|
|
| נשלח ב-26/3/2006 05:03 |
|
| |
זענען מיר ספרדים, אשכנזים אדער איטאליענער?
ווען עס קומט צו די הפטורות ווער איך געפערליך צומישט: וואס בין איך?
למעשה פיר איך זיך (אפשר טאקע אלס חסרון ידיעה) צו זאגען די גאנצע הפטורה וואס שטייט אריינגעדרוקט אין חומש, נישט קיין חילוק וואס עס שטייט "כאן מתחילין האשכנזים" "כאן מסיימין הספרדים", אלץ וועל איך זאגן פון אנהייב ביזן סוף, און דאכט זיך מיר אז אלע מיינע שכנים (די וואס פירן זיך צו זאגן הפטורה בכלל) טוען אויך אזוי.
איז דאס א טעות? האבן מיר - חסידים - א קבוע'דיגע סטאטוס אלץ אשכנזים אדער ספרדים אדער גאר איטאליענער ווען עס האנדעלט זיך בנוגע הפטורות? אדער איז דער כלל "כל המרבה הרי זה משובח"?
|
|
|
|
| נשלח ב-27/3/2006 16:51 |
|
| |
אונז חסידים זעמיר "אשכנזים" אונזער מקור איז פון דייטשלאנד (-אשכנז), אונזערע זיידעס האבן
געוואינט און ווארמס, שפיירא, האמבורג וכו', אזוי אויך האבן זיי מיט געמאכט די שווערע תקופות
פון די קרייצעגער. אונזערע יידעס זענען געווען רש"י און די בעלי התוספות.
שפעטער האבן זיך אונזערע יידעס צושפרייט איבער פראנקרייך, אונגערם טשעכין געגנטער (בעהמין
וכו'...).
איך ווייס נישט וועגן ענקערע זיידעס.
אין די תקופה פון גרושים, האט פוילן גע'עפנט די טויערן צו אלע יידען, און ווי ס זעהט אויס
האבן זיך מיינע זיידעס אהין געצויגן.
אנדערע זענען געבליבן אין דייטשלאנד, אדער געפארן צו אנדערע חלקים אין מזרח אירופא.
די נוסח התפילה האט די הייליגע בעל שם טוב זי"ע געטוישט צו די נוסח וואס מיר דאווענען היינט,
נוסח ספרד.
די הפטורה האבן זיך גארנישט געטוישט, און אונז זאגן מיר ווי די אשכנזים.
|
|
|
|
| נשלח ב-27/3/2006 19:42 |
|
| |
יוסעלע, אין דיין שוהל האט מען פרשת זכור אנגעהויבן ביי "כה אמר ה'"? האט נישט יעדער אויסגעשריגן "ויאמר שמואל אל שאול" (וואו די ספרדים הייבן אן)?
|
|
|
|
| נשלח ב-27/3/2006 20:07 |
|
| |
לאמיר אריינרוקן א קלעצל...
וואס זענען מיר, פולישע אדער אונגארישע?
ווער עס ווייסט, איז נישט פונקט דער וואס מיינט ער שטאמט פון פוילן, אמאל געווען נעבן דעם לאנד, און דאס זעלבע פארקערט.
|
|
|
|
| נשלח ב-27/3/2006 23:07 |
|
| |
לגבי די הפטורות גייען מיר לשיטת אשכנז,
דיפלאמאט, מיר זענען האלב אינגערישע, רומענישע, איזראלישע, אידן, איך ווייס נישט וואס דו ביסט מעגליך פון תימן.
|
|
|
|
| נשלח ב-27/3/2006 23:38 |
|
| |
יוסלע, דער קאמארנער אין שלחן הטהור סי' מו און זר זהב שרייבט ווארט ביי ווארט אזוי ווי דו האסט געשריבן.
|
|
|
|
|
| נשלח ב-3/4/2006 22:17 |
|
| |
ברוך שכיוונתי!
|
|
|
|
|
 |
|
|
|
|
| מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
|
|