נייער פורום: האלט, דא טראכט מען
ענדליך איז שוין דא די ערווארטעטע פורום ווי מען וועט קענען רעדן און שמועסן אין ריין תורה, הלכה, מנהג וכו' ענינים.
שוין לאנג ווי עס פילט זיך א געברויך ווי אידן זאלן קענען צוזאמקומען און פארברענגען אין אידישע ענינים, און טאקע אויף די היימישע מאמע לשון "אידיש".
א פלאץ פאר:
סתם נייעסער: חדשות אנ"ש.
סתם א שמועס: היימישע קרעטשמע.
הילף: בחדרי חרדים משפחה אידיש.
וועלטליכע ענינים: וויקפידיע.
היימישע פאליטיק: איז דא גענוג. (נאכנישט באשלאסן ווער עס האט די קאנטראל דערפון).
אבער דאס וויכטיגסטע וואס מיר ערליכע אידן אויפן נעץ האט געפעלט איז א ריין תורה'דיגער פורום.
יעצט האבן זיך צוזאמגענומען גוטע אידן און האבן ערפילט דעם חסר און דא קענט איר גיין זען א ריכטיגער ביהמ"ד אין פולן זין פון ווארט:
האלט! דא טראכט מען
דא וויל איך זיך פערזענליך באדאנקען פאר צוויי פון מיינע ידידים:
מורינו הרב 'טראכט' שליט"א, א פייערדיגער איד וואס איז מלא תוכן ויראת שמים, וואס וועט האפנטליך באשיינען דעם נייעם פורום און וועט עס בארייכערן מיט זיינע פולע ידיעות בש"ס והלכה.
און אחרון החביב מיין ידיד נפש, ר' זשובוי שליט"א, דאכט זיך גאנץ א באקאנטער איד מיט זיין לב טוב עד להפליא, וואס האט מיט זיינע קאנעקשענס באוויזן אריינצושטעלן דעם פורום אין מסורת אין געציילטע שעות, אז די אידן וואס האבן דעם ריינעם זשעי נעט זאלן זיך זעצן לערנען אנשטאט פארברענגען אין לופטיגע ענינים.
 |
|
|