| נשלח ב-24/3/2006 03:38 |
|
| |
"הצעה פאר א תקנה בנוגע צענזור"
איך וויל מעיר זיין די חשובער גולשים דא בכלל, און די אלע וואס קלערן דא צו ווערן מנהלים בפרט, אויף גאר א וויכטיגע ענין, וואס פונקט נעכטן נאכט איז מיר אויסגעקומען עס צו מרגיש זיין אויף די אייגענע הויט.
איך האב נעכטן נאכט געלייגט א תגובה אין איינע פון די אשכולות, ויהי בבוקר ואיננו!
איך רעכן אויס שטארק וואס איך שרייב, און אין מיין תגובה איז נישט געווען קיין שום זאך פאליטיש, אדער שלא ע"פ תורה.
מיין תגובה איז געווען באזירט אויף די עצה פון א חשובער גולש דא, אז אלע וואס האבן ניקס וואס זיי נוצן אין אנדערע פורומים אויף נישט איידעלע ענינים, זאלען לכבוד דעם פורום זיך עפענען נייע.
מיין תגובה אויף דעם איז געוועהן ווי פאלגענד:
" אויב מעג איך צולייגן א סברה, און איך האף אז די גרויסע טראכטערס דא וועלן זיך נישט באליידיגן.
דאס טוישן ניק צוליב וואס מיט דער ניק ווערט געשריבן לה"ר און רכילות, ווייזט אויף גאר א נידריגע עטישע שטאפל.
איך קוק דאס אן ווי איינער איז מחליט פאר די פאר מינוט בין איך שייגעץ, אין די אנדערע צייטן בין א גרויסע צדיק. וואס דארף שוין שרייבן ווי א שיינע איד אין "האלט, דא טראכט מען"!
אויך בגשמיות, נעמט דאס אוועק די גאנצע טעם פון גלישה, ווייל דאס געט נישט א געלעגנהייט זיך צו באקענען מיטן געשטאלט פון די ניק. אדער ווי דאס ווערט גערופן אין העברעיש, "דמות וירטואלי"."
עד כאן.
ירא הקהל וישפוט.
צי אפשר ליגט אין דעם צו א שטארקע אמת, און דער וואס האט די מעקער אין די האנט, איז אים צו שווער זיך איינהאלטן?
אלס א פורום וואס טראגט אויף זיך דעם קעפל "האלט, דא טראכט מען", שטעלט זיך די פראגע, למאי הלכתא שנאה רבי?
איך בין זיכער, אז ווען א צווייטע גולש פון די קנאקערס דא, זענען מעיד אויף מיין טהרת המחשבה, וואלט דער מעקער געטראכט צוויי מאל. איז דען די פשט אז יעדער שרייבער דארף זיך לאזן בודק זיין די ציצית דא ביי סיי וועם?
איז דען דא א מקום פאר א שרייבער ווי מיר למשל?
Do you judge by the merits of the written word?
מתון מתון ד' מאות זוזי שויא.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-24/3/2006 03:56 |
|
| |
..
תוקן על ידי - דעת_ותבונה - 24/03/2006 4:30:40
|
|
|
|
| נשלח ב-24/3/2006 04:33 |
|
| |
לכבוד ידידי מאז ומקדם "דעת ותבונה".
איך האף אז דו וועסט נישט נעמען די תגובה צו פערזענליך. איך מיין באמת א תוכחת מגולה מתוך אהבה מסותרת.
1)דאס וואס דו שרייבסט אז איך באשמוץ א גרויסע חלק פון שרייבער, איז מיר א גרויסע חידוש. דער וואס האט זיי באשמוצט איז נאר זיי אליין! זיי שרייבן בריש גלי און אנדערע פורומים ככל העולה על רוחם, און "קיינער" דארף זיי נישט באשמוצן!
אגב, איך האב פארשטאנען אז דו אליין האסט צו דעם מרמז געוועהן ווען דו האסט געשריבן אין די קאנסטיטוציע אשכול בזה"ל:
"כדי מיטגלידער זאלן האבן די פולע רעספעקט פאר זייערע קאלעגעס, וואלט געווען א געוואלדיגע עצה אז ניק'ס וואס מענטשן נוצן פאר קאנטרעווערסיאלע טעמעס (פאליטיק, שטותים, וכדומה) זאלן דאהי אריינקומען מיט א פרישע אדער א נייטראלע ניק."
2)איך בין בערך אזוי א נייע ניק ווי דו ביסט... היידפארק ווייסט נישט פון דיר צו זאגן פון פאר די צוויי און צוואנציגסטע אין מארטש דהאי שתא.
3)הוא אשר דיברנו! פון אלץ ביסטו גרייט צו לאזען יענעם טראכטן, ווי לאנג ס'איז נישט סותר דיין טראכטן גאנג. און געדענק, מתון מתון ד' מאות זוזי שויא.
4)איך פארשטיי אז דו ביסט דן אויף מיין "ניק". נא נא, ווען דו ווערסט פערטיג דן זיין קענסטו מיר מודיע זיין.
ס'איז מיר באמת א ווינדער, אויב דו האסט אמאל געזען אזוי א לשון אין די אריגינעלע "עצור". לכה"פ די פשוטע כללים אין ווי אזוי צו באהאנדלען א צווייטע ניק, וואלסטו דיך געמעגט פון דארט לערנען.
והארכתי במקום שאמרו להאריך....
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-24/3/2006 04:48 |
|
| |
בטלה דעתי... איך האב געשפירט א אויפגערעגטקייט לגבי דיין תגובה האב איך מיר אויסגעדריקט
זייער שארף, און איך צי צוריק איך האב אויסגעמעקט מיין פריערדיגע תגובה, און איך בעט דיך
איבער דא ברבים.
יעצט הער אויס, די האסט א גוטע פוינט, אבער די וועג וויאזוי די ברענגסט עס ארויס קען שטארק
באדערן פאר אנדערע. מיר האט עס נישט געבאדערט ווייל רוב ווייסן וואס מיין אלטע ניק איז. און
איך שעם זיך נישט דערמיט. איך האב נאכנישט געשריבן קיין שלעכט ווארט דערמיט אויף קיינעם. איך
האב נאר זייער מורא געהאט אז דיין שארפע לשון קען אוועקשיקן אנדערע זענדיג די וועג וויאזוי
מען רעדט דא איינער צום צווייטן.
למעשה זענדיג מיין שארפע לשון איז עס נאך געווען ערגער ווי דיינס. איך האב עס אויסגעמעקט!
דעריבער וויל איך דיר שטארק בעטן די זאלסט זאגן וואס די שלאגסט פאר אבער נישט מיטן אוועקמאכן
קיינעם. עס איז נאך די התחלה פונעם פארום און עס איז זייער נארמאל אז עס קען זיך מאכן דיפרענצן.
איך מיין אז מען זאל דעם אשכול אויסמעקן אז עס זאל פארגעסן ווערן וואס דא האט פאסירט, און
אויב ווילסטו צולייגן א חלק צום קאנסטיטוציע ליגט עס בידך.
דיין תגובה האב איך געהייסן אויסמעקן לויט מיין פארשטאנד אינעם קאנסטיטוציע. פארוואס האלטסטו
אז דאס איז נישט קעגן די תקנות?
איך בעט דיר נאכמאל איבער ברבים איבער אלעם, און היות איך האב נאכנישט די כלים דערצו בעט איך
דיר אז די זאלסט אויך אויסמעקן דיין פריערדיגע תגובה אויף וויפיל די פארשטייסט.
יישר כח למפרע. בתקוה להבנה.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-24/3/2006 04:55 |
|
| |
איך שלאג פאר פון היינט און ווייטער אזוי:
אפילו די מנהלים זעהן איין אז מען דארף עפעס מעקן דארף עס האבן א הסכמה פון פיר ניקס וואס
זענען נישט די מנהלים! און עס זאל שטיין געשריבן יעדעס מאל ווען מען מעקט וועלכע פיר ניקס
האבן געגעבן די הסכמה.
וואס זאגסטו דערצו?
|
|
|
|
|
| נשלח ב-24/3/2006 05:23 |
|
| |
ידידי "דעת ותבונה". מחול לך מחול לך.
פארוואס דו בעטסט אז איך זאל מעקען אין מיין תגובה, פארשטיי איך נישט. (בכלל בין איך דאך דער געגנער פון מעקען...)
דעתי אז דעם אשכול זאל בלייבן, אלץ א מזכרת נצח פון דעם וויכוח.
סה"כ ברענגט דער אשכול ארויס א גאלדענע מידה וואס דו האסט, פון מודה זיין ברבים אויף א עוולה וואס דו האסט געטון.
---------------------------------
דו שרייבסט אז מיין ערשטע תגובה איז לפי הבנתך קעגן די קאנסטיטוציע.
איך בין בפירוש מחולק. (אודאי רעד איך נישט פון דער סעיף קטן דארט, וואס זאגט אז ווי נאר עפעס שטערט איינעם איז עס שוין ראוי למחיקה.)
בכלל, האב איך נישט מגיב געוועהן אין יענעם אשכול, ווייל עס זעהט אויס ווי א קינדער שמועס.
עטס געטס דארט רעכטן פאר א גולש וואס האט געשריבן 20 תגובות, כאילו ער וואלט געווען שלמה המלך אליין.
יעדער פורום (וה"ה דער דרויסענדיגע וועלט ואכמ"ל), מוז האבן דעות מן הקצה אל הקצה. אויב נישט איז דאס איבערהויפט נישט אינטערעסאנט, (עיין ערך ... אקעי. איך וועל זיין שטיל).
כדי אזא אינטערעסאנטע diverse וועלט זאל קענען עקזיסטירן, מוז זיין "איין" גאר וויכטיגע אנגענומע פאקט, בלי שום חולק. "טאלערירן חילוקי דעות"!
דער גאנצע קאנסטיטוציע איז געווידמעט אויף גאר א פארקערטע מהלך. אלעס מוז זיין בהסכמת כולם. והיא לא תצלח.
------------------------
ואם הבנת כל הכתוב לעיל, וועט איר אודאי מער ריכטיג מחשיב זיין א שארפערע לשון.
א גוטע נאכט.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-24/3/2006 05:27 |
|
| |
און בנוגע דיין פארשלאג, איך בין באמת נישט מסכים צו דעם, אבער אודאי איז עס בעסער ווי סיי וועלכע רעכטן די קאנסטיטוציע געט פאר יעדען פרטות'דיגע גולש.
און געדענק, די תפקיד פון א ממשלה איז צו היטן אויף די רעכטן פון די minority. די רבים, ווייסן גוט ווי אזוי זיך אליין צו שיצן. ודוק.
|
|
|
|
| נשלח ב-24/3/2006 16:47 |
|
| |
איך טוה באוואונדערן אונזער קאלעגע 'דעת ותבונה' פאר זיינע מדות מוזהבות. איך בין באמת נתפעל.
כאטש איך קען פארשטיין אז עס איז געווען אומאנגענעם דעם דין ודברים וואס איז דא אויבן דערמאנט, איז אבער א גוטער דוגמא ווי מען ברויך זיין ווען מען זעט אז אפשר האט דער צד שכנגד א גוטע נקודה. וממנו ילמדו ווי מען ברויך זיך צו פירן ווען מען איז אין א ווכוח אז מען מוז נישט כסדר בלייבן גערעכט. עס מאכט קיינעם גארנישט קלענער אויב מען איז מודה צום צווייטן.
לאמיר צוברענגען א שטיקל גמ' וואס איז נארוואס געלערנט געווארן אין היינטיגן דף היומי, פסחים סו: "כל אדם שכועס, אפי' פוסקין לו גדלה מן השמים מורידין אותו.
איך מיין אז דאס איז גאנץ פאסיג דא צו לערנען, אז ווען מען איז רואיג קומט מען אן צו גרעסערע הויכקייטן, אנדערש איז ווען מען טוט זיך בייזערן.
עס איז דא אין דעם דף נאך וואס מען קען צוברענגען אבער דאס לאז איך פאר אייך צו מעיין זיין.
(געטוישט די דף פון גמ').
תוקן על ידי - דיפלאמאט - 26/03/2006 16:51:20
|
|
|
|
|