בית פורומים כל העולם כולו

מעידזשער מעידזשער חתונה אין באבוב-45

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-23/3/2006 11:06 לינק ישיר 
מעידזשער מעידזשער חתונה אין באבוב-45

עס איז יעצט 3:00 פארטאגס, איך קום יעצט פון דארט

א מעידזשער מעידזשער חתונה

איינער (א היימישער ארוני) האט עס מיר באצייכנט ווי רבי מרדכי דוד'ס הכתרה

איך האב געציילט ביים מצוה טאנץ 2,000 שטריימלעך!

עס האט זיך געטוהן דארט א פארקער פון מאסן מענטשן א גאנצע נאכט

איך וואלט עס אנגערופן א בזעיר אנפין פון די ארונישע גרויסע חתונה

פארשטייט זיך איך מיין נישט בזעיר אנפין אז למשל די ארונים האבן געהאט פערציג טויזנט און זיי פיר טויזנט

בזעיר אנפין מיין איך, אז די ארונים האבן למשל געהאט (ביי די צווייטע חתונה, אין דעם פארשוויצטן זאל) לאמיר זאגן הונדערט פופציג פיס די לענג פון די ברענטשעס, ער האט געהאט א גוטע 80-90 פיס די לענג
(נאכאמאל, איך ווייס נישט די לענג פון די ארונים און נישט די לענג פון זיי, אבער אויסערליך האט עס מיר אויסגעזען ווי בערך צוויי דריטל פון די ארונישע חתונה)

און איך בין שוין אנגעקומען נאך צוועלף ביינאכט , איך הער אז פריער איז געווען דזשעם פעקד

עניוועי, אביסל נייעס

קרית יואלער רב איז געווען ביים קבלת פנים, געזעצן אויף לינקע זייט פון חתן, צורעכטס איז געזעצן דער באבובער רבי רמ"ד

די חופה הער איך אז ס'איז געווען מעסיוו מעסיוו, מסדר קידושין איז געווען דער באבובער רב ר' יושעלע רובין

איך ווייס נישט פונקטליך וועלכע רבנים און רביס עס זענען געווען ביי די חתונה. ווען איך בין געוען האב איך געזען דעם קלויזענבורגער, ר' אביש ספינקער, זידיטשובער פון ב"פ

פון די באבובער אייניקלעך (קדושת ציונ'ס) זענען געווען אלע. ר' יעקב יוסף הלברשטאם (ובנו ר' חיים יושע) ואחיו ר' ברוך דוד הלבערשטאם, די טווערסקיס, און די געסט אוו האונער, די צוויי פרישוואסער ברידערס פון לאנדאן, (זיי האבן ביידע באקומען ברכות ביים בענטשן).

איך בין אנגעקומען האב איך געמיינט אז מען גייט שוין בענטשן, ווייל ס'איז שוין געווען נאך חצות. דערווייל האט מען נאך געטאנצן א גוטע שעה, און צו מיין פלא, האט מען במשך די גאנצע שעה נישט געזינגען קיין איין נישט-באבובער ניגון!

מען האט זייער לעבעדיג געטאנצן. פארפאלן, האב איך געזאגט פאר איינעם. רבי מרדכי דוד'ס חסידים האבן א פּרייד, וואס מען זעט נאר ביי די ארונים

דער רבי זעט אויס האט שוין פריער געטאנצן. ער איז געזעצן אויבן אן און ממחה געווען את הריקודין בכפי ידיו פון צייט צו צייט

די לעבעדיגסטע פוינט וואס איך האב מיטגעהאלטן (ביים טאנצן רעד איך) איז געווען ווען ר' יושע רובין האט געטאנצן מיט'ן חתן

פארן בענטשן איז כנהוג געווען דער מארש, שיין געווען

מיט בענטשן איז מכובד געווארן דער ציעשנובער, ר' חיים יאנקל רובין (וואס מצד צעשנובער משפחה איז ער פאר ר' בנציון, אבער ער איז א מחותן מיט רבי מרדכי דוד'ן).

אויסגערופן צום מצוה טאנץ האט הרב צבי ארי' ריינהאלד

זייער שיין געגראמט, מען דערקענט אז דער מענטש איז א תלמיד חכם עצום מלא וגדוש בחסידות

אינטערעסאנט אז אין באבוב שעמט מען זיך נישט צו רעדן פון פאליטיק ביי א שמחה, אפיציעל

דער גראמער האט אינמיטן דערמאנט גאנץ אפן מען זאל זוכה זיין צוריק צו קומען צום "מלך'ס פלטין", און ער האט נישט געמיינט דעם בית המקדש...
אויך האט ער פיל ארומגערעדט פון חתנו כבנו, אז דאס איז א הלכה, און אין (איך געדענק נישט וואו) שטייט "וכן נוהגין", און מנהג עוקר דינים, מתפלל זיין אז אזוי זאל נתברר ווערן הלכה. וכו' וכו'
ער האט אלעס זייער שיין און קונצליך אלעס אריינגעפלאכטן, אבער מיר איז געווען א וואונדער "דער" מנהג... (שטעלטס ענק פאר אין סאטמאר זאל דער בדחן ביים מצוה טאנץ בעטן אז דער אפעלאט זאל אורטיילן אזוי ווי ראזענוואסער...)

דער רבי האט פארן טאנצן אנגעוואונטשן קורץ, און דערנאך געטאנצן זייער שיין, קודם מיט א גארטל לפני הכלה, ווי דער זיידע רבי שלמה'לע (טראץ זייער איינגעהאלטן, איידל) און דערנאך ארומגעלאפן ארום די כלה, כמנהג חותנו ר' נפטלטשע וועלכער האט זיך אזוי געפירט כמנהג טשערנאביל

דער גאנצער זאל האט זיך געהויבן אין די לופטן

מיינע ארומיגע האבן געזאגט אז פארפאלן, ער מאכט עס נישט אזוי גוט ווי ר' בנציון. איך ווייס נישט צי ער קען נישט אדער ער וויל נישט. אבער מיין מיינונג איז, אז נאכמאכן איז נישט קיין קונץ.
פאר זיך איז עס זייער שיין געווען, נאר נישט נאכגעמאכט

נאך זיין מצוה טאנץ האט מען אויסגערופן אלע בחורים ארויס, יעדער איז ארויס, און עס איז אויך געווארן כמעט ליידיג, געבליבן נאר עטליכע הונדערט מענטשן

עניוועי, ער איז א מעידזשער ליג רבי, מען קען זיך דינגען צו ר' בנציון האט אכט הונדערט מענטשן און ער נאר פינף הונדערט אדער זעקס הונדערט

נאך אזא חתונה איז במילא נישט קיין נפקא מינה

ער איז א ריזיגער רבי און ס'איז נישט קיין שום נפקא מינה צוואנציג מענטשן ארויף פופציג מענטשן אראפ, ער האט האלב באבוב. פינטל
און ווער עס איז דארט געווען וועט עס באשטעטיגן

תוקן על ידי - Mench - 23/03/2006 11:09:46

ביטע זיך האלטן צו די תקנה צו שרייבן מיט דרך ארץ איבער רבנים, פשטידא



תוקן על ידי - פשטידא - 23/03/2006 19:27:22



דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-24/3/2006 08:00 לינק ישיר 

אין 48 שמועסט מען אז די גרויסע עולם ביים חתונה איז נאר געווען ווייל דער צד החתן "הורוויץ" האט א גרויסע ברייטע משפחה....................



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-24/3/2006 08:15 לינק ישיר 

די גאנצע גאס איז אויף מיט די הערליכע חתונה, איך מיין אז ס'איז א שטארקע עוולה און א טיפשות פון די היימישע צייטונגען אז זיי מאכן זיך נישט וויסנדיג דערפון.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-24/3/2006 08:19 לינק ישיר 

טאקע אונז האבן אויפגעוויזן אז מ'קען חתונה מאכן אין די גאנצע וועלט רעדט דערפון אהן די צייטונגען

אבער די צייטונגען זענען אלע אינאיינעם גיט אינטערגעקויפט!!

קוק אהן די רבנים רוב רבנים רופן ביידע באבוב ווייל אלע פארשטייען אז ס'איז דא א בי"ד אין ממילא זאלן זיי באשליסן.

אבער די צייטונגען אלע אינאיינעם פארשטייען פארקערט! פארוואס? אפילו איינער!  האלט נישט אזוי ווי רוב רבנים - פארוואס?

ווייל זיי זענען גיט גיט אינטערגעקויפט!! תוקן על ידי - the_mouse - 24/03/2006 8:18:15



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-24/3/2006 20:38 לינק ישיר 

מייזל

וויין נישט אויף די צייטונגען, ווייל איך ווייס פאר א פאקט אז ענק האבען מסכים געווען לכתחילה אז די צייטונגען זאלען ענק רופען רמ"ד, יעצט אז די האסט געטוישט דיין מיינונג וועסטו דארפען שוויצען ביז עס וועט אונקומען.

רמ"ד איז א געוואלדיגע גרויסע רבי, ער דארף נאר א נייע מעכטיגע בית המדרש פאר שבת אינדערואכען, איך קען מענטשען וואס פלאנען נאר דעמאלץ אריבער צו גיין קיין 45 תוקן על ידי - משנתחסידים - 24/03/2006 20:36:17



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-28/3/2006 15:25 לינק ישיר 

קליפ של הקהל רוקד חסדי השם כי לא תמנו כי לא כלו רחמיו בשבע ברכות בבארא פארק

http://www.vmix.com/soloPlayerNoAutoPlay.swf?ID=x166085



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-28/3/2006 21:24 לינק ישיר 

רבינו מבאבוב שליט"א רוקד אם גיסו אבד"ק באבוב שליט"א
http://www.vmix.com/soloPlayerNoAutoPlay.swf?ID=x166064



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > מעידזשער מעידזשער חתונה אין באבוב-45
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext