| שלח ב 23/3/2006 |
אלףשמות
 |
 |
כשירקע יעצט אויפֹן מינוט האב איך נישט קיין צייט דיר צו ענטפערן, עוד חזון למועד איין קליינע עובדא לאמיך דיר נאר דערציילן, געווען איז עס ווען איך האב געלערנט אין סניף צעירים וומ"ס סוף זומער האט מען געמאכט א גרויסע חזרה און מֹהאט גערופן דעמאלטס סיגעטע רב (געדענקסט נאך ווען ער פלעגט נאך זיין א מגי"ש און זיך קייקלען פאר געלעכטער) האט ער געענטפערט אז ער איז ביזי זיך פארקוקן די "שבת שובה" דרשה, הערסט? מער ווי א חודש פאר שבת שובה. א געוואלדיגער תלמוד חכם! | |
| נשלח ב 24/3/2006 |
אלףשמות
 |
 |
דאכענע
אז די ווילסט דוקא וועל איך דיר זאגען, די מנהל הר"ר(נאמען געהיטן אין רעדאקציע) שליט"א האט געזאגט פאר די בחורים אז ער גייט רופן סיגעטע רב צו פארהערן, צום סוף האט הר"ר משה יודא מייזעלס שליט"א פארהערט, כמעט קיינעם איז עס נישט אנגעגאנגען צו דער סיגעטער פארהערט צו הר"ר משה יודא מייזעלס שליט"א פארהערט, נאר אפאר בחורים שטארקע חסידים פון רביֹן שליט"א האמער יא געפילט א זכיֹ (בימים ההם) אז די רביֹס זון זאל פארהערן, האמער געמיטשעט די מנהל פארוואס די סיגעטער קומט נישט, ער האט זיך ארויסגעדרייט פון ענטפערן, נאר אזוי ווי איך בין פערזענליך גוט געווען מיטֹן מנהל האט ער מיר פארציילט די סיבה פונעם סיגעטערֹס אפוועזענהייט. | |
| נשלח ב 24/3/2006 |
אלףשמות
 |
 |
ניין שעפעלע ניין
איך האב געלערנט אין סאטמאר וומ"ס.
און די מעשה איז געווען מיט סיגוט'ע רב. נישט מיט'ן רבי'ן.
איך רוף אים סיגוטער ווייל דעמאלטס איז ער געווען סיגוטע רב.
און ס'איז געווען סוף קעמפ, נישט סוף זמן. (דוכט זיך מיר אז יענע יאר איז מען אהיימגעקומען פרי פון קעמפ סאך פאר ר"ה) | |
גענומען פון דא
http://hydepark.hevre.co.il/hydepark/topic.asp?whichpage=1&topic_id=1852387
 |
|
|