט ער דאס אריבער טראגן קיין ירושלים און דארט וועט ער אויך ארומלויפן נאך חתימות ביי די רבני העדה און ביים צדיק חיים הערשל'ע פון יפו, דינסטאג האט מענדל אנגעהויבן די ארבעט געטריי וישכם בבוקר צו נאכלויפן די רבנים, אבער איינס נאך די צווייטע האבן איהם פארשיקט מיט נזיפות, זאגנדיג ער זאל זיי נישט אריינשלעפן אין די סאטמארער בלאטע.

עס איז שוין מיטאג בן פראדל שטייט שוין באלד אויף פון זיין שלאף אין אמעריקא און וואס טהוט מען עס איז דערווייל עירום וחוסר כל, אבער נישט מענדל דאווידאוויטש וועט אזוי שנעל מוותר זיין אויפן טשעק, ער האט זיך אפדריקן אַ מכתב מחאה קעגן דעם וואס מ'האט כאילו מבזה געווען ר' אלי' כ"ץ און מ'האט איהם כאילו נאכגעזונגען און נאכגעשריגן אויפן גאס, אויפדערנאכט האט ער זיך אריבערגעכאפט אין שטוב פונעם פוסק הדור בעל שבט הלוי שליט"א ווען קיינער איז שוין נישט דארט געווען, און געזאגט פאר די רעבעצין אז ער איז געקומען וועגן אַ ערמעדזשענסי ענין וואס מ'קען נישט אפשטופן, די רעבעצין האט זיך זייעהר דערשראקן און האט שנעל ארויס גערופן הרב וואזנער, מענדל האט אנגעהויבן צו וויינען און כליפען אז זיין (נייער) שוואגער ר' אלי' דער (נייער) רב פון די סאטמארער קהילה איז פארשעמט געווארן און באווארפן געווארן דורך אפאר מענטשן פון די קהילה און ער איז אנטלאפן פאר פחד און אימה, און ממש די קהילה גייט אונטער און הרב וואזנער מוז מוחה זיין.

הרב וואזנער האט געכאפט אַ שאק הערנדיג אזא זאך, און ער האט איהם געזאגט אז וויבאלד עס איז שוין שפעט ביינאכט זאל ער אריבער קומען מארגן און ער וועט איהם שרייבן א כתב מחאה, אבער מענדל וואס די געלט פון בן פראדל האט איהם געטאנצט פאר די אויגן האט אנגעהויבן צו וויינען בקול בוכים אז מ'מוז שוין יעצט די מחאה ווייל אזוי וועט מען שוין היינט נאכט קענען צוריק ברענגען הרב כ"ץ, דערביי האט ער ארויסגעצויגן פון טאש די צוגעגרייטע נוסח וואס ער האט געדרוקט נאכמיטאג, און הרב וואזנער האט געחתמ'עט.

מענדל האט זיך געשפירט ווי איינער וועלכער האט געווינען אסאך געלט, ער האט מיט אַ שמחה געקאלט צו בן פראדל צו טאלער און צו ידיד נפשו מיילעך שטערן מעלדנדיג אז ער האט געמאכט די ארבעט מיט הרב וואזנער ער האט דערווישט א חתימה, ער האט געזאגט פאר בן פראדל אז ער קען שוין ארויסשיקן דעם טשעק, און אויך אוועקלייגן א מקום מכובד אין דער איד, ויצא... שמח וטוב לב.

צו מארגנס מיטוואך אינדערפרי מענדל גרייט זיך שוין צו פארן באלד קיין ירושלים צו מסדר זיין אויך דארט די רבנים און זיי פארקויפן די בלאף אז מ'האט באזינגען און מבזה געווען זיין שוואגער ר' אלי', אבער ווי נאר ער קומט אן אין זיין ראחוב'ער כולל רופט איהם ארויס דער משב"ק פון הרב וואזנער און זאגט איהם אז הרב וואזנער האט איהם געשיקט צוריק בעטן די בריוו אויף וואס ער האט איהם נעכטן שפעט ביינאכט געחתמעט, מענדל האט אנגעהויבן צו וויינען און שרייען מיט קולי קולות פארוואס, וואס איז געשעהן, האט איהם דער משב"ק גענטפערט אז הרב וואזנער האט צופרי נישט געקענט איינרוען און האט גובה געווען עדות איבער די אמיתת הדברים און הערנדיג וואספארא שקר וכזב מענדל האט איהם געפיטערט האט ער צוריקגעבעטן די בריוו זאפארט.

מענדל האט אנגעהויבן צו דרייען מיט זיין בלאף אז די בריוו איז שוין אין חיפה, דער משב"ק האט איהם אבער נישט נאכגעגעבן און האט איהם געהייסן אריבער קומען מיט איהם קיין חיפה לעשות רצון צדיק צוריקצוברענגען די פאלשע בריוו,
בלית ברירה האט מענדל געטראפן חיפה ביי זיך אין בוזעם-טאש און האט מיט ציטערדיגע הענט ארויסגעשלעפט דאס בריוו צולייגנדיג דערביי אפאר קללות כדרכו, (זיינע פאר כולל אינגעלייט האבן זיך ממש דערשראקן צוזעהענדיג זיין רויטן פנים ווען ער איז צוריק אריינגעקומען...)

