| נשלח ב-23/3/2006 07:43 |
|
| |
סילווער קעגן חרדישע אידן
נאך גרויס פרעשור פון אלע זייטן אויף שעלדאן סילווער אז ער זאל מסכים זיין צו פאטאקיס פארשלאג פון געבן 500 טעקס קרעדיט א יאר פאר א קינד אין א פרייוועט סקול, האט סילווער באשלאסן ארויסצולייגן א אייגענע פארשלאג, צו געבן א 300 טעקס קרעדיט פאר יעדן קינד אין די משפחה. די דורכשניטליכע גוי, און להבדיל מאדערנע משפחה, וועלן טאקע פארדינען דערפון, ווייל ער וועט באקומען פאר 2 קינדער 300, צוזאמען 600, שטאטס 500 פאר איין קינד, וואס זיי האבן געווענטליך נישט מער ווי איין קינד אויפאמאל אינעם סקול סיסטעם. אבער די היימישע עולם, וואס קען האבן צען קינדער אויפאמאל אין די פרייוועט מוסד, איז עס א געוואלדיגע שאדן פער יאר, אנשטאט 5000 צו באקומען נאר 3500 און ווייניגער. פאר די סטעיט וועט סילווערס פלאן אויסקומען טייערער, ווייל סאיז דא הונדערט מאל אזויפיל גויים ווי אידן, און די אידן מאכן כמעט נישט אויס אין די בוזשעט. פאלגט נאך די מודעות אויף די גאסן און רופט שוין אריין אין סילווערס אפיס בעטן ער זאל סטאפן די כמעט אפענע דיסקרימינעישאן קעגן היימישע אידן.
|
|
|
|
| נשלח ב-23/3/2006 17:22 |
|
| |
רעד נישט קיין שטותים, סילווער אלס דעמאקראט וויל שיצן דעם פאבליק סקול סיסטעם, עס האט גארנישט מיט דעסקרימינאציע, ער איז א געווען א שטיצער פונעם סקול דיסטריקט, און איז באוואוסט אלס א גוטער מענטש פאר היימישע אידן, ער איז שטארק באפריינדעט מיט ר' אברהם ווידער און אנדערע קרית יואל'ער עסקנים, על אף וואס זיי זענען רעפאבליקאנער געשטימט,
|
|
|
|
| נשלח ב-23/3/2006 18:31 |
|
| |
וואס איז די נאמבער?... צו קאלן
|
|
|
|
|
| נשלח ב-23/3/2006 19:44 |
|
| |
זייט נישט נאריש.
1. נישט פאטאקי'ס פלאן און נישט סילווער'ס פלאן מיינט אונז, עמך, וואס צאלט נישט קיין סטעיט טעקס.
מיר וועלן גארנישט האבן דערפון.
עס מיינט די וואס פארדינען אסאך געלט און צאלן גראבע סטעיט טעקסעס, וואס דאס זענען ממש יחידים.
פארגעסט נישט עס איז נישט מער ווי א טעקס קרעדיט!
פרייט אייך נאכנישט און לויפט נאכנישט קוקן אין אייער מעיל באקס צו ס'איז דא דארט א טשעק.
2. אויך מאכסטו א געפערליכן טעות פאטאקי'ס (און מסתמא אויך סילווער'ס) טעקס קרעדיט פלאן איז נאר פאר מאקסימום צוויי קינדער! דאס מיינט אז ס'רעדט זיך פון א נישטיגע 1,000 דאלאר א יאר, אויב איז עס 500 דאלאר פער קינד. איך ווייס נישט וואו דו ביסט אנגעקומען צו 5,000 דאלאר. דאס אליינס אז מען גיט נאר פאר צוויי קינדער איז א געפערליכע דיסקרמינאציע קעגן אונז חרדי'שע אידן.
איך וועל מער מאריך זיין מער שפעטער.
|
|
|
|
|