בית פורומים חדשות אנש אין בילדער

עולם השקר

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-23/3/2006 21:16 לינק ישיר 
עולם השקר

פארוואס רופט מען אן עולם הזה מיטן כינוי עולם השקר?
ווייל דא אויף דעם עולם, וועט אפילו "שקר" גמור אויך אלעמאל האבן אן "עולם"...

סאיז פשוט נישט צום גלייבן וויאזוי מענטשן - געווענליך אפילו אינטיליגענטע מענטשן - קענען זיך ווייקן אין שקר און בתמימות
זיין איבערגעצייגט אז זיי זענען גאר די וואס טראגן דעם פאן פון אמת און ריכטיגקייט

למשל -

היינט איז באריכטעט געווארן פון עטליכע משכונות וואס זענען געקידנעפט געווארן דורך רוצחים אפאר חדשים צוריק אין
איראק און זענען היינט באפרייט געווארן דורך אמעריקאנער און בריטישע כוחות, אט לייענט דעם סטעיטמענט וואס זייערע
קאלעגען האבן ארויס געגעבן:

We believe that the illegal occupation of Iraq by Multinational Forces is the root cause of the insecurity
which led to this kidnapping and so much pain and suffering in Iraq. The occupation must end.?
?
Today, in the face of this joyful news, our faith compels us to love our enemies even when
they have committed acts which caused great hardship to our friends and sorrow to their families.



דאס מיינט צו זאגן אזוי, ביסט געקומען קיין איראק מיט גיטע כוונות און מיט מסירות נפש צו באמת העלפן דעם איראקער
פאלק, טוענדיג דיין ארבעט ביסטו פארכאפט געווארן דורך געמיינע רוצחים וואס טעראריזירן דעם פאלק וואס דו פרובירסט צו
העלפן, זיי ווייסן דעם אמת אז די ביסט נישט קיין פיינט נאר פארקערט די ביסט געקומען פאר ריין הומאניטערישע צוועקן, עכ"ז
האלטן זיי דיך פארשפארט עטליכע חדשים, פייניגען, הארגענען איינס פון דיינע קאלעגן מיט אכזריות, ביז די ווערסט
געראטעוועט דורך כוחות וואס מיינען באמת נישט קיין שלעכטן נאר זענען פארפלאנטערט אין א קריזיס

און...

וועמען באשולדיגסטו?
דעם מיליטער וואס האט דיך געראטעוועט!

וועמען ביסטו מוחל מיט זעלטענע אהבה?
דיינע רוצחים!

דאס ווייסט מען שוין לאנג אז שקר אין לו רגלים, נאר היינט זעהט מען בחוש אז ניטאמאל א קאפ פארמאגן זיי...
ממש אן עולם הפוך



דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-24/3/2006 02:49 לינק ישיר 

זיידי
נאדיר



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-24/3/2006 20:14 לינק ישיר 

דא אויף היידפארק האט דעם סטעיטמענט א עקסטערע באדייט.

איך קען גיין אין גאס אין הערן ווי אלע רעדן א געוויסע וועג, קום איך דא אויף היידפארק זע איך 20 ניקס פרובירען צו מאכען א ווינד כאילו די גאס גלייבט פארקערט.

דאס מיינט שקר אין לו רגליים.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > חדשות אנש אין בילדער > עולם השקר
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext