ביי "ויקהל" איז נישט געווען קיין ארוינים
ווילי_יונג און חדשות אנש סאטמאר האט געפענט די אשכול יישר כח ס'איז מורדיג וועגן דעם לייג איך עס דא אריבער וויאזוי ווייס איך אז ווען משה רבינו האט צוזאם גערופן גאנץ כלל ישראל זענען נאך נישט געווען קיין ארוינים אין כלל ישראל???
די ארוינים זענען אייביג ביזי אז די סאטמארער זענען נישט קיין עכטע חסידים ווייל זיי בלייבן נישט ביזן סוף פין די רב'ס דרשה... משא"כ ביי זיי בלייבט יעדער אפילו אויב עס איז דריי אזייגער פארטאגס... דער גור ארי' פין הייליגן מהר"ל שרייבט: פארוואס האט מען געמוזט מעלדן שמירת שבת פאר מלאכת המשכן? עס קען נישט זיין נאר צו ווייזן אז עס איז הארבער ווייל ביי מורא אב שטייט ואת שבתותי תשמורו נאך כבוד אב און דאך לערנט מען ארויס אז עס איז נישט דוחה שבת. זאגט ער אז משה רבינו האט מורא געהאט אז ער וועט נאר האבן געזאגט מלאכת המשכן ווען דער עולם וועט זיך צוגיין נאך פאר ער וועט האבן א געלעגענהייט צו ווארענען וועגן שמירת שבת, האט ער קודם געזאגט שמירת שבת.
|