אויפדערנאכט האט שוין די וועלטס קריג פון כץ-דאווידאוויטש צוריק אויסגעשפראצט נאכ'ן הערן די שלימזלישע ארבעט פון מענדל, מענדל האט באוויינט דעם טשעק, און בן פראדל האט איהם געשאלטן ווי אַ בין, מיילא די וואכעדיגע דער איד א כפרה, אבער ווי אזוי נעמט מען יעצט אראפ ר' אלי' פונעם בוים מיט וואס קומט ער אהיים...

מענדל האט נאך פראבירט צוריק צו בעטן דעם טשעק זאגנדיג אז ער קען נאך פועל'ן ביי ר' ישראל ראנד צו דערווישן א בריוו פון ר' ארי' לייב שטיינמאן, (אזויווי ער האט פראבירט מיט דעם ישראל ראנד צו אפהאלטן די פערמיט פאר די הנהלת מוסדות סאטמאר) אבער בן פראדל האט שוין מער נישט געוואלט מיט איהם קאפערירן און האט איהם אראפגעקלאפט דעם טעלעפאן...

אזוי זעהט דאס אויס ווען מדין מיט מואב מאכן שלום צו טשעפען די אידן.

והיא לא תצלח!!!



תוקן על ידי - jhhoruyr - 23/03/2006 2:33:01



דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-23/3/2006 04:28 לינק ישיר 

דזשעהוניאר




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-23/3/2006 04:32 לינק ישיר 

משה גבאי פלאנט זיך אנפייפען הרב וואזנער שליט"א און ער גייט יאר אריין לייגן די מחאה אין דער איד, און מיר האפן אויך בכליון ענים אז ער זאל דאס טאן.

לויט ווי די זאליס געבן איבער ערווארט מארגן א באמבע אין איד, ווען די הרבנים הגאונים הצדיקים מבית דין צדק דסיין על בנין זופניק שליט"א, ובנשיאות כ"ק מרן הראב"ד דפאסט אפיס שליט"א ומלפנים גאב"ד ירושלים עיה"ק, גייען ארויס קומען מיט א מחאה זיך אנצונעמען פאר ר' אלי' כ"ץ.

צו זיי וועט מיטשטיין נאך אפאר שלעפערס און ארעמעלייט, געוועזנע תלמידים פון בני ברק, וואס זיי גייען אויך מחוה זיין מיט די שארפסטע לשונות "בכוח תורתם"...




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-23/3/2006 10:45 לינק ישיר 

אויך הרב ר' ניסים קארעליץ מיט הרב ר' מיכל יודא ליפקאוויטש שליט"א האבן נעכטן אנגעקלינגען מענדל דאוידאוויטש, זאגענדיג אז זייער חתימה איז אויס חתימה, נאך דעם וואס זיי האבן געהערט די קלארע רייד פון די חברי הנהלת מוסדותינו הק' אין בני ברק.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-24/3/2006 02:36 לינק ישיר 

פון ירושלים קומט יעצט אן א ידיעה אז מענדל וואלערשטיין (מנהל כללי במוסדותינו שבירושלים  - בני ברק - אלעד - בית שמש - אשדוד - חיפה - מירון - צפת...   וכו' וכו')
האט געלאדנט ר' אלי כץ זאל קומען דאווענען אין בית המדרש סאטמאר אויף רחוב יואל.

מער פרטים ווען ס'וועט זיין...


והעיר "בני ברק" צהלה ושמחה תוקן על ידי - jhhoruyr - 24/03/2006 2:36:24



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-24/3/2006 03:18 לינק ישיר 

ביטע נישט חוזק מאכן פין קיין רבנים
נישט אפען אין נישט ברמז
עס איז נישט קיין טובה פאר קיינעם

הזהרו בגחלתן......




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-24/3/2006 08:33 לינק ישיר 

אפשר ביזסטו מיר מסביר ווי זעסטו דא חוזק פון רבנים???

אויב מיינסטו שורשנגח'ס תגובה איז אזוי:
איך האלט אז די זאליס איז די וואס האבן חוזק געמאכט פון דעם גאב"ד והפאסט טרעגער שליט"א.

אויב די ווייסט גייט נאך ביז היינט אן די מערכה איבער די טיטל זיינע אלץ "סגן נשיא העדה החרדית"
די "העדה" רופט אים אזוי אן ביי זייערע אלע מודעות, אבער דער איד האט נאך קיינמאל נישט געשריבן אויף אים דעם טיטל... תוקן על ידי - jhhoruyr - 24/03/2006 8:38:00



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > פרישע קלאפ פאר די זאליס אין בני ברק
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext