| נשלח ב-23/3/2006 04:49 |
|
| |
טובים מאורות - אסטראנאמיע לויט דברי חז"ל
ווייסט איר וואס מיינט אסטראנאמיע?
איך מוטשע זיך שוין פון די 8 יאר, טוה מיר א טובה פארדריי מיר נישט דעם קאפ....
ניין ניין! יעצט האסטו אן איינמאליגע געלעגנהייט!
איך וויל דא אנהויבן א שיעור גאר פאמעליך אז די אלע וועלכע זענען שוין 'בארד' פון זיך מוטשען
צו פארשטיין די פשוטע אנטוויקלונגען וועלכע געשען טאג טעגליך ארום אונזער קליין וועלטל, זאלן
קענען קלאר ווערן כקילורין לעיניים.
|
|
|
|
| נשלח ב-23/3/2006 16:40 |
|
| |
די זוהר הק' שרייבט אז די וועלט איז ווי א צוויבעל, איין שיכט איבער א אנדערע.
|
|
|
|
|
| נשלח ב-23/3/2006 22:15 |
|
| |
יעצט איז די שאלה, אויף וואס שטייט די באָל? און וואו געפינט זיך עס? וואו איז אויבן וואו איז
אינטן?
די וועלט געפינט זיך אינמיטן א ריזיגע חלל. עס שטייט נישט אויף גארנישט.
דאס איז ווי איר זאלט נעמען די גלאוב (גלאוב רוף איך די משל'דיגע גלאוב וואס מען פארקויפט אין
די געשעפטן) און עס אראפלייגן אין די לופט און עס זאל דארט בלייבן, און מענטשן זאלן דערויף
שפאצירן פון אלע זייטן.
דער גלאוב וואס איר לייגט אין די לופט וועט דאך אראפפאלן, און די מענטשן אויף די גלאוב ביי די
חלק וואס רירט אן די ערד וועלן דארט מער נישט קענען וואוינען...
פארוואס וועט עס אראפפאלן? ווייל די gravity (מאגאנאטישע כח המשיכה) וואס ליגט באהאלטן אין
דער ערד ציט אראפ אלעס וואס ווערט אראפגעלייט אין די לופט. די כח המשכה איז אינמיטן די גלאוב,
(גענוי אינפארמאציע דערויף ווייס איך נישט וואס עס איז, ווער עס ווייסט ביטע מודיע זיין) עס
איז אינמיטן די זאמד. און דעריבער וועלן אלע מענטשן אלע בילדונגס וואס שטייען אויפן כדור הארץ
פון אלע זייטן קלעבן צו דער ערד.
דעריבער שפירט נישט דער מענטש וואס איז אונטן אז ער שטייט פארקערט, די בלוט קומט אים נישט
ארויף אין קאפ. ווייל ער ציט צו דער ערד פונקט ווי די ציסט צו דער ערד.
למעשה איז נישטא אזא זאך ווי אויבן און אונטן אויפן כדור הארץ, אויב ווילסטו באטיטלען דעם
וועם קוקסט אן אלץ אונטן אז יענער איז אונטן און יענער שטייט אויפן קאפ, קען ער דיר די זעלבע
זאך צוריקזאגן. די גאנצע סדר וויאזוי די משל'דיגע גלאוב איז אויסגעשטעלט איז בלויז פאר א
הדגמה מען זאל קענען מסביר זיין וויאזוי דער זון גייט. (וועגן דעם איז יעדע גלאוב וואס מען
קויפט אין געשעפט שיעף 35 דעגרי. מיר וועלן נאך צוקומען צו דעם).
די ווארט איז נישט אז מען ווייסט נישט וואו עס איז אויבן און אונטן, די ווארט איז אז איז פשוט
נישטא אזא זאך!
די גאנצע כח המשכה עקזיסטירט נישט אינעם חלל היצירה.
ווי העכער מען פליט מיט אן עראפלאן ווערט אלץ ווייניגער די כח המשכה, נאך העכער איז עס שוין
אינגאנצען נישט דא.
די כדור הארץ איז ארומגענומען מיט "אטמאספערע" (די אויסדרוק קומט פון דעם) מיט פיינע פרישע
לופט, די לופט איז אויך נכנע אינטערן כח המשיכה און דעריבער קלעבט עס צו די וועלט, און עס איז
פונקט אזוי רינדעכיג ווי די וועלט. ווען מען קוקט פון די לבנה צו די וועלט זעט מען נישט די
וועלט ממש מען זעט א געדיכטע נעפל'דיגע באלי, דאס איז די לופט - די אטמאספערע וואס נעמט ארום
די וועלט.
אין די אטמאספערע איז נאך דא די כח המשכה אבער ווי העכער מען גייט איז עס מער נישטא.
וועגן דעם איז שוין מער פארשטענלדיך אז אויב אזוי האט נישט די וועלט (מיט די לופט ארום זיך)
ווי אראפצופאלן! ווייל עס עקזיסטירט נישט אזא זאך ווי פאלן אין די חלל היצירה... עס הענגט אין
די לופט.
און וועגן דעם איז שוין זייער פארשטענדליך פארוואס עס איז נישטא אזא זאך ווי אויבן און אונטן,
ווייל אונטן מיינט אז עס איז דא א כח המשכה, דא וועסטו נישט קענען בשום אופן אנצייגן אויף
וואס די וועלט האלט זיך, וואו עס איז אויבן און וואו אונטן.
די וועלט געפינט זיך אין די וועלט? דאס איז א קשיא וואס קען שווער ווערן. וואו געפינט זיך דער
וועלט? אין וואס איז עס?
עס איז -ווי שוין געשריבן- אין די חלל היצירה. וואס איז דאס?
פארזעצונג קומט אי"ה.
ביטע פרעגט אריין וואס איר פארשטייט נישט.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-27/3/2006 17:06 |
|
| |
דעת
לדעתי ביזטו גערעכט, אויב פארדרייסט די יוצרות!
לאמיר אנהייבן, פארגעס פון די וועלט.
עס איז גארנישט דא, עס איז פוסט (פוסט איז אויכעט נישטא). גארנישט ציעט.
די אייבישטער האט באשאפן די וועלט און אלעס דרייט זיך ארום דעם.
די וועלט האט א כוח ההמשכה וואס רופט זיך גרעוויטי, אזוי ווי א מאגנעט, לכן קען מען גיין
אויפן קאפ, וווייל אזוי ווי א מאגנעט וועט צויע א שטיקעל אייזען פון הונטע ארויף...
ארום די וועל זענען דא עטליכע רעדער (גלגלים).
אין די רעדער זענען דא מזלות. די מזלות דרייען זיך "נישט", די רעדער דרייען זיך, און איז גורם
אז דער מזל דרייט זיך מיט, לדוגמא, נעם א דייאמנט רינגעל, דער דיאמאנט איז דער מזל, טוה עס אן
אויף דיין פינגער און דריי עס.
דער דיאמנט בלייבט אויפן פלאץ אבער וויבאלד דער רינגל דרייט זיך דרייט זיך דער שטיין מיט.
די גלגלים קען מען נישט זען אדער פילן.
די ערשטע מזל איז לבנה, וואס דרייט זיך ארום דער ווועלט אין 29 און עפעס טעג.
למעשה דרייט זיך די לבנה אין צווי רעדער אויינס אינעם צווייטען.
וכו וכו.(למשל פון די קאליר פון יעדער שטערן קען מעןטעארעטיש אויסרעכענען ווי ווייט עס איז
פון אונז9) עי' רמב"ם הל' קידוש החודש, זייער אינטערסאנט
די אלע חשבונות הייסען חכמת התכונה = אסטראנאמיע
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-29/3/2006 17:35 |
|
| |
און אז מען רעדט שוין וועגען די וועלט, די וועלט איז א רונדיגע, אין מיטען פין די וועלט ברענט א העליש פייער, ארום דעם פייער איז דא א שיכט פין שטיין, און ארום דעם נאך א שיכט פין שטיין, און נאך און נאך און נאך, ביז דא ארויף. אויף דעם איז דא ערד, אסאך פלעצער נאר צוואנציג פיס (ווי למשל אין מאנהעטען).
אינטרעסאנט איז די גמרא און פארצייטישע שיטה, איז א מען גראבט גאר טיף קומט אהן צום תהום.
עס וואלט כדאי געווען צו עפענען אן אשכול ווי אזוי מען דארף צו קוקען אויף די גמרות וואס זענען אויף געוויזען פארקערט, צו מען דארף זיך מוטשען מיישב צו זיין די גמרות, אדער מען דארף גלייבען בלינדערהייט, בבחינת איך בין א נאר און איך גלייב, אדער מען מעג זאגען אז דאס איז נאר געווען די אנגענומענע חכמה אין יענעם זמן.
|
|
|
|
| נשלח ב-30/3/2006 04:18 |
|
| |
בא ללמד:
עס איז מיר שוין לאנג שווער, פארוואס הייבט דאס הארץ אן צו זעצן כמו שכתוב ווען מען גייט ארויף א בארג ?
אמאל האב איך געמיינט אז עס איז ווייל די "גרעוויטי" פונעם טאל צופיסנס פונעם בארג שלעפט אויף אראפ, און דאס מאכט ארבעטן שווערער ווען מען גייט ארויף, אבער עס איז לכאורה נישט ריכטיג, ווייל וואס טוט זיך מיט די טרעפ ?! פארוואס איז אזויפיל שווערער ארויפצוגיין טרעפ ?
קרעמער:
וואס מאכט דיר טראכטן אז א טאל פארמאגט מער גרעוויטי ווי א בארג?
די סיבה איז אזוי פשוט, אז עס לאזט זיך גארנישט זאגן: פשוט, ווען דו גייסט הייבסטו נישט אויף די פיס הויך, נאר דו מאכסט גראדע און גלייכע טריט, משא"כ ביים גיין שטיגן און ארויפגיין אויף א העכערע שטאפל פון דער ערד קאסט אנשטרענונג פון די גוף און דאס הארץ נעמט זיך דאדורך פעסטער קלאפן, וזהו.
|
|
|
|
| נשלח ב-30/3/2006 04:37 |
|
| |
עס איז מעגליך אז דיין טעאריע בנוגע טרעפ איז גערעכט, אבער עס לייגט זיך נישט אויפן שכל אז דאס זאל אזויפיל אויסמאכן.
אבער דאס איז נאר א תירוץ אויף טרעפ, נישט ביים ארויפגיין אויפן בארג.
ווען מען גייט אויפן בארג, האט מען א טאפלטע גראוויטי, סיי פונעם בארג, אזוי ווי געווענליך ווען מען שטייט אויף דער ערד, אבער מען זעט פארט דעם טאל, און דער כח המושך פונעם טאל ציט דיר אויף צוריק, און דאס שלאגן פון די געגנזעצטע כוחות מוטשען אויס.
דאס זאג איך מסברא, אדרבא, העלפט מיר ארויס.
|
|
|
|
| נשלח ב-30/3/2006 04:48 |
|
| |
בא, א פראקטישע עצה, פראביר ארויף גיין א בארג, זיג זעג, וועסטו זעהן אז חאטש דו גייסט ארויף דעם זעלבן בארג שטרענגסטו זיך בכלל נישט אהן.
די סיבה דערפון איז, ווייל דו גייסט דעם בארג ארויף נישט אזוי שארף ווי ווען דו גייסט גלייך, האסטו א ראיה אז נישט די גראפיטי איז דער פראבלעם, נאר דער זיך אהנשטרענגין.
ס'איז בערך אזוי ווי ווען מען גייט אויף א גלייכן וועג אבער מיט א שווער פעקיל און די האנט אדער אויף די פלייצע.
מוגה ע"י המנהלים עפ"י בקשת תרשיש, לויט די פאראגראף אין די תקנות הפורום "קיין שום תגובה וואס קען זיך אויסטייטשן אלץ א זלזול אויף גדולים בישראל, וואס אפילו איינע פון דעם פארום האלט אלץ א גדול". מיר בעטן אנטשולדיגונג און פארשטענדעניש.
תוקן על ידי - שיעור_עיון - 30/03/2006 5:39:31
|
|
|
|
| נשלח ב-25/4/2006 05:51 |
|
| |
בא, ס'יז נישט ריכטיג , די בארג האט נישט קיין 'טאפעלטע' גרעוויטי. והראיה א בוים אויף א בארג וואקסט ארויף 'גראד' [לויט'ן וועלט וואסער-לעוועל] , נישט שיעף [לויט'ן שיעפקייט פונעם בארג].
דאס מיינט אז די גרעוויטי ציהט דיך נישט צו צום בארג מיט א שיעפקייט, נאר מיט א גראדקייט לויטן פלאכקייט פון דער ערד. דערפאר איז דאס נאך א סיבה פאווארס מעט ווערט אויסגעמיטשעט ביים ארויפגיין, ווייל די גרעוויטי שלאגט זיך מיט דיינע פערשט, די פיס פלאכן, וואס דארפן דינען איינגעבויגענערהייט אויף ארויפציה. בעת דיין קערפער שטייט גראד און נישט שיעף לויט ווי דיינע פערשט זענען געשטעלט. משא"כ ביי טרעפ. ודוק.
דעת ותבונה.
זייער שיין באשריבן, צו פארענפערן די קשיא פארוואס די וועלט פאלט נישט, ווייל -אין איין ווארט- ווער זאגט א זאך דארף פאלן? מיר מענטשן ארום די וועלט ווייסן פון אזא זאך ווי 'פאלן' צוליב די מאגנאטישע כוח, אבער אינדרויסן פון דער וועלט'עלע איז מער נישטא דער באגריף ווי פאלן, ווייל ווער שלעפט עס אויף אראפ, ופשוט.
נאר איך האב א צווייטע אויפטרעף דהיינו: ווער זאגט אז ס'פאלט נישט ??... זאל זיין מען פאלט טאקע, נאר אלעס פאלט ... די מענטשן, די ביימער, די לבנה, די זון... וכו'.. ממילא באמערקט מען נישט און מען פיהלט דאס נישט. ויש לי להוסיף שיהיה לי פנאי.
יוסלע. דאס אז די כוכבי לכת ליגן אריינגעלייגט אין גלגלים איז די אלטע שיטה. אבער היינט צוטאג איז אויפגגעוויזן מיט ראיות והוכחות אז עס איז נישט ממש אזוי. עס איז נאר געשריבן געווארן כדי לשבר את האוזן. ווי אויך האט דאס דער רמב"ם איבערגעשריבן פון פלוטו און אנדערע אראבישע חכמים פון זיינער צייט.
און בעצם, האסטו געברעגנט דעם רמב"ם גרייזיז, ווייל דאס וואס די כוכבים דרייען זיך 'טעגליך' ארום די וועלט, ממזרח למערב, איז נישט דורך די אייגענע גלגלגים נאר דורך דעם גרויסן גלגל היומי. די אייגענע גגלגלים פירן זיי גאר צוריק ממערב למזרח, און דאס ווערט גערופן גלגל השנה.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-26/4/2006 13:41 |
|
| |
גערעכט, די לעצטע גלגול איז דער גלגל החוזר וואס דרייט אלעס צוריק יעדער 24 שעה.
למעשה די היינטיגע טעארי' איז "נאר" א טעאריע וואס איז גרינגער אויסצוחשבנ'ן און מער
סברה'דיג, אבער מעכן קען נישט אפפרעגן די "אלטע" טעארי'עס בפרט אז די רמב"ם שרייבט אזוי.
בדרך אגב די זון האט אויך א כוח המשיכה (לויט די היינטיגע טעאריעס), וואס איז גורם איז די
וועלט מיט די פלאנעטען בלייבן זיך דרייען ארום איר, און פליען נישט אוועק.
עס איז דא א ספר/ביכל "צבא השמים", ווי ער באשרייבט אלעס זייער גרינג און לייכט, עס איז 2 חלקים.
|
|
|
|
| נשלח ב-27/4/2006 14:13 |
|
| |
כ'האב געליינט נאר אויברפלעכלך דעריבער כאפט מיר נישט ביים ווארט...
עס איז דא פלעצער ווי די גראוויטי אין דער וועלט ציט שטערקער ווי אנדערע פלעצער.
די שורש פון די גראוויטי איז אין די מיטן פונקט פון'ם כדור הארץ, דעריבער ווי נענטער מ'איז צום שורש אלטץ מער איז די כח המשיכה, און יא א טאל האט א גרעסערע כח משיכה פון די בארג וואס איז לעבען דעם, אפילו די טאל איז איין סענטימעטר טיפער פון די בארג, גיס אויס וואסער וועט עס גלייך אריין רינען אין די טאל. און נאך א סיבה וואס מיטשעט אויס ביים ארויף גיין א בארג ווייל די אפטיילנוג פון די קערפער וואס באלאנסירט די מענטש ארבעט אן אויפהער, משא"כ ביי א גראדע פלאץ דארף מען זיך נישט אזוי מיהן זיך צו באלאנסירען.
|
|
|
|
| נשלח ב-2/5/2006 04:29 |
|
| |
*:namespace prefix = o ns = "urn:schemas-microsoft-com:office:office" />
איך פארשטיי אז דער תירוץ פארוואס ארויפגיין א בארג קאסט כוח איז פשוט.
דאס איז זיכער אז יעדע זאך ציט צו דער ערד צוליב גרעוויטי, יעצט ווען איינער וויל טון עפעס קעגן דעם רצון ה'גרעוויטי וועט אים דאס קאסטן כוח, ווייל עס קומט נישט אן אויטאמאטיש ווייל עס קאסט כוח צו טון פארקערט ווי דער כוח פון גרעוויטי וואס וויל ווען ענדערש אז זאלסט בלייבן צוגעבינדן צו דער ערד. יעצט ווען איינער וויל גיין בארג ארויף , איז אויסערדעם וואס ער גייט און דאס אליין קאסט ענערגיע, גייט ער אויך קעגן דעם כוח פון גראוויטי,
משא"כ ווען ער גייט גראד, טוט ער גארנישט קעגן דעם גרעוויטי קראפט ווייל עס איז נישט קיין חילוק לגבי גרעוויטי צו וועלכע ריכטונג ער גייט.
און צוליב די זעלבע זאך איז אראפגיין א בארג פיל גרינגער, ווייל די גרעוויטי העלפט דיר פשוט, ווייל עס וויל דיך אייביג פרובירן האלטן ווי נאנטער צו איר, און דעריבער אראפצולייגן דיין פיס דארפסטו גארנישט טון נאר די גרעוויטי טוט דאס בעסיקלי פאר דיר,.
אויך איז די זעלבע זאך פארוואס איז שווער אויפצוהייבן עפעס ווי אראפלייגן, אויך די זעלבע זאך ווי די פיס, דו טוסט א זאך קעגן דעם גרעוויטי קראפט און דאס איז די שוועריגקייט.
לגבי דאס וואס כורמייזא שרייבט אז עס איז דא פלעצער ווי די גרעוויטי איז שטערקער ווי ערגעץ אנדערש ווייס איך נישט פארוואס ער זאגט אזוי. עס איז לפי ידיעתי נישט אמת. א טאל האט נישט קיין גרעסערע כוח המשיכה אלס די בארג דערנעבן, נאר פשוט ווי נאנטער מען איז צו די גרעוויטי אלץ שטערקער איז איר אפעקט אויף דיר ווייל ביסט נאנטער, און ווי העכער אין די אטמאספערע ווערט שוואכער דער גרעוויטי קראפט.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-2/5/2006 08:36 |
|
| |
ALLWAYS, איך זעה אז אלעס האסטו גוט פארשטאנען, חוץ אז די גראוויטי פון די וועלט איז נישט אייניג איבעראל. קודם כל, מיש נישט אויס. איך האב דאס געשריבען לידיעה בעלמא אין אן עקסטערע שורה, און נישט אלטס א בארג, וואס דאס האסטו כנראה פארשטאנען.
מיין כוונה איז אז די גראוויטי פון למשל מיטל מזרח קען זיין אנדערש ווי ענגלאנד (מיט א משהו אדער אביסעל מער), ווען איך וועל האבען אביסל צייט וועל איך בע"ה אביסל פארברייטערען
|
|
|
|
| נשלח ב-3/5/2006 04:35 |
|
| |
לויט דאס אויבנדערמאנטע פארשטייט מען אויך פארוואס עס איז שווער צו גיין טרעפ ווייל נישט נאר הייבט מען עטוואס די פוס שיף צו קענען גיין ארויפצואוועגס, ווי ביי א בארג ארויף, נאר מען הייבט עס אויף ממש גראד אויף ארויף און רעלאטיוו היבש הויעך, וואס דעריבער איז אפילו אביסל סטעפס פיל שווערער ווי א בארג ארויף.*:namespace prefix = o ns = "urn:schemas-microsoft-com:office:office" />
כורמייזא
פארוואס איך האב געמיינט אז דו זאגסט אז די גרעוויטי איז שטערקער אין א טאל צוליב דעם דערנעבנדיגן בארג איז ווייל דו שרייבסט " און יא א טאל האט א גרעסערע כח משיכה פון די בארג וואס איז לעבען דעם," וואס דאס קען אויסגעטייטשט בתרי אנפין, ("ווי" אנשטאט דאס ווארט "פון").
שעפסל
ווען מ'גייט זיג זעג איז דאס גרינגער פשוט צוליב דעם ווייל ווי ווייניגער דו גייסט אויף ארויף גייסט נישט אזוי קעגן דעם גרעוויטי, און ווען מ'גייט שיף איז דאס אויטאמאטיש ווי גיין אויף א גראדערע בארג, און עס איז שוין נישט "דער זעלבער בארג".
דאס וואס דו רופסט אן אז מ'דארף "זיך אנשטרענגען" איז טאקע דער כוח פון "גרעוויטי" וואס צווינגט דיך צו די אנשטרענגונג, ס'איז הא בהא תלי'.
גרעוויטי מיינט באמת אז יעדע שטיקעלע זאך (פּארטיקל) אין די וועלט ציט צו זיך די אלע אנדערע, און ווי מער פון די זאך אלס מער ציט עס, (עס איז ווי יעדע שטיקעלע האט א כוח המושך צו די אלע אנדערע, דעריבער ווי מער עס איז פארבינדן אויפאמאל זענען זיי גובר) און דעריבער ציט אלעס צו די צענטער פון די ערד ווייל דארט איז דא די גרעסטע שטיקל זאך (ערד און שטיינער און וואטעווער), דער צענטער, און ווי גרעסער א זאך איז האט עס מער "מעעס" (MASS ווייל עס האט פשוט מער) און ציט צו זיך עפעס אנדערש.
אבער נישט ווי מענטשן שטעלן זיך פאר אז אינמיטן די וועלט איז דא עפעס א ריזיגע מיסטעריעזע מאגנעט וואס ציט אלעס צו זיך. נאר יעדע זאך וואס דו זעסט ציט באמת צו זיך אלעס ארום, נאר דער שטארקער כוח פון אינמיטן איז פיל פיל שטערקער און די כוח פון די גרעוויטי פון אלע אביעקטן איז ווי גארנישט קעגן די איין גרויסע אינמיטן פון די וועלט, און זיי אלע ווערן ווי אונטערגעגעבן צו יענץ. (אזוי ווי מען זעט נישט די ליכטיגקייט פון א נייט לייט ווען די גרויסע לעקטער איז אנגעצינדן). אויב זאל למשל (פאר די סעיק אוו הסברה) די מיטן פון די וועלט ווערן פלוצלונג אויס, וועלן אלע אביעקטן ציען צו זיך איינער דעם צווייטן.
אגב, פארוואס עס איז דא דער כוח פון גרעוויטי ווייסט קיינער נישט און עס איז נישטא קיין שום הסברה אויסער דאס אז דער באשעפער האט געוואלט אונז זאלמיר קענען דא לעבן און אים דינען.
 |
|
|
|
|
|